איך הייב אן צו טראכטן אז דעסאנטיס וועט אפשר קענען מער דורכפירען די קאנסערוועטיווע אגענדע ווי טראמפ, למעשה דער בחור ווייסט וויאזוי צו פייטן מיט די דעמאקרעטס.
אז מען וועט קוקן די אלע ניק'ס וואס זיי זענען שטארק פאר טראמפ און אנטי דיסענטיס וועלן זעהן יעדע מאוו וואס דיסענטיס מאכט אל'ס טאטאלער דורכפאל אין דיזעסטער און פארקערט די אלע ניקס וואס גלייכן דיסענטיס וועלן זעהן יעדע מאוו פון דיסענטיס אל'ס געלונגען און דורכגעטראכט
מה רבו מעשיך ה'
כולם בחכמה... איך וואלט זייער שטארק געוואלט אז דיסענטאס זאל זיין פרעזידענט אבער נאכן הערן די אינטערוויא ווי די מענטש האט קיין שום חן נישט ווייס איך אז איך קען שוין אויפגעבן. א שאד... (נישט אז איך וויל נישט טראמפ, נאר איך וואלט געקענט באשטיין אז טראמפ זאל נישט לויפן.)
אויב איז טראמפ א סכנה פאר דעמאקראטיע פארוואס איז ראנג אז איינער האט אים פרובירט צו הרג'נען?
נאכן אויסהערן די אינטערוויו וואס אגב קומט ער אריין זייער קלאר זעה איך בכלל נישט דעי גרויסע אראפרייסן טראמפ וואס יעדער איז ביזי אז ענדליך רייסט שוין דיסענטיס אראפ טראמפ קוים 2-3 מאל ברמז רמיזה ווי ער רימט זיך אויס אויפן חשבון פון טראמפ די איינציגסטע מאל וואס מען קען זאגן אז ער רייסט איהם אראפ ממש איז ביים רעדן בנוגע ארויסווארפן פאוטשי אויך זייער איינגעהאלטן
חברה האבן דאס שוין גע'טענה'ט עטליכע טאג צוריק, אז עס איז מער אז די ניו יארק פאוסט שרייבער האבן גענומען אויסצוגן ווי דעסאנטיס רעדט קעגן טראמפ, און אראפגעלייגט כאילו דאס איז געווען דער עיקר שמועס.
נ. ב. די חלק וואס ער האט געזאגט איבער די קעיס איז אבער געווען אין פאבליק מאנטאג ביי א פרעסע קאנפערענץ, און יענץ איז געווען די ערגסטע פליק.
איך הייב אן צו טראכטן אז דעסאנטיס וועט אפשר קענען מער דורכפירען די קאנסערוועטיווע אגענדע ווי טראמפ, למעשה דער בחור ווייסט וויאזוי צו פייטן מיט די דעמאקרעטס.
איך בין נישט בארעכטיגט צו האבן די פראבלעמען? איך מוז אויך פיינט האבן איינער וואס דו האסט באשלאסן צו האסן? הישמע כזאת בעפאר די אנטי טראמפיסטן? אז ער געפעלט דיר נישט יאג אפ פון שטח, וואס גייסטו ארום פגר'ן די גאנצע שטאט ווייל איינער נוצט צונעמען וואס די גלייכסט נישט? וואו ווייט וועט דער חוצפה דערגרייכן