מבצע חדש! ספר "מגילת ספר" לרשכבה"ג רבי דוד אופנהיים זצ"ל על מס' מגילה
נאך א לענגערע צייט אפשניט זייט איך האב דא געשריבן, קום איך צו אייך מיט א נייע פראיעקט --
הוצאה לאור את ספרו של הגאון הגדול המפורסם בדורו נשיא ארץ ישראל רבי דוד אופנהיים זצ"ל
די רעדע איז פון זיין ספר - כתב יד - אויף מסכת מגילה.
בערך פאראיאר אזא צייט האבן מיר פרובירט אנצוהייבן אזא פראיעקט אויף דעם כתב יד פון ר"ד אופנהיים על מס' סוכה. עס האט זיך נישט אויסגעארבעט צוליב דעם חשש אז אן אנדערע מכון ארבעט שוין דערויף.
איצט איז אונז נתברר געווארן אז זיי ארבעטן נישט אויף דעם.
על כן חבלים נפלה לנו בנעימים, און מיר גייען האבן די זכיה צו טוהן די עבודת הקודש, פון העתקה, הגהה און הוצאה לאור ופרסום א ספר אויף איינע פון די מסכתות הש"ס לאחד מחכמי הדור שלפנינו.
ווער וויל דען נישט נעמען א חלק?
איש בשורה אנכי היום!
בערך 25% - א פערטל פון דעם כתב יד איז שוין אויפגעטייפט דורך א חשוב'ער מתנדב הרוצה בעלום שמו! ער איז אויך דער וואס האט מיך מעורר געווען אז מיר זאלן ווידעראמאל אונטערנעמען די אויפגאבע פון ארגענאזירן א גרופע פון מתנדבים וועלכע וועלן צוזאמען פארענדיגן די איבריגע 3/4 פון דעם כתב יד. ואין המצווה נקראת אלא על שם גומרה!!
איך בעט אז ווער עס קען זאל זיך אנרופן און בקרוב וועלן מיר אנהייבן ארויסצושיקן בלעטלעך פון דעם כתב יד, אזוי ארום צו קענען צוזאמען ארויסגעבן דעם הייליגען ספר, לטובת נשמתו של המחבר הקדוש נשמתו בגנזי מרומים זי"ע.