לכאורה האט געשריבן: יענע הייזקע שטייט שוין זינט יארע 1800 למספרם
מן הסתמא מער פונקטליך צווישן 1865 אין 1880 ווען די געגנט איז ערשטע דעוועלאפט געווארן.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
farshlufen האט געשריבן: מעג מען אנשטעלן אן עיר קאנדישאן אויף אינטעלידזשענט איי intelligent eye אויף שב"ק?
ואת"ל אז ניין, מעג מען אריינגיין אין א שטוב / ביהמ"ד וואו עס איז אזוי אנגעשטעלט?
farshlufen האט געשריבן: אולי דארף מען רעכענען אז די גאנצע צייט וואס מ'איז אין דעם שטוב טוט מען א פעולה.
ראספשע האט געשריבן: די פוסקים שהזכרת זענען דן בענין גרמא וגרמי, וואס ווי געזאגט איז דא לייכטער ווייל עס געשעהט נישט אויף די מינוט, עס וועט געשען אין צוואנציג מינוט ארום [עי' שו"ת ויען אברהם להרב א"ע מייזעלס שליט"א הנ"ל, אריכות גדול בזה]
אויב געדענק איך גוט, איז דאס געווען עפעס די פאטענט פון כשר-לייט, וואס ס'האט זיך פאריאר געקערט דערויף א וועלט [אפשר בינעך מיך טועה]
ראספשע האט געשריבן: מיין תגובה באציהט זיך אויף Intelligent eye וואס הרב הישן האט געשטעלט א צילום אויף ענגליש ווי אזוי דאס ארבעט
ראספשע האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן: אולי דארף מען רעכענען אז די גאנצע צייט וואס מ'איז אין דעם שטוב טוט מען א פעולה.
דאס געשעהט דאך באמת מיט יעדע טערמאסטאט, אינדערהיים אויכעט
ווי לענגער מען בלייבט אין צימער און מען אטעמט אקסידזשען, איז מען מקרב די פעולת העיר-קאנדישאן
חאצאצקע רבי האט געשריבן: כהאב היינט געזען א קונטרס אז היינטיגע פרידזשידערס טאר מען נישט עפענען אום שבת און דאס האט נאך צוטוען מיט א איסור דאורייתא פון א גחלת של ברזל , כהאב נישט פונקטליך פארשטאנען ווייסט איינער מער פרטים ?
מאתים האט געשריבן: איך האב שוין לאנג א שאלה, מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע מיט פיל ווידאוי קרעמערס אין אלע גאסן, איז נישט קיין פראבלעם צו גיין שבת אין גאס ? איך מיין, בשעת מ'גייט ווערט דאך די סקרין אקטיוו מיט דיר, איבערהויפט ווען אסאך קעמרעס ווערן נאר אקטיוויזירט בשעת איינער גייט אריבער ?! איך מיין די גאנצע סיטי איז היינט פיל מיט דעם,
ואת"ל אז סאיז א דבר שאין מתכוין און זאגן אז ס' איז נישט קיין פסיק רישא, וואס טוט זיך ווען איינער האט ביי זיך אינדערהיים קעמרעס וואס שוין זיכער אז ס' כאפט אפ, איז מען דען נישט מחויב עס אויסצולעשן בעפאר שבת?
בקיצור א) וויאזוי מעג מען גיין אין גאס שבת ווען מען אקטיוויזירט קעמרעס
ב) צו איז מען מחויב אויסצולעשן די היים קעמרעס פאר שבת
יש"כ
פערדס מיניסטער האט געשריבן:מאתים האט געשריבן: איך האב שוין לאנג א שאלה, מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע מיט פיל ווידאוי קרעמערס אין אלע גאסן, איז נישט קיין פראבלעם צו גיין שבת אין גאס ? איך מיין, בשעת מ'גייט ווערט דאך די סקרין אקטיוו מיט דיר, איבערהויפט ווען אסאך קעמרעס ווערן נאר אקטיוויזירט בשעת איינער גייט אריבער ?! איך מיין די גאנצע סיטי איז היינט פיל מיט דעם,
ואת"ל אז סאיז א דבר שאין מתכוין און זאגן אז ס' איז נישט קיין פסיק רישא, וואס טוט זיך ווען איינער האט ביי זיך אינדערהיים קעמרעס וואס שוין זיכער אז ס' כאפט אפ, איז מען דען נישט מחויב עס אויסצולעשן בעפאר שבת?
בקיצור א) וויאזוי מעג מען גיין אין גאס שבת ווען מען אקטיוויזירט קעמרעס
ב) צו איז מען מחויב אויסצולעשן די היים קעמרעס פאר שבת
יש"כ
איך האב טאקע קעמראס אינדרויסען פון מיין הויז און מענטשן האבן מיר שוין אפאר מאל געפרעגט צו מען דארף עס נישט אויסלעשן שבת אבער איך האב זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט דערין, יעצט אז דו פרעגסט קען איך אויך באשטיין צו באקומען א ענטפער.
מאתים האט געשריבן:0פערדס מיניסטער האט געשריבן:מאתים האט געשריבן: איך האב שוין לאנג א שאלה, מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע מיט פיל ווידאוי קרעמערס אין אלע גאסן, איז נישט קיין פראבלעם צו גיין שבת אין גאס ? איך מיין, בשעת מ'גייט ווערט דאך די סקרין אקטיוו מיט דיר, איבערהויפט ווען אסאך קעמרעס ווערן נאר אקטיוויזירט בשעת איינער גייט אריבער ?! איך מיין די גאנצע סיטי איז היינט פיל מיט דעם,
ואת"ל אז סאיז א דבר שאין מתכוין און זאגן אז ס' איז נישט קיין פסיק רישא, וואס טוט זיך ווען איינער האט ביי זיך אינדערהיים קעמרעס וואס שוין זיכער אז ס' כאפט אפ, איז מען דען נישט מחויב עס אויסצולעשן בעפאר שבת?
בקיצור א) וויאזוי מעג מען גיין אין גאס שבת ווען מען אקטיוויזירט קעמרעס
ב) צו איז מען מחויב אויסצולעשן די היים קעמרעס פאר שבת
יש"כ
איך האב טאקע קעמראס אינדרויסען פון מיין הויז און מענטשן האבן מיר שוין אפאר מאל געפרעגט צו מען דארף עס נישט אויסלעשן שבת אבער איך האב זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט דערין, יעצט אז דו פרעגסט קען איך אויך באשטיין צו באקומען א ענטפער.
קיינער האט נישט קיין ידיעה ?
רוב בתי מדרשים האבן היינט צו טאגס קעמרע'ס אין אלע שטיבלך און מלעשט עס נישט אויס פאר שבת, גדולים וטובים קומען און גייען און קיינער האט נישט קיין פראבלעים דערמיט, איז עס טאקע נישט קיין שאלה.?
ראספשע האט געשריבן: יש תשובה ארוכה ע"ז בספר 'ויען אברהם' חלק א' [מהה"ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א הרב דמיהאלדי], נוטה להקל בצירוף כמה טעמים
אוי וויי טאטע האט געשריבן: בשו"ת שבט הלוי זאגט ער איבער כמה פעמים זיין יסוד, איין מראה מקום ליגט מיר אין קאפ כמדו' ח"י סי נ"ט, אז מלאכת שבת איז נאר ווען א מענטש 'טוט' עפעס אבער אויב טוט ער גארנישט, ער גייט זיך געמיטלעך, און עס געשעהן מלאכות, איז דאס נישט קיין מלאכת מחשבת און עס איז מותר און דאס איז זיין היתר אויף אויגעלעך.