@ליטווישער @געגאנגען האב איך אמאל געהערט א דרשה פון א רבי (ער לעבט שוין נישט) הייבט ער אן אזוי: ”עס איז ליידער דא אזויפיל צרות ישראל, מען קען ממש כאפן א נערוון בראך, א נס אז די רבנים גייען ווייטער אן, היינט קומט אריין צו מיר א מאן און ווייב, מען האט אנטפלעקט ביי זייער 6 יעריג קינד יענע מעשה, א צווייטער קומט אריין וועגן א סירדזשערי יא מאכן אדער נישט מאכן, א דריטער מוטשעט זיך מיט זיינע קינדער ברוחניות” ע”כ לשונו.
צו א רבי וואס דארף א שיינע קאר מסיח דעת צו זיין פון צרות ישראל זאלסטו נישט צורירן!
איך האב גערעדט אז דער רבי (יעדער מיט זיין) צופליקט זיך למען כלל ולמען הפרט, ער האט נישט קיין מנוחה פאר אנדערע אידן! און דו פארגינסט אים נישט גארנישט... פארשטייט זיך אז געווענליך, רוב רבי’ס דארפן נישט דעי נארישע הבלים, ער עסט שוין 50 יאר דעי זעלבע מאכלים, און די זעלבע שיינע בגדים.
דו פארשעמסט כלל ישראל… קענסט די מעשה מיטן קאצקער ווען יענער איז געקומען צו אים מיט אמונה שאלות? א רבי וואס בארעכטיגט לוקסוס ווייל ער הערט נעבעך אזויפיל צרות ישראל איז קיין רבי ניט.
כ'ווייס אז ס'קומט נישט אריין דא אבער כ'קען זיך נישט איינהאלטן פון עס שרייבן...
ס'דא א חיוב מן התורה אז די רבי-מנהיג וכו'' זאל האבן שענערע קליידער, הייזער, ועוד פון אנדערע פשוט'ע מענטשן. גדלהו משל אחיו, ואם אין לו משלו נותנים לו, די פוסקים ברענגן אראפ די דין ביי יעדע מין ראש על העדה, ומשום כיבוד הוא.

איינער וואס....
שניידט די בארד אבער דאווענט נאר פאר די שקיעה. דאווענט א קורצע מנחה ביי מנחה גדולה.
כ'ווייס אז ס'קומט נישט אריין דא אבער כ'קען זיך נישט איינהאלטן פון עס שרייבן...
ס'דא א חיוב מן התורה אז די רבי-מנהיג וכו'' זאל האבן שענערע קליידער, הייזער, ועוד פון אנדערע פשוט'ע מענטשן. גדלהו משל אחיו, ואם אין לו משלו נותנים לו, די פוסקים ברענגן אראפ די דין ביי יעדע מין ראש על העדה, ומשום כיבוד הוא.
קיינער איז נישט מחולק מיט דעם, אבער דו ווייסט זייער גוט אז פון דעם ביז ווי ס׳האלט היינט, ריין געטריבן דורך שטוב מענטשן, איז א ריזן שפרונג.
פרעג נאר איינער וואס פארקויפט די רבי׳שע בעקיטשעס.. וועסט זיך עקלען פון וואס דו וועסט הערן וואס זיי האבן צו זינגען.
פאר ווער עס וויל (יא אדער נישט) וויסן, בין איך געווען דער שרייבער פונעם עדיטאריעל "יעצט בין איך עפעס ווערד" אינעם גליון פון חודש ניסן, הגם זיי האבן אסאך ארומגעטוישט.
די משכילים האבן אנגעהויבן אקוראט אזויווי דיר, 'עס איז נישט אזוי געפערליך' 'דאס טוען דאך די רבנים' דאס זענען זייערע ליינס אלעמאל געווען...
פארוואס שפירט מען פאר וויכטיג צו קומען פון דיזע משכיל'ישע ריכטונג? איז טאקע נישטא קיינע לעגיטימע טענות דערקעגן אז מען דארף צוקומען צו אזאנע ביליגע זלזולים?
איז דען פארהאן איין רב אין די וועלט וואס קלייבט זיך אז ער דארף א שיינע קאר? וואס ווען ער הערט די פרייזן זאגט ער געמיר די טייערערע ווייל איך דארף דאך מאכן אן אימעדש פון אן אדם חשוב?
וויאזוי קען דער וואס האט די מערסטע עולם הזה פון די גאנצע חסידות (שענסטע הויז, קאר, שטריימל וכו') זיין זייער רבי און זיי אויסלערנען נישט צו ליגן אין עוה''ז?? אתמהה