נקדימון'ס נייעס ווינקל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Google Voice
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:24 pm
לאקאציע:איך וויל א רעפאבליקאנע סטעיט

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Google Voice »

נקדימון האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:59 am
וואלדימיר סאלאוויאוו פון פוטינס גרעסטע פראפאגאנדיסטן אין די רוסישע נייעס אינדוסטריע האט ערשט האנטיגע אינפארמאציע איבער ווער עס שטייט אונטער די טויט פונעם איראנער פרעזידענט איבראהים ראיסי

סאלאוויאוו שמועסט אויס די נושא און ציטירט א פראנצויזישער עקספערט אז דער פילאט איז געווען אן איזרעלי מוסד אגענט און זיי האבן גאר געריפן די אקציע מיטן געהיימע קאוד עֶלי קופטעֶר...
קעפל: איראנער פרעזידענט ראיסי טויט אין העליקאפטער קראך
באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:39 pm
כ'זאג נישט אויס האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:28 pm
די טעלעגראם טשענל פון די כאמאס על קאסאם בריגאדע ווייסט צו דערציילן ביים זיך אנליינען מיט אויסלענדישע באריכטן.

אז א געריבענער מוסד אגענט מיטן נאמען אלי-קאפטער איז געווען די פילאט.
IMG_20240519_132649_309.jpg
אפילו גוגל ווייסט שוין דערפון...
קאפטער.jpg

אייוועלט שפיאנאזש אגענטורן האבן שוין פארשאפט א בילד פונעם אגענט בשעת'ן אנטלויפן פונעם העליקאפטער גלייך נאכן אויספירן די געוואגטע סאבאטאזש אקציע...
אלי.jpg
וואס קען איך שרייבען וועגן google voice?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ענגלישער פרעמיער מיניסטער רישי סאנוק איז ערווארטעט צו אנאנסירן היינט פריע נאציאנאלע וואלן אין ענגלאנד וואס וועט לכאורה פארקומען קומענדיגע יולי דעם פערטן.

פאלס ווייזן א שטארקע אויבערהאנט פאר די לעיבאר פארטיי בראשות קיער סטארמער וואס קען זיי צוריק ברענגען צו די מאכט נאך פארלירן אין די פארגאנגענהייט.

פרעמיער סאנוק וועט רעדן יעצט פון דאונינג סטריט בעפאר גיין באזיכן דעם קעניג.
20240522_115134.jpg
20240522_115134.jpg (155.74 KiB) געזען 2407 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א ווידעא - אנגעבליך א פרישע - פון הרה"ק מסאטמאר צוזאמען מיט סארוואשער רב און חוסטער רב ביי א מסיבה.

https://www.dropbox.com/scl/fi/2jp366uh ... 0oz3g&dl=0
אוועטאר
קאלטער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 7:43 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטער »

נקדימון האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:37 am
ענגלישער פרעמיער מיניסטער רישי סאנוק איז ערווארטעט צו אנאנסירן היינט פריע נאציאנאלע וואלן אין ענגלאנד וואס וועט לכאורה פארקומען קומענדיגע יולי דעם פערטן.

פאלס ווייזן א שטארקע אויבערהאנט פאר די לעיבאר פארטיי בראשות קיער סטארמער וואס קען זיי צוריק ברענגען צו די מאכט נאך פארלירן אין די פארגאנגענהייט.

פרעמיער סאנוק וועט רעדן יעצט פון דאונינג סטריט בעפאר גיין באזיכן דעם קעניג.

20240522_115134.jpg
פארוואס וויל ער רופן פאר נייע וואלן אויב די אנדער פארטי שטייט בעסער
ער איז דאך פון די קאנסערוואטיוו פארטי
אין עוד מלבדו!!!!!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

קאלטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:26 pm
נקדימון האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:37 am
ענגלישער פרעמיער מיניסטער רישי סאנוק איז ערווארטעט צו אנאנסירן היינט פריע נאציאנאלע וואלן אין ענגלאנד וואס וועט לכאורה פארקומען קומענדיגע יולי דעם פערטן.

פאלס ווייזן א שטארקע אויבערהאנט פאר די לעיבאר פארטיי בראשות קיער סטארמער וואס קען זיי צוריק ברענגען צו די מאכט נאך פארלירן אין די פארגאנגענהייט.

פרעמיער סאנוק וועט רעדן יעצט פון דאונינג סטריט בעפאר גיין באזיכן דעם קעניג.

20240522_115134.jpg
פארוואס וויל ער רופן פאר נייע וואלן אויב די אנדער פארטי שטייט בעסער
ער איז דאך פון די קאנסערוואטיוו פארטי
לכאורה איז ער ביי די מיינונג אז די עקענאמיע און די צושטאנד אין לאנד וועט נישט בעסער ווערן, זענען זיינע שאנסן פאר סוקסעס יעצט בעסער ווי עטליכע חדשים שפעטער.
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

עלינו האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:49 am
שמעון אלימלך האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:49 am
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:52 pm
נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:12 pm
אירלאנד גרייט זיך מארגן אינדערפרי פאר א צערעמאניע ווי זיי וועלן עמטליך איינערקענען אין א פאלעסטינער שטאַט.

אן ארטיגער באאמטע זאגט אז זיי זענען אין פארבינדונג מיט א צאל אנדערע אייראפעאישע לענדער איבער די באשלוס. אריינגערעכנט שפאניע, בעלגיע, נארוועגיע, מאלטא און נאך וואס זענען איינשטימיג מיט די באשלוס אז די אייראפעאישע פאראיין זאל איינערקענען אין פאלעסטינע.

שוועדן איז דערווייל די איינציגער צווישן די מערב אייראפעאישע פאראיין לענדער וואס האט פאקטיש שוין אזוי געטון מיט עמטליך איינערקענען אין פאלעסטינע.

מדינת ישראל האט ארויסגעשטעלט א מעלדונג צו פארדאמען די אקט טענה'נדיג אז דאס שטיצט כאמאס.



20240521_210320.jpg
די לענדער וואס אנערקענען א פאלעסטינער לאנד, ענדע לעצטע יאר למספרם (דאס רעכנט אריין אייראפעישע פאראיין לענדער פוילן, טשעכיי, סלאוואקיע, אונגארן, ראמעניע, און בולגאריע_
וואס גייט עס אויסמאכן למעשה און יהודה ושומרון ?

גייט מען נישט קענען גיין צו מערת המכפלה, שכם, וכו׳


מנהלים, ביטע רוקן אויב עס בלאנגט נישט דא
עס גייט גארנישט אויסמאכן
אוודאי קען עס אויסמאכן.
ה"י.

עס וועט זיך פשוט לוינען פאר די טעראריסטן, צו איבער שפילן דעם רויטע'ן שמח"ת.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8028
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נקדימון האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:13 pm
א ווידעא - אנגעבליך א פרישע - פון הרה"ק מסאטמאר צוזאמען מיט סארוואשער רב און חוסטער רב ביי א מסיבה.

https://www.dropbox.com/scl/fi/2jp366uh ... 0oz3g&dl=0
קוקט אויס ווי א סעודת ברית, דער רבי מאכט א לחיים, דער עולם כאאאפפפטטטט שיריים (לכאורה פון די מזונות), און דער רבי הייבט זיך דערנאך אויף און גייט אוועק, מ'זעט אז מ'רוקט אוועק די גאנצע גרויסע חלה פון די סעודה, ביים כאפן שיריים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

נא_שכל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:47 pm
נקדימון האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:13 pm
א ווידעא - אנגעבליך א פרישע - פון הרה"ק מסאטמאר צוזאמען מיט סארוואשער רב און חוסטער רב ביי א מסיבה.

https://www.dropbox.com/scl/fi/2jp366uh ... 0oz3g&dl=0
קוקט אויס ווי א סעודת ברית, דער רבי מאכט א לחיים, דער עולם כאאאפפפטטטט שיריים (לכאורה פון די מזונות), און דער רבי הייבט זיך דערנאך אויף און גייט אוועק, מ'זעט אז מ'רוקט אוועק די גאנצע גרויסע חלה פון די סעודה, ביים כאפן שיריים.
און די רבי'ס הוט ווערט ברעקעלדיג..

די רבי נעמט ארויס א טאשן זייגער אינמיטן..
שמעון אלימלך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:23 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון אלימלך »

אויסגעהיילט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:37 pm
עלינו האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:49 am
שמעון אלימלך האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:49 am
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:52 pm
נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:12 pm
אירלאנד גרייט זיך מארגן אינדערפרי פאר א צערעמאניע ווי זיי וועלן עמטליך איינערקענען אין א פאלעסטינער שטאַט.

אן ארטיגער באאמטע זאגט אז זיי זענען אין פארבינדונג מיט א צאל אנדערע אייראפעאישע לענדער איבער די באשלוס. אריינגערעכנט שפאניע, בעלגיע, נארוועגיע, מאלטא און נאך וואס זענען איינשטימיג מיט די באשלוס אז די אייראפעאישע פאראיין זאל איינערקענען אין פאלעסטינע.

שוועדן איז דערווייל די איינציגער צווישן די מערב אייראפעאישע פאראיין לענדער וואס האט פאקטיש שוין אזוי געטון מיט עמטליך איינערקענען אין פאלעסטינע.

מדינת ישראל האט ארויסגעשטעלט א מעלדונג צו פארדאמען די אקט טענה'נדיג אז דאס שטיצט כאמאס.



20240521_210320.jpg
די לענדער וואס אנערקענען א פאלעסטינער לאנד, ענדע לעצטע יאר למספרם (דאס רעכנט אריין אייראפעישע פאראיין לענדער פוילן, טשעכיי, סלאוואקיע, אונגארן, ראמעניע, און בולגאריע_
וואס גייט עס אויסמאכן למעשה און יהודה ושומרון ?

גייט מען נישט קענען גיין צו מערת המכפלה, שכם, וכו׳


מנהלים, ביטע רוקן אויב עס בלאנגט נישט דא
עס גייט גארנישט אויסמאכן
אוודאי קען עס אויסמאכן.
ה"י.

עס וועט זיך פשוט לוינען פאר די טעראריסטן, צו איבער שפילן דעם רויטע'ן שמח"ת.
אוודאי וועלן די רוצחים באקומען מער סימפאטיע אז זיי וואונען נעבעך און א ׳אויפען עיר פריזען׳……

וועט עס אויסמאכן אז מ״י וועט דארפן אוועעקנעמען זייערע מיליטער?…,

איך מיין עס איז דא זייערע שוואכע אויסזיכטן דאס זאל זיך אויסשפילן.נאר אסאך מדינות וועלען נאכגיין די ׳טרענד׳

לאמיר זענן צו עגיפטן גייט אנעקענען און זייערע זעלבסטשטענדיקייט, אדער נאר לענדער וואס זענען טויזענטער מייל אוועק

ימים ידברו
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

בשעת ענגלישער פרעמיער מיניסטער סאנוק האט פלוצלינג געמאלדן היינט אריבער פרישע וואלן האט זיך אראפגעלאזט א שטארקע גאס רעגן.

די ענגלישע צייטונגען יאווען זיך צו באריכטן די ברעכענדע נייעס און פארגעסן נישט צו אויסלאזן די רעגן (אפשר ווייל רעגן איז א שטיקל חידוש דארט...)

20240522_190425.jpg
20240522_190425.jpg (84.74 KiB) געזען 1433 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

יעדער מיט זיינע קעפלעך
20240522_190452~2.jpg
20240522_190452~2.jpg (147.2 KiB) געזען 1424 מאל
20240522_190441.jpg
20240522_190441.jpg (103.69 KiB) געזען 1410 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אן אמעריקאנער אינטעלידזשעס שאצונג ארויסגעגעבן זאגט אז בערך 30-35 פראצענט כאמאס טעראריסטן זענען עלימינירט געווארן און בערך 60-65 פראצענט פון די כאמאס אונטערערדישע טונעלן זענען נאך אין טאקט.

אויב איז די אסעסעמענט ריכטיג איז עס גאנץ קנאפ פון א סוקסעס און מדינת ישראל האט נאך גאר גאר א ווייטע וועג צו גיין
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

נא_שכל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:47 pm
נקדימון האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:13 pm
א ווידעא - אנגעבליך א פרישע - פון הרה"ק מסאטמאר צוזאמען מיט סארוואשער רב און חוסטער רב ביי א מסיבה.

https://www.dropbox.com/scl/fi/2jp366uh ... 0oz3g&dl=0
קוקט אויס ווי א סעודת ברית, דער רבי מאכט א לחיים, דער עולם כאאאפפפטטטט שיריים (לכאורה פון די מזונות), און דער רבי הייבט זיך דערנאך אויף און גייט אוועק, מ'זעט אז מ'רוקט אוועק די גאנצע גרויסע חלה פון די סעודה, ביים כאפן שיריים.


viewtopic.php?p=5111304#p5111304
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

סופרים קאורט ריכטער אליטא איז געקומען אונטער קריטיק פון דעמאקראטן נאך וואס עס איז באקאנט געווארן אז ביי זיין היים נאך די 2020 וואלן איז געווען אן אמעריקאנער פאן אבער איבערגעדרייט. א צייכן וואס (קען געניצט ווערן ) איז געניצט צו ארויסווייזן שטיצע מיט טראמפ און די וואס האבן זיך איינגעבראכן אינעם קעפיטאל געביידע.

אליטא האט עס אפגעווארפן און געזאגט עס האט מיט זיין פרוי און גארנישט צוליב פאליטישע סיבות.

היינט קאכן די דעמאקראטן ווידער ווען עס איז אפירגעקומען א בילד פון אליטא'ס זומער היים אין ניו דזשערסי ווי עס האט געפלאטערט א פּיין בוים פאן וואס טראגט די משמעות פון א געבעט צו גאט. א פאן וואס די לעצטערע יארן איז עס באניצט דורך קריסטליכע נאציאנאליסטן און איז אויך געווען באניצט ביי די יאנואר 6 איבערפאל.

בקיצור די דעמאקראטן ברויזן שטארק אויף ריכטער אליטא און א צאל דעמאקראטן ריפן ער זאל זיך אנטזאגן פון יאנואר 6 קעיסעס וואס קומט אן אין געריכט.

20240522_193754.jpg
20240522_193754.jpg (138.04 KiB) געזען 1281 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אמעריקע זעצט פאר מיט די פראבעס פאר די B-21 רעידער סטעלט באמבער פליגער. די פליגער איז ערווארטעט צו זיין די ערשטע פון די זעקסטע גענעראציע פליגערס און וועט אריינקומען אין דינסט אין 2027. די קאסטן פאר אזא פליגער ציילט זיך אין די ביליאנען

העלא...

20240522_194200.jpg
20240522_194200.jpg (143.6 KiB) געזען 1223 מאל

20240522_194151.jpg
20240522_194151.jpg (320.66 KiB) געזען 1223 מאל
20240522_194156.jpg
20240522_194156.jpg (89.74 KiB) געזען 1223 מאל
פינג @הרב יואל קליין קום אריין מיט דיינע באקענטעניסן

ווי שטארק ווילסטו דרייוון אזאנס? איז דאס אינטערסאנטער ווי שרייבן אין די מאמענט אשכול
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פרעזידענט ביידן פלאנט צו אפרייזן קיין אפריקע קומענדיגע פעברואר - אויב געווינט ער ווידערוויילונג
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א צווייטע פאל פון די פייגל פלו איז אידענטיפיצירט געווארן צווישן מענטשן אין אמעריקע. דאס מאל ביי א מאן אין מישיגען. בעיקר זענען זיי פארשפרייט צווישן די בהמות אויפן פארעם

אויסברוכן ביי קיען פארעמס.
20240522_195719~2.jpg
20240522_195719~2.jpg (70.94 KiB) געזען 1091 מאל
אוועטאר
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1022
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

נקדימון האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:20 pm
א צווייטע פאל פון די פייגל פלו איז אידענטיפיצירט געווארן צווישן מענטשן אין אמעריקע. דאס מאל ביי א מאן אין מישיגען. בעיקר זענען זיי פארשפרייט צווישן די בהמות אויפן פארעם

אויסברוכן ביי קיען פארעמס.

20240522_195719~2.jpg
ביי 270 געווינט מען די וואלן?.....
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4475
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

נקדימון האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:13 pm
א ווידעא - אנגעבליך א פרישע - פון הרה"ק מסאטמאר צוזאמען מיט סארוואשער רב און חוסטער רב ביי א מסיבה.

https://www.dropbox.com/scl/fi/2jp366uh ... 0oz3g&dl=0
זייער שיין. שכוח.

איז נישטא די ווידיאו אין די ארגינעלע מאושען - נישט אין פעסט מאושען?
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

כינע האט אנגעהויבן מיליטערישע עקסערסייזעס ארום טייוואן אין באצייכנט עס אלץ א "שטארקע שטראף" אנטקעגן סעפעראטיסטישע שטיק מצד די טייוואניזער רעגירונג. בלויז די וואך איז איינגעשוואוירן געווארן די נייער טייוואניזער פרעזידענט לאי-טשינג-טע וועמען די כינעזער רעגירונג באצייכנט אלץ א סעפעראטיסט.

די עקסערסייז רעכענט אריין מיליטערישע וואסער, און לופט כוחות און וועט אנגיין פאר צוויי טעג.

טייוואן פארדאמט דאס גאר שארף און זאגט זיי האבן גרייט, לופט, וואסער און ערד כוחות צו רעאגירן און צו פארטיידיגן זייער פרייהייט

אנגעצייכנט ווי זיי גייען אפהאלטן די עקסערסייז. בעסיקלי פון אלע זייטן...
ezgif-3-c59254c850.jpg
ezgif-3-c59254c850.jpg (378.79 KiB) געזען 721 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די לעצטע גרעסערע מיליטערישע עקסערסייז פון כינע ארום טייוואן איז געווען צוויי יאר צוריק אין 2022. נאך וואס ספיקער פעלאוסי האט באזיכט טייוואן.

אויפן מאפע פון 2022
20240522_215101.jpg
20240522_215101.jpg (110 KiB) געזען 687 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פליגער ווערן געריפן פליעדיגע פויגל פאר א ריעזען...

דער נייער B-21 רעידער סטעלט באמבער


20240522_215509.jpg
20240522_215509.jpg (54.92 KiB) געזען 625 מאל
20240522_215511.jpg
20240522_215511.jpg (5.48 KiB) געזען 625 מאל
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

2027?

כ’געדענק ס’איז געווען א שאואינג פאר ריפארטער, מ’האט נאר געוויזן די פראנט....

איז עס נישט אריין אין דינסט דעמאלץ?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:11 pm
2027?

כ’געדענק ס’איז געווען א שאואינג פאר ריפארטער, מ’האט נאר געוויזן די פראנט....

איז עס נישט אריין אין דינסט דעמאלץ?
ניין. די ערשטע טעסט איז געווען פאריאר און וועט נאך נעמען היפש צייט ביז עס גייט אריין אין דינסט.
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

אז כ’האב דיר שוין דא...

כ’געדענק א באריכט אז מ’האט אויפגעכאפט איראן בויען ראנוועיס אין לבנון אין פאל פון א מלחמה מיט מד"י ה”י.
איז עס נאך דא?
אדער מ’האט אויסגענוצט די יעצטיגע אפערטונעטי צו מקריב זיין יענץ אויך
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”