• ד' בבות (בעל התניא) • אהבה רבה ניגון (רבי ר' הערש מרימנוב), ביז'ן דריטן פאל • אבינו אב הרחמן • אבינו מלכינו אבינו אתה • ויהי נועם • אמנם (וויזניץ) • שבת שלום ומבורך (נדבורנא), אנהייב • שבענו מטובך • מעין עולם הבא • הוא אשר דיבר לעם סגולתו • א גוטע וואך • ניגון ג–ט פון אברהם (סבא קדישא מ'ראדאשיץ זי"ע) • המבדיל (יאסעלע), חוץ א קליינעם חלק ביי 'סלח נא' • העי צמאה צמאה צמאה • כאפט אריין א וואדקע (חב"ד) • רחמנא דעני (חב"ד) • אימתי קאתי מר • יש בורא עולם • והריקותי לכם ברכה, ערשטער פאל • ואתה אמרת היטב אטיב עמך • ותאסוף גליותינו • על זאת שבחו אהובים • נפשינו חכתה לה' (סקולען) • אבינו מלכינו פתח שערי שמים • תהא השעה הזאת • ברוך הוא אלוקינו אשר טוב גמלני, להגדיל שמו הגדול (סאטמאר) • משה אמת ותורתו אמת • שמח תשמח • זכרנו לחיים • היום הרת עולם • ושמחת בחגך (2) • ליהודים היתה אורה (אורה אורה אורה ושמחה) • אמר רבי עקיבא אשריכם (מב"ד) • בר יוחאי (קארלין) • אכן שמע אלוקים • קרוץ מחומר • ואני קרבת אלוקים • סיני לו נקרא • [נוסח חזרת הש"ץ לשב"ק, ישמח משה במתנת חלקו] • [נוסח סליחות, לשמוע אל הרנה ואל התפלה]
• שלום עליכם (סאטמאר), מלאכי השרת מל'אכי' עליון (סוף פונעם ערשטן פאל איז עס ראמעיניען) • כד יתבין ישראל, ב'שמחת' התורה • קלי אתה, ערשטער פאל • יודו לשם חסדו, ערשטער פאל • אם על המלך טוב • הטוב הטוב, כי לא כלו רחמיך (?) • הטוב כי לא כלו רחמיך (שענקער), ערשטער פאל, 'כי' מעולם ק'וי'ני לך • אמר רבי עקיבא, נידריגער פאל אשריכם אש'רי'כם • ר"ר אלימלכ'ס טאנץ • קה אכסוף – ביי כאיל 'תע'רוג
• א שיינעם חלום, און פון שלאף האב איך זיך אויפ'גע'כאפט • כאיל כאיל תערוג (?) • רבון העולמים ידעתי • מרחוק ה' – הויכער פאל וא'ה'בת עולם • מי שאמר לעולמו די • ארבע מידות באדם • מי לכם פה ומה לכם פה • [נוסח מגן אבות בדברו]
שכוח רשכבהא״ל ׳סטאוו יא פיטא׳ הגדול, שכוח הגבור שר צבא דוד ׳בניהו׳, שכוח העניו ׳גרויסע עם הארץ׳, שכוח דער קלוגער ׳ציגאנער׳ (פאראדאקס), שכוח המומחה ׳למדן וצדיק׳, שכוח געבענטשטע ׳הר גריזים׳, שכוח הבעל חסד ׳נארמאליזעם׳, שכוח החכם ולב טוב ׳איצל פיצל׳, שכוח הדוגמא אישית ׳היסטאריש׳, פארן זיך באמיען צו שרייבן. ס׳גיבט כח אנצוגיין.
..........
מ׳וויל צוזאמשטעלן א מקיף׳דיגע ליסטע פון ניגונים אין פארשידענע סקעילס, ווער עס ווייסט ניגונים אין מעידזשער מיינאר צו פרעיגיש אא״וו זאל אריינקומען קלאר.
אויב עפעס איז נישט קלאר קען מען אריינקומען דא צו אין אישי צו אין אימעיל און מען וועט פרובירן אויסקלארן עד שידינו יד כהה מגעת. אדער פאר סתם הערות והארות. יעדע הערה אין אשכול פרעזענטירט א רבים און מ׳קען מהנה זיין אידן וואס האבן אלס געוואלט האבן א קלארקייט אין די נושא.
@כינור, די ארבעט וואס דו האסט דא אריינגעלייגט איז אנבעליעוובל!
איך דארף נאך איבערליינען די זאכן נאך אפאר מאל מיט ישוב הדעת צו כאפן גוט די גאנצע מעשה. --
דו האסט געשריבן אז אני מאמין איז א מיינאר, מסתמא מיינסטו ר' משה גאלדמאן'ס אני מאמין, ווייל די מודזשיצע איז א רומעניען.
בכלל, איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז רומעניען איז נישט אזוי פארשפרייט, איך מיין אז ס'איז זייער קאממאן. גאר אסאך וויזניצע ניגונים זענען רומעניען. פארדעם האט עס אזא טיפע עטוואס טונקעלע קרעכטץ. רומעניען ווערט אנגערופן א "מעלאכלאנישע סקעיל". דאכצעך אז די נוסח פון שבת צופרי, כולם אהובים וכו', איז אויך טיילווייז רומעניען.
-- פרידזשיען איז זייער קאממאן אין ספרדישע ניגונים.
ממוצע האט געשריבן:
@כינור, די ארבעט וואס דו האסט דא אריינגעלייגט איז אנבעליעוובל!
איך דארף נאך איבערליינען די זאכן נאך אפאר מאל מיט ישוב הדעת צו כאפן גוט די גאנצע מעשה. --
דו האסט געשריבן אז אני מאמין איז א מיינאר, מסתמא מיינסטו ר' משה גאלדמאן'ס אני מאמין, ווייל די מודזשיצע איז א רומעניען.
בכלל, איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז רומעניען איז נישט אזוי פארשפרייט, איך מיין אז ס'איז זייער קאממאן. גאר אסאך וויזניצע ניגונים זענען רומעניען. פארדעם האט עס אזא טיפע עטוואס טונקעלע קרעכטץ. רומעניען ווערט אנגערופן א "מעלאכלאנישע סקעיל". דאכצעך אז די נוסח פון שבת צופרי, כולם אהובים וכו', איז אויך טיילווייז רומעניען.
-- פרידזשיען איז זייער קאממאן אין ספרדישע ניגונים.
אעופה אשכונה לויפט פריזשיען.
שכוח ממוצע.
גערעכט טאקע, ס׳אבער דאך נישט אזוי באקאנט ווי די אנדערע.
וואס מיינט דאס ׳מעלאכלאניש׳?
.......
יישר כח שוויציגע ביר (א מין ניק דאס...) ברוכים הבאים!
מיט רשות פון @איצל פיצל לייגן מיר דא ארויס אן אימעיל אויסטויש וואס מיר האבן געהאט. עס קען באהילפיג זיין צו פארשטיין די חילוק אין סקעילס.
איצל פיצל:
קודם יישר כח. כ׳האב שוין געליינט דיין סקעילס ארטיקל. עס איז שוין אויך געווען דא אמאל אן אשכול אויף סקעילס. איך בלייב אבער מיט זייער אן עם הארץ׳דיגע שאלה וואס איך כאפ נישט (פון ווי ווייס איך אז עס האט א פשוטע ענטפער? ווייל נישט דא און נישט דארט איז עס געווארן אדרעסירט)
לויט ווי מען איז דא מסביר איז א סקעיל, א געוויסע סעט פון 7 טענער. וואס די פארום / אויסקוק / איידי פון די סקעיל ווערט געפארומט און אידענטיפיצירט, דורך ווי ווייט אלע טענער זענען געריקט איינער פון צווייטן - נישט קיין שייכות מיט וואספארא נעמען די נאטן טראגן - נאך פארן שפילן עני ניגון דערמיט!! יעצט ווען איך האב שוין אויסגעוועלט מיט וועלעכע טענער איך גיי מיך באניצן דורכאויס דעם ניגון, לייג איך עס -אזויצוזאגן- און אן עקסטערע קי בארד און איך שפיל נאר מיט דעי נאוטס אין וועלעכע אויסשטעל/סדר איך וויל און איך דריק וועלעכע באטען וויפיל מאל איך וויל, וועט דער ניגון זיין א מיינאר ניגון טאמער דער סקעיל וואס איך האב אויסגעוועלט איז א מיינאר סקעיל. ביז אהער שטימט? יעצט די מציאות איז אז כמעט יעדע ניגון פארט ארויס צו העכערע אקטיוו ארויס פון א שטח פון נאר זיבן נאטס. איז מיין שאלה אזוי: ווען איך פיק א סקעיל אין וואס איך שפילן - פארשטייט זיך לויט די כללים פון האלבע/גאנצע. קוק איך נאכדעם וואס זענען די נאוטס וואס עס נעמט אריין, און דערנאך קען איך ניצן “די” נאוטס איבעראל אויפן קי בארד? נישט קיין חילוק און וועלעכע אקטיוו? ד.ה. אז אויב שפיל איך אויף A מיינאר קען איך ניצן (נאר) אלע ווייסע קנעפלעך פון די גאנצע קי בארד? ווייל עס גייט דאך פון A ביז G. און טאמער ניץ איך G מיעדשאר סקעיל וועל איך זיך נאר קענען באניצן דורכאויס די גאנצע קי בארד מיט G, A, B, C, D, E, and F♯ בין איך גערעכט ביז אהער? אויב יא האב איך זייער א שווערע קשיא. אבער איך גיי נישט יעצט שרייבן ווייל קען זיין אז איך הייב נישט או ארויסצוהאבן די נושא.
כינור:
גערעכט ביז אהער. קומסט אריין זייער קלאר.
איצל פיצל:
קומט דאך אויס אז C מעידשאר און A מיינאר איז די זעלבע זאך. שטימט?
כינור:
אין די A מיינאר סקעיל איז דא די סי מעידזשער קאורד. יא.
איצל פיצל:
נאכאמאל. אלע ביידע סקעיל האבן אין זיך אלע נאוטס פון די ווייסע קנעפלעך! A מיינאר איז פון A ביז G. און C מעידשאר איז פון C ביז B. איז אויב אזוי ווי כאפט די חילוק צווישען די צוויי סקעילס?
כינור:
גארנישט אזא עמעראצישע שאלה... פרעגסט גוט און ס׳דא א פשוטע הסבר דערין. די עיקר חילוק פון די צוויי סקעילס איז פון ווי מ׳הייבט אן די ערשטע נאט פונעם סקעיל - דער טאניק. לאמיר נוצן די A מיינאר קאורד אלס משל - A C E. צווישן די ערשטע נאט - A צום צווייטן נאט C אין א מיינאר קאורד איז דא צוויי קנעפלעך, און צווישן די צווייטע און דריטע איז פארהאן דריי קנעפלעך. משא״כ אין א סי מעידזשער קאורד - C E G, איז צווישן די ערשטע נאט - C און צווייטע נאט - E פארהאן דריי קנעפלעך, און צווישן די צווייטע און דריטע איז פארהאן צוויי קנעפלעך (רעכן מיט די שווארצע). ווי אזוי קען דאס זיין? ווייל אויב האסט געליינט די ארטיקל האסטו געזען אז די ווייסע קנעפלעך מיינט נישט אז ס׳איז גאנצע טענער, אינגאנצען נישט. די ווייסע קנעפלעך איז סך הכל אויסגעשטעלט לויט די מעידזשער סקעיל און בעצם פארמאגט עס צוויי האלבע טענער אינצווישן.
אויב ס׳נישט קלאר לאמיך וויסן.
גוטע נאכט
איצל פיצל:
So as you explain the difference between the scale of a minor and C major, Will only be recognized by playing chords but to determine the style of a certain song you can’t differ between A minor and C major? Because they are playing the same keys throughout the keyboard
כינור:
קודם האב איך דיר געוואלט מסביר זיין די חילוק פון די צוויי סקעילס. דערנאך האב איך דיר געשריבן אז אלעס ווענדט זיך אינעם טאניק - די ערשטע נאט און Home קי פון די סקעיל. ווען מען זינגט א מיינאר ניגון וועט מען נאטורליך וועלן צוריקגיין צו A. און אפי׳ טאקע ס׳דא פארשידענע טענער וואס זענען די זעלבע אין מיינאר און מעידזשער, וועט אבער די גאנצע ניגון לויפן מיט א ציל צוריקצוקומען צו A ממילא קען מען גאר גרינג פונאנדערשיידן פון א מיינאר ניגון צו א מעידזשער ניגון וואס די טאניק איז C און אלעס בויעט זיך ארום דעם C טאניק. פרוביר עס אויס ביי א קיבאורד, Its Fairly simpel.
איצל פיצל:
אזוי נישט מיר נישט, דיר נישט, האסטו ארויסגעברענגט און מסביר געווען דאס יסוד פון ״וואס איז דאס א סקעיל״ !! פאר איינער וואס מיוזיק איז זיין וועזן, דארף מען אפשר דאס נישט מסביר זיין, ווייל מען פילט עס. אבער ווען מען שרייבט אזא דיטעילט באשרייבונג ווי דיינס וואס ווי עס זעהט אויס איז עס געמאכט פאר עכטע בעגינערס און ״נישט פארשטייערס״ האלט איך אז מען דארף זיך אביסל מער אראפלאזן און מסביר זיין אפילו די דברים פשוטים מאוד. איז איך וועל יעצט איבערשרייבן לויט מיין יעצטיגע פארשטאנד אויף אביסל א מער אומפראפעשענעל לעוועל וואס איז דאס א סקעיל. א סקעיל איז א געוויסע געפיל/רעסעפי/טעם אין א ניגון. וואס יעדע מענטש וואס פארמאגט די חוש הנגינה האט נאטירליך דעם געפיל. עס זענען דא פארשידענע רעסעפיס/אינגרידיענדס פון נאוטס וואס למשל אז מען וועט ניצן רעסעפי 1 וועט ארויס קומען א ניגון מיט א טעם פון שטארקייט/שמחה. און אויב וועט מען אריינמישן און דעם ניגון אנדערע נאוטס וואס באלאנגען נישט אין דעם רעסעפי/סקעיל וועט זיך עס הערן אף טון, און מען וועט ווערן נערוועז, אפילו מען האט נאך קיינמאל נישט געהערט דעם ניגון, און מען קען נישט זאגן דער ניגון קומט אזוי.. און אז מען וועט ניצן יענע אנדערע רעסעפי 2 מיט א געמיש פון אנדערע נאוטס, אדער אפילו די זעלבע נאוטס/אינגרידיענטס נאר געמישט אנדערש די רעסעפי וועט ארויס קומען א ניגון מיט א טעם פון געגועים וכו׳ יעצט, יעדע סקעיל האט איין פארטיקעלער הויפט אינגרידיענט/נאוט פון צווישן 12 נאוטס/אינגרידיענטס וואס ארום דעם נאוט וועט זיך דער ניגון דרייען. און אים וועט מען די מערסטע אנזעהן און הערן. איז לכבוד דעם ווערט די סקעיל געריפן על שמו ועל שם די געפיל וואס עס ברענגט ארויס.
רוב ניגונים (למשל עוד ישמע) הייבן זיך אן פונעם טאניק (אסאך מאל פארט עס קודם אביסל אראפ) און דערנאך גייט עס העכער אינעם סקעיל. און ס'זענען דא ניגונים וואס הייבן זיך אן אין די הייעך (למשל זעקסטע הקפה), אבער זיי לאנדן צום סוף אראפ צום טאניק.
דערנאך זענען דא ניגונים וואס נישט זיי הייבן אן און נישט זיי ענדיגן אויף טאניק (למשל,חסל סידור פסח), און מ'קען האבן א הארד טיים צו כאפן וואו דער טאניק איז און אין וועלכע סקעיל זיי זענען.