שמארטיקל האט געשריבן: איך זעה נישט ווי מען קען טוישן פאנטס דארט. (אגב, אידיש ארבעט יא, סאו לכאורה האט עס מיט די פאנט, איך זעה אבער נישט ווי מען קען עס טוישן)
אט איז א סקרין שאט
יישר כח
זעט נישט אויס ווי עס איז דא א וועג צו טוישן פאנטס. מער מסתבר אז דו האסט אינסטאלירט אסאך פאנטס (צווישן זיי אלטע און נישט גוטע) און איינער פון זיי האבן פארדרייט די יוצרות.
קענסט אפשר פרובירן דאונלאודן די דעפאלט ווינדאוס פאנטס פון דא https://1drv.ms/u/s!AqPiSLMB2_WygQ_3KeI ... z?e=WDR10m . עקסטרעקט דער ZIP, סעלעקט אלע און רייט קליק, מאך אינסאל. אויב עס פרעגט דיר צו דו ווילסט ריפלעיסן איינס וואס דו האסט שוין מאך Yes. דאן ריסטארט דער קאמפיוטער און פרוביר נאכאמאל אדאובי פיל.
ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט