Re: פרקי אבות מיט א שמייכל
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: שיעור ב'
דוד הייבט אן ארויסוואנדער'ן פון שטאט, קלעטערנדיג פון איין דערפל צום אנדער'ן, איין טאג זייענדיג אין א דארף אויפן מארק, באמערקט ער א מיידל זיצן דארטן פארקויפענדיג גרינצייג, ער גייט דארטן צום טישל, און הייבט אן א שמועס מיט איר, ער זעהט אז זי איז זייער א קלוג מיידל, גאר א שטארקע מחוכמת, ער הייבט אן טראכטן הלואי, אפשר איז דעס זיין בא'שערטע?! ער פרעגט איר אפשר וואלט זי געוואלט מיט אים חתונה האבן?
זי ענטפערט אים אז ער זאל קומען מיט איר פרעגן איר טאטן, זיי מאכן זייערע טריט צו איר טאטן אהיים, זיי קומען אן צו א קליין הייזקע'לע, די דאך זעהט אויס ווי ער זאגט יעצט אשמנו איינגעבויגענערהייט, די שויבן האבן לכאורה נישט צו לאנג צוריק געקלאפט על חטא, און די ווענט גייען מיט אזא איינגעבויגענעם פיקל, עס איז דא געשווילעכטצער פון אלע זייטן, עס הענגט שפין געוועבעכטץ פעדימער כמנין תרי''ג מיט נאך פארשידענארטיגע גמטריאות, עס זיצט דארטן אן ארימער אידל אין דער זייט מיט געלעכערטע זאקן וואס ער האט נאך אן זינט זיין חתונה, זיין העמד זעהט ליבערשט אויס ווי א קונצליכע מעלעריי ווערק מיט אויג פארכאפענדע קאלירן, און דאס מיידל פרעגט איר טאטן אויב זי מעג חתונה האבן מיט דעם בחור?
דער טאטע פרעגט אויס דעם בחור מה טיבו, פון ווי קומט ער, ווער איז זיין טאטע? און דער ארימער איד זאגט ניין, ער איז נישט מסכים צו די שידוך, זיין טאכטער קומט פון אן ארימע שטוב, און מען וועט איר פארשעמען ביי דיין טאטע אין הויז, זי איז נישט געוואוינט צו אזא רייכע לעבן, עס איז נישט קיין שידוך!
רופט זיך אן דוד, אי משום הא איז נישט קיין פראבלעם, ער איז מסכים דא צו בלייבן וואוינען און קיינמאל מער נישט אהיימגיין, ער וועט לעבן א ארימע לעבן פונקט ווי זי האט געלעבט ביז יעצט, ער וויל מיט איר חתונה האבן ווייל זי איז א קלוגע מיידל, א פארשטענדליכע, און ער איז גרייט צו טוהן אלעס פארדעם!
זאגט די טאטע, אזוי? דעמאלטס קום מיט מיר איך וועל דיר עפעס צייגן, ער נעמט אים צו א קליינעם פארשטופטן צימער'ל, און עס אנטפלעקט זיך פאר אים אן אוצר פון גאלד, זילבער, דיימאנטן, ממש א וועלט'ס עשירות! זעהסט דאס? די גאנצע עשירות איז ענקער'ס, איך האב נישט געוואלט אז מענטשן זאלן וועלן חתונה האבן מיט מיין טאכטער צוליב מיין עשירות, האב איך עס באהאלטן פון מענטשן און געווארט צו זעהן ווער עס וויל חתונה האבן מיט איר און האלטן איר טייער נישט צוליב עשירות, יעצט אז איך זעה אז דו ווילסט איר אפילו אין עניות ודחקות, נאדיר מיין פארמעגן און האב חתונה מיט איר געזונטערהייט.
דא האב איך געמיינט אז דו גייסט מסביר זיין אל תהיו כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל פרס... אבער ס'איז גוט סייווי.......