פון מיין עקספיריאנס (א בעל קורא פון מיין בר מצווה און א קביעותדיגע שטעלע שוין באלד זעקס יאר: 1. נזהר זיין פון טעותים ווייל 'שבשתא כיוון דעל על' (א טעות וואס איז אריין איז שוין אריין און גייט נישט ארויס). 2. מעביר סדרה זיין כדי צו דערקענען די סדרה, די ווערטער, די טראפן. 3. חזר'ן אין תיקון קוראים אין אזא צורה: די פסוק מיטן טראפן 3 מאל, אן קיין טראפן 1 מאל, אויעב סי דא א טעות חזר'ן מיט טראפן נאך 3 מאל וכו'. 4. שבת אינדערפרי אריבער גיין נאכאמאל אויף די גאנצע פרשה אן טראפן. 5. נישט האבן מורא פון די מתפללים, און געדענק: נאר אויף א טעות אין עברי אדער וואס טוישט די פשט דארף מען מתקן זיין, אנדערע זאכן פשוט פייף אן... אסאך הצלחה.
לעיקוואד האט געשריבן:
אז מען רעדט שוין, האב איך באמערקט חילוקים אין טראפן צווישן חומשים, אדרבה קען איינער אריינקומען וואס דאס מיינט, איז דא נוסחאות? למשל דאס וואס איך געדענק ביי ולא תתורו פון פרשת ציצים, איז ביי מאירת עינים א אזלא גרש, און ביי אנדערע א קדמא ואזלאץ נאך איין חילוק פון פאריגע וואך פרשת ואתחנן צווישן שביעי און מפטיר פסוק ז' כי עם קדוש, די כי איז אנדערש ביי מאירת עינים פון אנדערע.
אין די סלאוויטא חומש פון כפתור ופרח ווערט בדר"כ געברענגט אלע נוסחאות און מנהגים.
למשל,כִּ֣י צֹרֲרִ֥ים הֵם֙ לָכֶ֔םדא חילוקים צווישן די חומשים אויב עס איז דא א מונח אויף כי.
ס'קומט שבת אינדערפרי, משה קריכט ארויס פון בעט אום 9:30, ראלט אריין אין ביהמ"ד, כאפט א הייסע טבילה, שלינגט אראפ א געשמאקע קאווע, שמייסט ארויך די טלית אויפ'ן פלייצע ברכי נפשי, כאפט נאך א קליינען שמועסעלע, און אריין אין ביהמ"ד.
קומט צו צו אים זרח די גבאי'ר' משה, שחרית אפשר?'עם, ווי האלט מען דארט ביי פסוקי דזימרה? אה ביי הללוקה'ס, אקעי, נא פראבלעם! ער געט א מיש די בלעטער פונעם סידור, ומאליו יקרא, פלוצלינג האלט ער שוין ביי נשמת, און בקול רעש גדול הייבט ער אן 'שוכן עעעעעעעעד מרום וקדוש שמוווווווווו'און אזוי גארגלט ער זיך אויס די גאנצע שחרית, איינע לענגער איינער שנעלער, לדאבון לב כל השומעים.
מ'האלט שוין ביי 'שמעעעעעע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד' אחד הוא אלוקינו גדווווווווול אדונינו קדוש שמו' גדלוווווו לה' איתי ונרוממהההההההה שמו יחדו' - הילכעט אפ א מעכטיגן געשריי פונעם ציבור 'שכועך שכועך, וואו הערליך געווען, געוואלדיג, אנבעליוועבל.... וכו' וכו'
משה זעצט זיך אראפ אויף זיין פלאצט, מאכט זיך באקוועם, און טראכט צו זיך, נא, אז מ'קען קען מען...
-----
זונטאג צופרי נאך שחרית קוקט שמעון אויפן זייגער, יא איך האב יעצט אן עקסטערע האלבע שעה, לאמיך שוין אנהייבן זיך פארצוקוקן די ליינען, פארוואס זאל איך ווארטן אויפ'ן לעצטע מינוט און דארפן אויפזיין גאנץ ליל שישי און זיך דעמאלץ מוטשענען. ער נעמט ארויס די תיקון קוראים און הייבט זיך אן פארצוקוקן.
למעשה איז שוין יעצט דאנערשטאג נאכט נאכן שאפינג לכבוד שבת, כאפט ער זיך אז ער איז נישט צופיל אנגעקומען זיך פארצוקוקן דורכ'ן וואך, זעצט ער זיך אוועק ביים טיש נעמט ארויס די תיקון קוראים און הייבט אן מיט א פעסטקייט 'וידבר ה' אל משה לאמור, נאכאמאל, וידבר ה' אל משה לאמור, און א דריטע מאל, וידבר ה' אל משה לאמור'. און אזוי ווייטער ביז ער דרימלט איין עטליכע מאל. למעשה 2:30 ביינאכט קוקט ער אויפ'ן זייער און טראכט עטוואס עפעס מיז איך מיך צולייגן, א גוטע נאכט.
שטייט אויף פרייטאג אינדערפרי, קוקט איבער די תיקון קוראים און ס'איז גאנץ ביטער, ער געדענקט נישט צופיל פון נעכטן ביינאכט ווען ער איז געווען בין ער ובין ישן. זעצט ער זיך אוועק נאכן דאווענען און הייבט אן פונדאסניי (ב"ה עס איז שוין אביסל גרינגער)
שב"ק אינדערפרי שוין 6:30 טאנצט ארויס פון בעט, לויפט אין מקוה, און גייט נאכאיינמאל איבער די פרשה פאר בערך אנדערטהאלבן שעה, ענדיגט מיט א תפילה צום בורא כל העולמים אלקא דמאיר ענינו, ולא אכשל בהליינען וישמחו בי חברי, און מ'גייט דאווענען.
קומט צום ליינען, ב"ה די ערשטע 2 עליות איז זייער שיין געגאנגען, ביים דריטע עלי' ווען ער האט געדארפט זאגן ואת מיט א צירי און בטעות געזאגט מיט א סגול, פלעשל, דער מיט די גרעבסטע קול פון ביהמ"ד געט א שריי 'נא ואת ואת...' שוין פון דארט און ווייטער איז שוין געווארן א חצי יו"ט, ביז ב"ה ס'האט זיך גע'ענדיגט די ליינען. אהההההההההה ב"ה פארטיג, גאנץ גוט געווען, 2 -3 טעותים, אבער מ'קען זיך נישט אפרעדן.
גייט אראפ פון בימה, ווארט עטוואס איינער זאל אים עפעס זאגן, אבער ווייס איך וואס, קיין איין שכועך הערט מען נישט, קיינער באדאנקט אים נישט, קיינער באמערקט אפי' נישט ווער איז געווען די בעל קורא....
אויף דעם זאגט מען גלייך נאכן ליינען 'וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה –הקב"הישלם שכרם' !!!
יא, און אמאל אויך אין נקודות. די גליון "תורת הקורא" ברענגט אראפ מקורות פון כתבי יד א.א.וו. דאאיז פ' ראה תשע"ו (-דאס איז געווען די לעצטע יאר), און פריער און שפעטער איז דא אנדערע סדרות.
איינער האט מיך געכאפט ביי א טעות די וואך וואס איך זאג שוין 10 יאהר. אין קאפיטעל ל פסוק מ"א וְהָיָ֗ה בְּכָל־יַחֵם֮ הַצֹּ֣אן הַמְקֻשָּׁרוֹת֒. אין אויך שפעטער קאפיטעל לא פסוק י האב איך געזאגט יֵחַם אנשטאט יַחֵם. איך האב מיך געווינדערט פון ווי קימט די טעות ביז איך האב געקוקט אין פרשת שופטים. פֶּן־יִרְדֹּף֩ גֹּאֵ֨ל הַדָּ֜ם אַחֲרֵ֣י הָרֹצֵ֗חַ כִּי־יֵחַם֮ לְבָבוֹ֒ וְהִשִּׂיג֛וֹ כִּֽי־יִרְבֶּ֥ה הַדֶּ֖רֶךְ. וואס איז די חילוק אין טייטש?
ס'דא א באקאנטע סימן פון אבן עזרא, לויט די סדר הקריאות. ס'הייבט זיך אן פון שבת, א טאג וואס מ'ליינט איז דישון און ווען מ'ליינט נישט איז דישן מיט א קמץ. יעצט גיי האלט חשבון...
דער עולם האט שוין בעצם דערמאנט אלע גוט'ס טיפ'ס און עצות, ביי מיר האט זייער גוט געארבעט די עצה פון @פשוט און פראסט צו גיין יעדע פסוק באזונדער, גוט איינ'חזר'ן, גיין ווייטער גוט איינ'חזר'ן און צוריק גיין א שנעלע חזרה וכו'. (ס'נעמט אסאך צייט און געדולט, אבער פארפאלן נישט יעדער איז געבענטשט מיט א מייסטערהאפטיגע זכרון)
כ'האב לעצטענס געטראפן א תיקון קוראים וואס האט אויפן לינקע זייט בלויז די ערשטע טראפ פון יעדע פסוק, ביי מיר האט דאס מורא'דיג געהאלפן (פארשפארט די נערווען פון פארגעסן די אנפאנג פון א פסוק, פרשה, וואס איז ענדליך צו א צווייטע פרשה מיט א אנדערע טראפ).