סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3
גוט יאר, איך בין פרייליך ביז גאר
מיין ארטיקל האט געגעבן א פאר, איך דריי מיינע האר
מיט ווערטער אפאר - האפנטליך וועט עס זיין קלאר
א שמייכל האב איך דאס איז שאר!
קודם כל לפני בא, א שבח לקל חי
וואס פאר אים איז נצח והנוי, וואס האט אונז אויסדערוועלט פאר זיין הייליגן גוי
פאר אים איז כל העולם כולו, כל הארץ כבודו מלא!
עס קאכט מיין בלוט, אין א גוטער מינוט
עס דארף זיין א היט, פאעזיע גראמען מיט
וואס אלס נישט מ'טוט, אבער נישט קיין הצלה קיט
נישט קיין געאיילטע שריט, וועגן אויבן די בענק מען ריקט!
עס וועט דאך זיין ביטער, אויב עס וועט זיין בלויז ברויט מיט פיטער
נישט צוליב דעם א פארמעסט טוט-ער
מיינע חלומות ער וועט געבן א צעשפליטער - אפילו איך בין אן איטור
א סאה אדער א ליטער!
א טאג אויף אייוועלט אריינעמען, ווי מ'שרייבט נאר מיט פען-נעמען
אמאל צוקער און אמאל לעמאן, זיך אויסגעבן דא גוט קען-מען
אמאל פלעגן דא זיין יגר יענטאש און שוועמ'ן, אויב מ'שרייבט איבריג קען מען בעננען!
נישט אייביג פאר א יעדן אלעס געפעלט, דא אויף אייוועלט
יעדע שטיק צייט עפעס פריש די הנהלה מעלדט, פון שמחה יעדער קוועלט
דער שטן האלט עס נישט אויס, ער שעלט!
דעם טאג מען הייבט אן ווי נארמאל
פון הכל'ס קאקאש מיין פנים האט א שטראל
דער סופרים קאורט האט געזאגט היינט ווייל
אז רעליגיע באלאנגט נאר פאר השם ממעל
א מענטש אין קענטאקי האט פון וואלמארט גע'גנב'ט א דאל
עפעס א גאווערנאר האט זיך פארקילט, סא ער גייט מיט א שאל
און א געוויסע סענאטארשע האט א באל.
א שמייכל אויף מיין פנים שפרייט זיך אויס
לעצטע תגובה דורך "טשאדעלע" שרייט ארויס
אינעם מידיא בייעס אשכול עפעס א גוטס האט ער קאמפאזט
די ליבעראלע פאלטשקייט ער עקספאזט.
אבער כאפצעם טוט נישט שלאפן אין יענער צייט
ביידנ'ס דערגרייכונגען טוען לויט אים גיין גאר ווייט
גאר ווייניג נייע ארבעטסלאזע לייט
טשעקלעך פארן אריין אויפ'ן העכסטן גראד.
זעקל לאזט זיך נישט, ער קומט גליין צו לויפן
דו ווייסט ווי טייער זאכן זענען צו קויפן
זאגט אן אנדערע אז לויט די ליבעראלן גייט מען זיך דארפן ר"ל טויפן
אונטערגעקויפטע עסקנים ביי די גרויסע הויפן
א וואקסין איז נישט גוט נישט קיין חילוק אויף וואספארא אופן.
אין וויליאמסבורג טוט זיך א בהלה
וואס גייט פאר? פרעגט איינער, איך הער פליען הצלה
חלה לכבוד שבת זאגט גלייך א עקסידענט פארנט פון קראלי
יא יא אויף די גאס די שמאלע
אדער אז חברים געפינט זיך אינדרויסן פון זכרון נפתלי.
אינעם ניינטן דיסטריקט קומט פאר א פריימערי פארמעסט
א קליין שטעטעלע וואס האט קוים עפעס געסט
אבער צל און נקדימון זענען ביי זיי אין נעסט
וואסערמאן מאכט מיר פעין אין מיין טשעסט
אויב טראמפ איז נאך פאפולער איז עס א טעסט.
אוי! ברוך דיין האמת אשכול האט געשריבן איינער
איך לויף שנעל אריין זיין א ליינער
עפעס אן עלטערער איד איז אוועק נעבעך אן קיין ציינער
א בילד האט אפשר איינער? קיינער!
ער פלעגט זיצן אויף זיינע טרעפ פון שטיינער
געוועזן זייער א פיינער
איבערגעלאזט אסאך איידעמער.
א שלאס?! איך גיי שוין אריין!
ווי א שיכור פון וויין
אפשר קען איך נאך עפעס כאפן פאר ס'איז גאַן
אבער עס איז נישט געווען קיין גוטער פלאן
איך האב שוין א גראם אויף טרעין, ממילא זאג איך נישט באן
ווייל פון די געמעקטע איז נישט געבליבן קיין שיין.
איך וועל שוין באלד אין עטליכע מינוט זען
אינעם אפענעם צענזור אשכול וואס איז געשען
סטאוו זאגט אז מען האט געמעקט פאר פלעין,
עס דארף נישט אלעס גיין אין דרעין
שוין, אזוי גייט א טרעין
שוין געווען איז די צייטן פון מקעין
וואט עי שעים!
מזל טוב! א שידוך מיין הארץ עס פרייט
ביז'ן בעל שם טוב ציט זיך די גאלדענע קייט
אבער דאס איז נאר פון דער כלה'ס זייט
דער זיידע פון בני ברק מיט א ווייסן בעקיטשע ער גייט
... ממנו ילמדו וכן יעשו...
דערנאך גיי איך
זייער גיך
צו לכאורה'ס טאג בוך
איבער זיין קישן ציך
אדער פארגעסענע שיך.
ברוכים הבאים א נייע ניק קומט אן
מ'קוקט וואס ער גייט טאן
ווי דער בני אדם מיט דעם האן
אלעס איז גוט ביז ער פלאטערט א ציוניסטישן פאן.
אן אינטערעסאנטער קליפ אור אייניקל ברענגט
א מילתא דבדיחותא נו וואדע שענקט
הרב שלום א גוטער דיעל אויף פעינט
פעיק ניוז זאגט עפעס, און איך שטיי פארשעמט.
אין היכל הנגיגה איך גיי אריין לפנים
א נייע סידי מ'שמועסט אויס אויב עס האט א מום
ווער איז בעסער לאנגזאם אדער דים
מי שאכל שום יחזור ויאכל שום
ארום און ארום און ארום!
צו ישי ריבו מ'דארף פארשטיין טוט מתמודד זאגן
אבער אויף שולי רנד וועל איך מיך נישט פלאגן
אז ער זינגט שיין וועל איך דיר נאכטראגן
שוין! א יעדער האט אן אנדערע מאגן.
יעצט צו נאר מיט שמחה איך גיי אהין
ארבעט אויף עפעס פון יוסי גרין
פאר איינס דארף מען זיך אויך באדאנקן איך וועל נישט זיין מיען,
עוסקים בצרכי ציבור זיי טוען
אויף זייער הויז זיי זאלן קיינמאל האבן א ליען.
א לעבעדיגע חתונה איז אויך דא אויפ'ן פלאץ
איך האב אויך ליב אן ארטיקל פון שאץ
כינור איז מסביר פארוואס עס הערט זיך ווי א קראץ
וויכטיג מאכער פלעגט אמאל זיין דא שטארק אקטיוו היינט איז ער אן איינגעמאכטס
פון טינק אין טענק'ס פארשוואונדן ווערן גארנישט עטס לאכסט.
יעצט אויף א וואקאציע איך גיי דא
איינער איך געגאנגען צו א זו.
איינגעשטאנען איז ער נישט ווייט בערך א שעה
געזאגט תפילת הדרך לא אירא רע
"די קינדער האבן ליב געהאט זאגט ער" ווי די קיען מאכן מא.
קיין דובאי טראגט מיר נארמאליזעם אויף א נסיעה
אך אבער מיין פילטער איז א שטיקל מניעה
די בילדער קען איך נישט זען מיט א קלארן ראיה
אבער עוד ידינו נטיה, אן קיין שבועה, ואין מפריע.
עפעס א קהילה האט יעצט געקלאוזט א דיעל
פיל ניקים קומען אן מיט איין ציל
אז זיי זאלן באקומען א גוטער געפיל
אז זייער קהילה האט דער גרעסטער שול
ביז מען געפינט אויס אז דער צענזור איז ריעל.
א נייע שטעטל בויעט ערגעץ ווייט אוועק
מען קען דארט בויען אן א עק
אין א באוואוינטן ישוב ממש אויפ'ן ברעג
די גראז דארט געבט ארויס זייער א גוטן שמעק
אבער קיין מקוה איז נישט דא אפי' א לעק
איינער איז מוחה מ'געבט אים א מעק.
מיין קאמפיוטער סקרין בלינקט, האט איינער עפעס עצות
קנאפער קומט און נעמט איבער די לייצעס
העלפט ארויס ער לייגט אונטער זיינע פלייצעס
אז ער העלפט אייביג איר אלע ווייסט-עס.
ברעיקינג! געבט איינער א געשריי
א מעכטיגע פארפלייצונג אין שאנכיי
אפגעווישט פון א הויז ביז א בעקעריי
און אפי' גע'הרג'עט נעבעך א פאפאגיי
שוין אבי נישט צווישן אידן נאר ביי זיי
אזוי שרייבט ער אויף א פאפיר מיט בליי
און איך טרינק בשעת מעשה א הייסן טיי
דער טיפער געפיל פון א פירער זאגט נשמה
קומט ווייל טיף דארף ער א נחמה
מח בקדקדו זאגט אנדערש ער גייט ארויס במלחמה
דרך אגב וואו איז מתבונן שוין לאנג נישט געהערט זיין קול ברמה
קול דמי אחיך צועקים מן האדמה
עפעס אן אלטער שטויביגער אשכול איך ערפאנג
יענטאש נעמט מיר אריין אין באנק
ווי א פרישער פאר פאלק לייגט אריין זייער דרשה געשאנק
וואו עס האט זיך דארט פארשלעפט פאר לאנג
ביז דערווייל זינג איך זיך אונטער א געזאנג
..... און איך רייס זיך פאר געלעכטער...
אין פארברענגן איך בין אויסגעקאכט בכלל נישט
אבער וואס יא אין יענעמ'ס פריוואטע עינינים יעדער מישט
אן אנקעטע וועלעכע זייט ציצית מ'קושט
רוב אשכולות זענען פול מיט הייסע לופט
איך האף אז מען איז נישט ברוגז אז איך האב עס אזוי צעווישט.
איינס צוויי דריי פיר,
איך מאך אויף דעם טיר
יאפ! דער ראש הכולל זיצט שוין ביים שיעור
מיט א קאלט גלעזל ביר, קאלט ווי פון סיביר.
ריעל עסטעט איז זייער נערוועז
טעסלע האט היינט געהאט מייאנעז
א טענה'ריי אויב מעפס איז בעסער פון וועיז.
"זאכן וואס איך וויל וויסן" דער עולם שרייבט
עס גייט יא זיין א ניקים פארברענג אדער נישט. וואס בלייבט?
מיט א קלאפעדיג הארץ וואס צעגייט
פרייטאג נאכמיטאג אויף אייוועלט מחר אני בא וויינט
אז ליידער ביי די 24, טויט, האב איך יעצט געליינט
און ביי א גוטן ארטיקל ענדיגט זיך עס האב איך געמיינט.
לכאורה מיט וויכטיג מאכער האבן אבער אנדערע פלענער געהאט
טראץ וואס במציאות קוקט עס אויס גאר ווייט
דריי הונדערט אלפים אויפגעטריבן גארנישט שטייט
דער סערווער פון טשערידי האט געקראכט כמעט
און מ'רעדט בכלל נישט פון קיין רייכע לייט.
זאל דער אייבערשטער העלפן,
דער דריטע בית המקדש מ'זאל אנפאנגען ניצן
אלע צרות זאלן אוועק פיצן
זאלן די רשעים מיט זייער ציינער קריצן
די אידן מיט א סך געלט זאל ער אנהייבן שטיצן.
איז דער ארטיקל געשריבן אין ' גראמען '? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל ' פאעטיש ' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".