וויכטיגע מעלדונג: מוצ"ש ארום 12:00 וועט מען ארבעטן אויף די סייט סערווער צו פארזיכערן די סעקיוריטי, עס וועט מעגליך זיין אויסגעלאשן פאר קורצע צייטן, א דאנק, מיט פארשטענדעניש.

אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
4
3%
זייער גוט
12
10%
אויסערגעווענליך
16
13%
נישט נוגע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גוט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
זייער גוט
2
2%
אויסערגעווענליך
28
24%
נישט נוגע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גוט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
זייער גוט
10
8%
אויסערגעווענליך
20
17%
גוט
1
1%
זייער גוט
4
3%
אויסערגעווענליך
22
18%
סך הכל שטימען: 119

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בילד

אומ-באשרייבליך

גיי פאפיר
גיי.
בלייב ווייס. בלאס.
טוסט מיר וויי
זייער וויי
ביסט אין כעס?
מאכסט סתם שפאס?

דו אויך, טינט
שווארץ. בלינד
פארעיפוש׳ט. אלט
פארגליווערט. קאלט
טריפסט זאלץ
אויף אפענע וואונד

מיינע טרוימען
בלעזלעך. שוימען
דער ענדלאזע אלעס
פון רייך צו דלות
טוסטו,
פארצוימען
אין דיינע זוימען

רעגנבויגן רייך
הערן. שפירן
אסאך.
צו וואלקענעס גרוי
ארימע טוי
מאכן פלאך
טוסטו, ׳שפראך׳

פאנאראמעס געמאלן
פעלזן. טאלן
א רגש געפילדער
פון שענסטע בילדער
פארשוועמט
אין כוואליעס ברויזנד
פון ווערטער טויזנט

אדרבה. פרוביר.
אינפארמיר
וואס קאלירן
טוט פרעזענטירן.
טראץ אויף דיר
שטייט ׳קאליר׳
מיין אויג זעהט
צומאלענע ברעט

כ׳האב די שורות
זעה און שפיר עס
ריין. קריסטאל
בילדער קלארע
אבער הסברה
פעלט. דערווייל

מיינע סטרונעס
געדאנקען שינעס
טינט׳יגע פלעקן
קען שרייבן און דעקן
אבער,
די שענסטע קינות
האט. פארט
עקן

א שוימיגע טייך
נאס. רייך
צום זאך
באשריבן
מדבר. טרוקן
זאמד׳יג, צום שטיקן
אךךך. דאך
געבליבן

מחשבה אקעאנען
הארץ וואולקאנען
תהומות. חלומות.
פאנטאזן אין סוף׳יגע
צי קען דען
בליי
אליין פארשטיין
צו זיי?

איך וויל זוכן
אין ווערטער-בוך
נישטא.
נישטא די פראזן
צי באווייזן
אריינצוקריכן
אין מיינע
שיך

פארוואס
אנהייבן. שרייבן
בכלל,
ווען דאס, פלוס
איז א
אומ-אויפהערליך
קוואל

באגריפן פרייע
זכרונות. דמיונות.
אין מעמוארן
מיט שווארצע לאטעס
אין א רייע
אונטער אותיות גראטעס
פארשפארן?

אומ-באשרייבליך
א ווארט
באנוצט
ווען דארט
איר פאראדאקס
זי אליין
באזיצט

אוי.
איך שרייב?
אומגלויבליך.
נו, פרוביר
קאלטע פאפיר
כאטש פארבלייב
זאמלען,
שטויבלעך

איך וועל,
דיר ליינען
נישט יעצט
יארן פון יעצט
און וויינען
באוויינען אז,
דו פארשטייסט
און ווייסט
נישט וואס דו רעדסט!

בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

פשיהא דאס איז א גוטס....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW WOW WOW, פאעזיע אין אירע שענסטע פארבן! נישט דא וואס צו זאגן דאס איז מעכטיג פון יעדן פאעטישן אספעקט. דער שעלט אריין דעם פאפיר און טינט אזש עס גייט א רויך...

מיינע שפירן
זיי פארפירן
זיי שרייבן באצירן
שוין, בעסער נישט פרובירן
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מאנטאג אוגוסט 09, 2021 3:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

WOW WOW... מאסיוו!... פאעטישער פאעזיע. א פארגעניגן. גיימיר איבערליינען. ייש"כ.

און זאלסט ביטע נישט ברוגז זיין אז איך נוץ דעם מצומצם'דיגער 'שריפט' דיר צו באדאנקן און אויסרימען.. ווייל סוכ"ס האסטו דאך אויך נאר דאס צוגעשטעלט....
--
איך בין כמעט זיכער ווער דער שרייבער איז..
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אביסל איז עס געטשיעדט.. מיטן צעטיילן אזוי די שורות... און מיט די אייגענטליך איבעריגע קאממעס...

אבער איך קוק אוועק...
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

אויף אזא פאעזיע קען איך נישט קאמענטירן אויף "טינט"
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע:לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

קלאר ר' פנחס אדער א תלמיד מובהק...
אין עוד מלבדו
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע:לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

די קונץ פון אזא לעוויל פאום איז, חוץ אלע מעלות פונעם תוכן און ריטם, וכו', מאכט ער נאך א "פול סוירקל" ודוק.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

פאזיע פין שענסטן
נישט'א צי פארמעסטן
פעילט נישט אויס טעסטן
ארויסגעברענגט די בעסטן
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן: די קונץ פון אזא לעוויל פאום איז, חוץ אלע מעלות פונעם תוכן און ריטם, וכו', מאכט ער נאך א "פול סוירקל" ודוק.

דהיינו?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ס'איז זייער שווער צו כאפן די אופן וויאזוי די גראמען לויפן. ס'האט אסאך קונצליכע גראמען. אבער צומאל גראמט ער אינגאנצן נישט. איך וועל מוזן רעיטן 'זייער גוט' אויף גראמען.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך גערעיט 'גוט' אויף גראמען. נאך אלעם האט ער שורות וואס גראמען בכלל נישט. אויף אלעס אנדערש האב איך גערעיט אויסערגעווענליך.

אגב, דער קעפל "אומ-באשרייבליך" האט אויך א טיפער באדייט: עס איז טאקע באשריבן אבער עס איז אומ.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע:לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן: די קונץ פון אזא לעוויל פאום איז, חוץ אלע מעלות פונעם תוכן און ריטם, וכו', מאכט ער נאך א "פול סוירקל" ודוק.

דהיינו?

ס'איז נישט סתם א פאום, נאר א לעיער און נאך א לעיער און נאך א לעיער, זייער טיף, ביז ס'איז שוין ממש נישטא וואס צוצולייגן, ער האט געגעבן פון א' ביז ת' וואס איז שייך מיט דעם פאום, א גאנצע סירקל.
אז ער שטעלט זיך אפ צוויי שטיקלעך פאר'ן סוף איז שוין אויך הערליך, איין שטיקל פאר'ן סוף אויך הערליך, און יעצט די סוף איז עמוק עמוק.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

וואף... דאס איז טאלאנט...

איך וואלט ווען איינגעשטעלט מיין רעפוטאציע און געמאכט א שנעלן געס ווער דער שרייבער איז...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-;l;p-;l;p-

wow !! wow!! און ווידעראמאל: woooow!

בלאט בלאט,
דו,
יא, דו!
שטייסט פונדערווייט,
קיין צייט
יא, צייט!
צו באשרייבן
שרייבן?
יא, שרייבן!
מיין, מיין?
יא, מיין!
געפילן!

שרעקליך גוט, פאעטיש, גוטע אויסגעהאלטענע גראמען אויך, די אומ'סדר' אין די שורות איז דאך אזוי מסודר... הערליך שבגעפערליך!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!

געליינט די תגובות, כ'האלט יא אז די גראמען איז זייער שטארק, כאטש וואס עטליכע שורות גראמט נישט בכלל,
ער וואלט עס דאך געקענט אריינשטעלן אין איין שורה, מ'רעדטעך פון קורצע שורה'לעך. און אלע גראמען ווי ס'גראמט יא זענען אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט, אן קיין בדיעבד'יגע ווערטער, און עטליכע חידושים איז אויך געווען, צום ביישפיל אומגלויבליך מיט שטויבלעך וכדו'.
סאו די צוטיילן אפאר ווערטער פון שורה מאכט עס נאר מער רייך, ולענ"ד נעמט נישט אראפ פון גראמען.
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום מאנטאג אוגוסט 09, 2021 4:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

טיף ביז'ן נשמה אריין. הערליך
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נאר מיט שמחה האט געשריבן: ;l;p-;l;p-;l;p-

wow !! wow!! און ווידעראמאל: woooow!

בלאט בלאט,
דו,
יא, דו!
שטייסט פונדערווייט,
קיין צייט
יא, צייט!
צו באשרייבן
שרייבן?
יא, שרייבן!
מיין, מיין?
יא, מיין!
געפילן!

שרעקליך גוט, פאעטיש, גוטע אויסגעהאלטענע גראמען אויך, די אומ'סדר' אין די שורות איז דאך אזוי מסודר... הערליך שבגעפערליך!!

:lol::lol:דו ביזט גוט...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ווי אזוי דו ברענגסט ארויס דיין פוינט איז אויסערגעווענדליך. אבער פארוואס נעגעטיוו...
פאפיר איז הערליך. מ׳קען מאלן מיט שווארצע טינט.
אוועטאר
גראמעזיע פארמעסט
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:25 am

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמעזיע פארמעסט »

.
אוועטאר
במה דברים אמורים
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 7:29 pm
לאקאציע:צווישן דיינע שורות

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במה דברים אמורים »

אוי פאפיר,
סבלן איינס אין די וועלט,
נאך א הויפן בזיונות,
מאכט זיין שרייבער א העלד,

הערליך!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נאר מיט שמחה האט געשריבן: געליינט די תגובות, כ'האלט יא אז די גראמען איז זייער שטארק, כאטש וואס עטליכע שורות גראמט נישט בכלל,
ער וואלט עס דאך געקענט אריינשטעלן אין איין שורה, מ'רעדטעך פון קורצע שורה'לעך. און אלע גראמען ווי ס'גראמט יא זענען אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט, אן קיין בדיעבד'יגע ווערטער, און עטליכע חידושים איז אויך געווען, צום ביישפיל אומגלויבליך מיט שטויבלעך וכדו'.
סאו די צוטיילן אפאר ווערטער פון שורה מאכט עס נאר מער רייך, ולענ"ד נעמט נישט אראפ פון גראמען.

איך האלט אויך אזוי
סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

שרעקעדיג גוט!
פאעטיש ריטעם תוכן אבסטראקט פארשטענדליך גראם פלוס טאלאנט!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

געוואלד-יג
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שיינע גראמען, די מעסעדזש איז טיף באהאלטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”