מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
4
2%
זייער גוט
5
3%
אויסערגעווענליך
35
20%
נישט נוגע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גוט
1
1%
זייער גוט
2
1%
אויסערגעווענליך
40
23%
נישט נוגע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גוט
2
1%
זייער גוט
5
3%
אויסערגעווענליך
37
21%
גוט
3
2%
זייער גוט
4
2%
אויסערגעווענליך
37
21%
סך הכל שטימען: 175

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בילד


מֵתִים יְחַיֶּה אֵל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ



מיינע אויגן לאזן ארויס זויערע וואסערן מיט וואס מיין געזיכט ווערט באנעצט. הייסע און ביטערע טרערן קאכן אפ מיינע מחשבות. איך לאז זיי פליסן און האלט זיי נישט צוריק, נישטא דער סיבה אויף וואס נישט צו וויינען, אז עס טוט וויי וויינט מען, און אז מען וויינט שרייבט מען. דאס איז נישט מיין פעדער וואס קריצט, דאס זענען די קריצן און שניטן וועלכע לאזן לופטערן זייער שטימע דורכן מח. איך הער נישט דעם געוויין, איך זעה עס. איך בין עס.

צו זאל איך זיך פירן אויפן וועג פון די שטויסנדע, אדער זאל איך זיך אונטערבייגן נאכמער. אויב וועל איך אויס די צווייטע אויסוואל, דאן איז א פראגע פון צייט ביז ווען איך וועל אונטערברעכן. אבער אויב וועל איך זיך קעגנשטעלן, איז קיין פראגע אז איך וועל נישט בלייבן גאנץ. און אויב שטעל איך זיך אין וועג, שטער איך מיין אייגענער וואגאן פון דערגרייכן. איך בין א שטעקן אין מיין ראד, א שטיין אין מיינע שיך.

איך וויל זיין קלאר, איך וויל וויסן.

אויב ביסטו א דאקטאר, בין איך דיין פאציענט
אויב ביסטו א פאכמאן, בין איך דיין קליענט
אויב ביסטו א לערער, בין איך דיין סטודענט
אויב ביסטו א מאטעמאטיקער, בין איך דיין פראצענט
אויב ביסטו א פייער, ווער איך פון דיר פארברענט
אויב ביסטו א וואסער, שווים איך נישט פון פארענט
אויב ביסטו א זייגער, לעב איך מיטן מאמענט
אויב ביסטו א טייסטער, בין איך קוים ווערד א צענט
אויב ביסטו א שטעקן, בין איך אויף דיר אנגעלענט
אויב ביסטו א שפיגל, ווער איך אין דיר דערקענט
אויב ביסטו א געביידע, בין איך פון דיינע ווענט
אויב ביסטו א קעניג, פארנויג איך מיינע הענט

דו ביסט מיין טאטע אבער וואו איז דיין ליבשאפט, דו ביסט מיין קעניג, אבער וואו איז דיין הערשאפט. דו ביסט מיין ליבהאבער, אבער ווייז מיר דיין געטריישאפט. דו ביסט מיין הערשער, איך ווייז נישט קיין קעגנערשאפט. אבער אויב מעג איך און קען זען, דאן פארוואס צייגסטו נישט, און אויב טאר איך נישט וויסן, דאן פארוואס מעג איך שפירן. איך ווייס אז איך פארשטיי צו דיין אלמעכטיגקייט ווינציגער ווי עס פארשטייט דער קיכל צום בעקער, און איך ווייס קלאר אז דו ביסט איבער מיר, טאקע דערפאר זאג איך מיט אן אונטערגעגעבנקייט.

אויב פאדערסטו רעספעקט, דאס איז וואס איך שפיר
אויב פאדערסטו פארכט, האב איך אן א שיעור
אויב פאדערסטו ריינקייט, פאר דיר זיך גוט באציר
אויב פאדערסטו שטארקייט, בין איך שוואך יעדע ריר
אויב פאדערסטו גלייכקייט, קוק ווי איך פרוביר
אויב פאדערסטו לויבגעזאנגען, וויאזוי זינג איך דעם שיר
אויב פאדערסטו ליידן, קענסטו נעמען פון מיר
אויב פאדערסטו ווילן, פון וואו נעם איך אפיר
אויב פאדערסטו ווייטאג, איז דאס וואס איך פראקטיציר
אויב פאדערסטו גערעכטיגקייט, אויך איך אפעליר
אויב פאדערסטו געזעץ, קוק נישט ווי איך זיך פיר
אויב פאדערסטו פרייד, בעט איך עס פון דיר

דו ביסט א שטענדיגקייט וואס פירט אריבער אויף מיר פיינפולע דורכגענג, איך שפיר זיך ווי א מייזל אויף וועמען מען פירט אריבער שווערע עקספערימענטן. דער געפיל טרייבט און רייסט ארויס בענקעניש וואס איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז איך פארמאג. מיינע נאנטע זענען אויך ווייט. די וועלכע זענען אין הימל דרייען זיך זיכער נישט אויס צו דער ערד, און די וועלכע זענען אויף דער וועלט, גראבן פון אונטער דער ערד. אויב איז ווייטאג א באשעפעניש, דאן ראט עס אויס, און אויב איז טרערן א מעדעצין, טרונק איך עס אויס. אויב איז פיין א פיל, איז עס א ציאניד, און אויב איז בענקעניש געזונט, דאן הייל מיר אויס דערמיט.


בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

Wow wow wow
נישט דא וואס צוצילייגן!
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קרעיזי! קרעיזי!

דא ליגט א סך ווייטאג, געמישט מיט דביקות. אבער די פראזן, די פראזן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

נישט נארמאל!!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18054
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כי אנו עמך ואתה אלוקינו, אנו בניך ואתה אבינו..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

הו הא.. נישט נארמאל דאס
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

wow
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8270
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

wow, געוואלדיגע אידישע הייליגע ווערטער. אויך הערליך שיין.

-
וואס וואוט מען דא? הא?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

טיף
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א הערליכע ארטיקעל סיי די אינהאלט, פאעטישקייט און סיי די אויסשטעל.

איך גיי מוראדיג פאר די "איך ווייס אז איך פארשטיי צו דיין אלמעכטיגקייט ווינציגער ווי עס פארשטייט דער קיכל צום בעקער" - די צושטעל איז טיף און קריעטיוו
סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

''איך הער נישט דעם געוויין, איך זעה עס. איך בין עס.''
שטארק גאר שטארק!
א הערליך שטיקל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שלא מעלמא הדין דאס!!!

ליינט זיך ממש ווי א פיוט פון א פריערדיגן פייטן איבערגעזעצט אין אידיש!

דאס איז עפעס וואס מאכט וויינען און צינד אן דאס הארץ!!

דאס ברענגט געגועים השתפכות הנפש תפילה ותחנונים בדביקות נפלאה ונעלה!!

דאס האט גערעדט צו מיין הארץ פערזענליך!!

אויף מיין געווינער ליסטע דערווייל!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10324
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דאס איז סאמטינג ספעשל!

די ערשטע מאל וואס איך בין מגיב אין דעם פארמעסט.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

ווער ס׳האט געוואוט דא אויף ׳פאעטיש׳ ווינציגער ווי ׳אויסערגעווענדליך׳, דארף מען צונעמען פון עם די רעכטן פון וואוטן ביי דעם פארמעסט…
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

אין איין ווארט 'גאר גאר טיפע געוואגטע ווייטאג'

דאס איז ביזדערווייל די שטערקסטע פאעטיקל אין מיינע אויגן

-
וואס באדייט 'אויב איז פיין א פיל, איז עס א "ציאניד"?
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

"ציאניד" איז א גיפטיגע פיל
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

Next level emotions
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

היכי תמצא האט געשריבן: "ציאניד" איז א גיפטיגע פיל

....
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-

wow! הערליך הערליך!! מורא'דיג תוכנ'דיג און טיף, הערליך געשריבן און געפלאכטן. א מעסטער פיעס אין אלע אינזיכטן, נישטא וואס צוצולייגן.

ייש"כ!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8270
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איבערליינענדיג אלע שטיקלעך פונעם פארמעסט צי מאכן א סך הכל און אויך די שטיקל באדערט מיר דא אסאך ווערטער. מען טאר נישט אלעס שרייבן, און אויב יא, דארף עס זיין א אויסגעארבעטע איד, א פענע מיט טאלאנט דערין מיינט נישט אז מען מעג אלעס שרייבן כלפי שמיא, איך האלט אז די שורות אינצווישן זענען נישט אידישלעך.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הערליך, הערליך!

דער האט טאלאנט!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

א מורא׳דיגע שטיקל דאס. ארויסגעברענגט מיט מח וואס ליגט אויפן הארץ צומאל.

ער פרובירט אפפרעגן די קעפל פון ארטיקל?

קוקט אויס ער האט נישט געליינט פאעזיע נומער #2 פארוואס?
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5277
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דאס איז דאך א שטיק טאלאנט! א שטיק הארץ. רוישיג. געפיליש.

און די גראמען, זעלטן גוט אראפגעלייגט, מיט די ענדע ווארט וואס איז נוגע, נישט סתם א גראם.

פאר דעם קעפל קומט זיך א עקסטערן 5 סטאר רעיטינג... וואו שטייט עס נאר?
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5277
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

כינור האט געשריבן: א מורא׳דיגע שטיקל דאס. ארויסגעברענגט מיט מח וואס ליגט אויפן הארץ צומאל.

ער פרובירט אפפרעגן די קעפל פון ארטיקל?

קוקט אויס ער האט נישט געליינט פאעזיע נומער #2 פארוואס?


איך פארשטיי אז ער פרובירט זיך שטארקן מיטן קעפל "טראץ" אלע שוועריקייטן..
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מֵתִים יְחַיֶּה קל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ממה נפשך האט געשריבן:
כינור האט געשריבן: א מורא׳דיגע שטיקל דאס. ארויסגעברענגט מיט מח וואס ליגט אויפן הארץ צומאל.

ער פרובירט אפפרעגן די קעפל פון ארטיקל?

קוקט אויס ער האט נישט געליינט פאעזיע נומער #2 פארוואס?


איך פארשטיי אז ער פרובירט זיך שטארקן מיטן קעפל " טראץ" אלע שוועריקייטן..

איך האב אויך אזוי פארשטאנען.
איך מיין אז @כינור האט דאס נאר געזאגט בדרך צחות ווייל בעצם איז די 'פארוואס #2' ארטיקל א גוטע ענטפער פאר די ארטיקל (אייראניש...)
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”