חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24
ווי א ספעציעלן גלעזל וויין,
צווישן פשוט'ע, א דערקוויקעניש,
אדער אינעם ריזיגן אקעאן,
א קליין שטיקל טרוקעניש,
ווי אין ענדלאזע וויסטענישן,
אן אפגעהאקטער שטאם,
פון אזויפיל סארטן אויף די טישן,
א פרי מיט א ספעציעלן טעם.
איך זעה אפשר אויס ענליך,
אבער איינזאמקייט מיין וועזן,
איך שפיר אזוי אומגעווענליך,
די מיסטעריע איך וויל לעזן,
איך ווייס דעם באדייט,
פון סאציאלען צוזאמלעבן,
אבער קיינער מיר פארשטייט,
אומערפילט מיין שטרעבן,
איך פיל נישט שטייגערליך,
ווי פון אן אנדערער פלאנעט,
זיך מתחבר אזוי שווערליך,
פון חברותא ווער רעדט,
מיינע פריאריטעטן,
אין אלגעמיינע אויגן,
מאדנע אקטיוויטעטן,
די פלייצעס געצויגן,
אלגעמיינע שטרעמונגען,
מיט מיר א קאנפליקט,
אזוי אומגעלונגען,
מיט סתירות צעפליקט,
ביי מיר דער גרעסטער חשיבות,
ביי זיי א ביליג פאפיר,
מיט מיינע נאטורליכע תגובות,
אזוי נאריש איך שפיר,
אפגעלאכט פון מיינע שיטות,
און פון מיינע טענות געוויס,
איגנארירט מיינע ביטעס,
אונטער פראגע צייכן מיין דמות.
און פרעמד זיי זענען נישט.
האב מיין פריינט קיין טעות.
איך בין מיט זיי אויסגעמישט,
אלע מיינע טעג און שעות,
אבער אזוי ווייט אפגעטיילט,
אין ליכט יאר פארמאט,
אין יעדער אספעקט צעטיילט,
רייד, טראכט, און טאהט.
צו מיינע ווירדן דער בליק,
ווי פונעם טייוול פארפירט,
מיינס א פארשטענדליכער קוק,
אינגאנצן אומאקצעפטירט.
איך לעכץ צו אייגענע פרייהייט,
נישט אונטער יענעם אונטערדרוקט,
מיין זעהל פון ווייטאג צעגייט,
אויף זעלבסשטענדיגקייט ארויסקוקט,
אליין איז פארלוירן, נישט מקובל,
צו פארנעמען נישט זייער גרינג,
און פון ווייטאג צו פאראיבל,
א קורצע קאצן שפרינג,
און איך האב קיין כח,
צו לעבן מיט תרעומות,
מיין נשמה זי וויינט הויעך,
זי וויל א לעבן פון נעימות.
*
אייגענטליך, צו מיר איך קלער,
נאר וועגן מענטשהייט איך פארפיר,
פארוואס, א קשיא ווערט שווער,
ביי אנדערע נישט אזוי איך שפיר?
מיט די פויגל איז אויך אזוי?
און וואס איז מיט די מלאכים?
בין איך דען ווי זיי גענוי?
ס'איז דאך ממש אנדערע דרכים,
מיט זיי איך פיל נישט איינזאם,
נישטא דער אומגעהויערער טרויער,
איך לעב מיט זיי אלע צוזאם,
איך פיל נישט דארט דער מויער.
*
און איך ווייס אויך פארוואס.
עס איז מיר שוין זייער קלאר,
און איך בין ביים באשלוס,
ס'איז טאקע צוליב אונזער נאטור,
די דמיון די פונדאמענטאלע,
דאס מאכט די ערווארטונגען,
אזוי ענליך זענען מיר אלע,
אז ס'ברענגט די באגרענעצונגען,
מענטשליכע שוואכקייטן,
און שלעכטע זיטן,
יסודות'דיגע שוועריקייטן,
טוישונגען אין מינוטן,
רצונות אלע גלייך,
פון כבוד און רום,
מיט פארמעגן רייך,
א שם טוב אומעטום,
קשר ואהבה געברויך,
און קנאה גארנישט ווייניג,
רעיונות האט יעדער אויך,
און אפילו קערפערליך אייניג,
מחשבה דיבור מעשה,
א גלייכע שותפות,
אפילו די זעלבע ראסע,
אין זעלבן דפוס נדפס,
חב"ד חג"ת נה"י על הסדר,
קיין אנדערע וועג פארהאן,
סוקסעסן. און דורכפעלער ליידער,
צוזאמען מיטן ארגינעלען פלאן.
*
און מער קיין איינזאמקייט,
מיין טעגליכער טראכט,
מיין זעלע זי פארשטייט,
אן אחדות דערגרייכט.
איך פיהל אונזער אייניגקייט,
אזוי מער אמת און גרינטליך,
קלייניקייטן פונאנדערשיידט,
ווי אויפן מאפע פיצינקע פינטלעך,
געוויסע איינצלהייטן נישט דומה,
אבער אין תוך, כולנו ביחד.
צוזאמען א שלימות'דיגער קומה,
מער ווי אלע פירודים מאחד.
*
און דא איז מיין דאנק,
פארן ענווים מעודד,
מיר געלייגט אין געדאנק,
איך בין מער קיין בודד!
איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".