שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
1
1%
זייער גוט
5
6%
אויסערגעווענליך
16
18%
נישט נוגע
1
1%
גוט
4
5%
זייער גוט
6
7%
אויסערגעווענליך
8
9%
נישט נוגע
4
5%
גוט
2
2%
זייער גוט
6
7%
אויסערגעווענליך
13
15%
גוט
2
2%
זייער גוט
6
7%
אויסערגעווענליך
14
16%
סך הכל שטימען: 88

אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

בילד


שכוח טאטי!


עס געדענקט זיך גוט
פון יענע מינוט
פארן שטעלן די טריט
אונטער די שטאנגען פיר

אן ערנסקייט מ'האט דערקענט
געשוועבט אין א קאנטינענט
האסט געלייגט דיינע הענט
ארויף אויף מיר

ווי דעם פידל'ס קול
מיט אויגן צום שמי מעל
אל תמצא בך פסל
האסטו געבעטן מיט טרערן טייכן

ישימך אלוקים
געשריגן שטום
קוק דיר אביסל אים
אויף די וועלט מ'טוהט מיטמאכן

פון נעסט גייסט ארויס
בויעסט אן אייגן הויז
געדענק אין וועם דו גלויבסט
האסטו אין הארץ געשריגען

נאס ארום ווי איך שטיי
פון טרערן איך צעגיי
היינט א לעבן פונדאסניי
ווי אן אינטרא צו א ניגון

מיט א קוש אין האנט
מיינע אויגן צו דיין אנגעשפאנט
דאן האב איך זיך דערמאנט
איך דארף דיר עפעס זאגן

די גאנצע צוואנציג יארן
פון ווען געבארן
מים ומזון ללא חסרון
געזען איך זאל פארמאגן

געשריבן מיין מצוה צעטל
געהערט מיין תורה בלעטל
געחזרט מיין פשעטל
זיך אינגאנצען איבערגעגעבן

אויף די פיס מיר געשטעלט
אנגעגרייט פאר די וועלט
ווי א מאנטל פאר קעלט
האסטו מיר געטון וועבן

דיין אהבה דיין ליבע
אייביג געווען די סיבה
אנצוגיין אין יעדע סביבה
אין וועט אוודאי העלפן בחיים

ווי שטארק די געדראנג
זאל איך זאגן א דאנק
צו דען שענקן א געשאנק
ס'דאך ווי א טראפעלע מים

שכוח דען א ווארט
אדער עפעס אויסגעשנארט
דאך עפעס זאגן פארט
איז שכוח טאטי!

בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-

זייער שיין, ארויסגעברענגט א טייל פון געפילן פאר א טאטע, זייער שיינע שורות, און מער ווי עטליכע ליינס האבן מיר ממש געכאפט.

ייש"כ!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

הערליך!!
גאר רייך. סיי אין פאזיע, סיי אין גראמען, און פארשטייצעך אין תוכן!
שש ושמח

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

זייער שיין, יישר כח
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

גאר שטארק בארירט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18071
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p-;l;p-;l;p-

הארציג!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער רירנד און הארציג. מיט א רייכער שפראך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27081
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מוראדיג ארבעט מלא טעם וריח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע:עראונד דע קארנער

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

הערליך!

האטעס מיר שטארק בארירט..
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שיינע געפילן, קוקט אויס פריש...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער שיין!

עס פארט זייער געשמירט די שורות. זייער אנגענעם צו ליינען. און אויך זייער הארציג. נאטורליך און אפענהארציג.

די גראמען שטימען נישט אלעמאל.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ממוצע האט געשריבן: זייער שיין!

עס פארט זייער געשמירט די שורות. זייער אנגענעם צו ליינען. און אויך זייער הארציג. נאטורליך און אפענהארציג.

די גראמען שטימען נישט אלעמאל.
אוועטאר
היי וואלטיטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:29 pm

Re: שכוח טאטי! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #27

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היי וואלטיטש »

חלקי, כ'בין אריינגעפאלן אין די אשכול, האסט מיר אויפגעשאקלט!
שטארק און ווייעך אראפגעגעבן.
כ'האב בטעות געוועלט גוט אנשטאט אויסערגעווענטליך.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”