א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28
א הארעלע
אלע קאלירן אין הארמאניע, קולות פון לוסט קורסירן
נישט יעדן טאג מ'קומט, אבער די געפיהל בלייבט, אויף לאנגע טעג און וואכן
דער האקט אראפ דאס נאניע, א צווייטער טוט זיך שטאפירן
פאר יעדעם אנדערש שטומט, מ'קלייבט מ'שרייבט, אין אייגענע וועלטעלעך צו בויען און קאכן
אינגעלע ניין ריהר נישט, צוברעכסטו באצאהלסטו-עס
צייגן וועל איך דיר, דאס וואס דיין הערצעלע די קליי[ע]נעם, ווייסט ניטאמאל צו באגערן
דיינע אויגעלעך דרייען זיך צומישט, כ'זעה ביי זיי פונקן חיות
אפשר יענס דארט פראביר, אזוי קאלירפול שיין גיי-און-נעם, פארגעס נישט צו געדענקן צו 'שערן'
זיין אפגעקראצטע קול, זי איז שוין אריבער פארשידענע פארעמעס
פון איר קליינטשיג זיס געשטעל, אריבער לענגליכע, יארעלעך פארשווארצט, אין קאנטראסט צו די הארעלעך
פילייכט שוין אן עול, די שווערע ארבעט מיט זיינע ארעמעס
ארבעטס יארן ביי קיין שוועל, שפירן א קעניגליכע, געפיהל אויסגעשטארצט, אליין מיטן קאר א פאהר-'על-איך
די פאמיליע קוקן ארויף, אויסער שפעזן דארט זעלבסטוועזן ער טרעפט
לוסטיג און מונטער, ערפילנדיג דאס טרוים צו פארברענגן, מיט די אוצרות'לעך פון כלל ישראל
זייערע פנימ'ער לייכטן אויף, טאפן און כאפן שפילצייג'לעך אין געשעפט
העלפט זיי אונטער, אויף די לייטערלעך אנשטרענגן, מיטן זעלבע אימפעט פון אמאל
די זון נעמט ארום, מיט א ווארעמקייט די גאנצע געגענט
טשיפטשערייען פון די פייגלעך גלעטן, אזוי ליבליכערהייט, די טיעפע סטרונעס פון די אויערן
ער קוקט זיך דאן אום, ביים פענסטערל זיינס און ער באגעגנט
קעגן איבער טוט'ציך אקטיוויטעטן, מ'טוט גיכערהייט, הענגן א שילד ביי שפאגל נייע טויערן
צו איהם דענסמאל זיי לויפן אריין, די נשמה מיט די הענט אנכאפן
ער פראווט נאך דאס שילד אפליינען, זיינע אויגן שוין צו אלט, צו אריבערגיין די גאס
טאטי זיי זאגן איהם דאן, דער טוט דיין בלוט צאפן
נאר נישט וויינען, ווייל מיט געוואלד, וועלן מיר איהם מאכן צו שפאס
פראבירט ער צו פארשטיין דאס וואר, אלטע אויערן פאדערן פאמעליכע אויסלייג
לאזט זיי איבער אין 'רעגן' אליין, צום צימערל שפאנט ער נעמנדיג, די פאר'ירושה'טן שפאקטיוו'עלע
דאס שילד איז שוין קלאר, אויך דאס אורזאך פון די חברה'ס בלוט-דרוק אויפשטייג
'קינדערלאנד' טשאטשקעס פאר די קליין, רוישיגע פארבן פארקלעמנדיג, די הערצער מיטן מצה ומריבה'לע
טאטי וועט דאס נישט דורכטראגן, צוגרינד גייט אצינד יארן הארעוואניע
א רעכטע ארור משיג גבול, גיימיר קעמפן ביזן תמצית, און עס מיט כעס, פאטאל ערלעדיגן
אפשר דין תורה צו געריכט קלאגן, ער איז דאך נישט קיין קטלא קניא
קוק נאר דארט ווי טאטי גייט שטיל, מיט אן התאמצות, אריבער די גאס, יאפ ס'טוט איהם שעדיגן
א גוטן הרב נייע געשעפטסמאן, דיין פארעלטערטע שכן פון קעגן איבער
פון וואו שטארקקייט דו נעמסט צום עפענונג, אהה עטס זענטס אויך דא, מיינע זוהן די טרייע
מיין געשעפט פון דא איז בלויז א שפאן, פערציג יאר באדינען דעם ציבור
ערהאלטן דאס קליינווארג'ס אנערקענונג, און אין די שעה, עפענט איר דאס סארט געשעפט א נייע
זאלט איר וויסן אהנע צווייפל, פון מיין ערפארונג קענט איר געניסן
וויאזוי כאפן קונים און פארדינען, עצה נאך עצה, די היינטיגע קינדער אויך געפעלן
אין האלב צייט באקומען כפל, איבער ווארעמע טיי לאמיר שמועסן
דערווייל מיינע זוהן'ען, מיט די שאכטלעך צולייגן א פלייצע, דאס בעסטע זיי אויסשטעלן
פונעם ערקאנדישן מער גערודער ווי לופט קומט, די אלטע קאוטש קרעכצט פון שווער ארבעט
אין גאס א שטומעניש, די ווייזערלעך פונעם זייגער, צייגן ארויף צום שווארצן הימל דעם פאר'שטערן'טע
קינדערלעך זייט נישט כעס'יג געשטימט, דער מלך איז מושיט את השרביט
בראש השנה יכתבון יעדער אראפקומעניש, אלע לויטן שטייגער, שפייז צו יעדער פויער ופויערטע האר והערינטע
דאס גענויע צאל פונקט, נישט מער קיין פרוטה
אויפן האר באשערט, קיין חילוק שעות און השקעות, וואס די מענטש טוט גיך, פון יוגנט צו אלט
מיין פוס שוין הינקט, די הענט מער קיין גוטע
גרינג מיר ס'ווערט, א וואקאציע דא-איז, האלב מיין ארבעט נעמט ער זיך, און לאזט מיר דאס זעלבע געהאלט
א מימרא פארהאן, בכלל נישט ניי, זאגט די גמרא "מכאן, אמר בן עזאי".
זיי נישט קיין מומחה, מיט א געדאנק נישט שכיחא, ווייל טאקע "בשמך", פון הימל "יקראוך".
גיב דיר א פארזוים'כע, בלייב רואיג נישט גיכער, ווייל באמת "ובמקומך", דער מלאך "יושיבוך".
אידעלע האלט מיט נו!, פרנסה ווילסטו דאך, אבער "ומשלך יתנו", דיין באשערט "לך".
פארליר נישט דעם דעה, ארבעט נישט זוכן, זייער אוי, און מאך נישט קיין מהומה
ווייל "אין אדם נוגע, במה שמוכן, לחבירו, אפילו כמלוא נימא" (קרעדיט: בן עזאי, יומא לח.)
איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".