ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

די אחראים: יאנאש , אחראי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פיינעלי. נאך וואס מיר האבן שוין אונזערע הויפט געווינער אינדרויסן. לאמיר א קוק טאן און זען ווער זענען אונזערע אזוי טאלאנטפולער שרייבער, וואס מיט זייערע פאכמאנישע הענט און קריעטיוו מחשבות, באוויזן ארויסצוברענגען אזאנע טאלאנטן, מייסטער ווערק ממש.

ואלו הם:

#1 אינמיטן שטארבן- נישט
#2 פארוואס?- כינור
#3 סייט פרעפערענצען - מיין שפראך- אייוועלט- לפנות בוקר
#4 א געבער אדער א נעמער- מיואש'דיגער
#5 לאז מיך שלאפן- טינט
#6 חודש אלול א מתנה- מומחה יוחס
#7 בארעכטיג דיין עקזיסטענס- דורך געטראכטער
#8 שווערע פעקלעך - פילינגס
#9 ס'איז זומער אויף דער וועלט- איש חמודות
#10 דער הימלישער בליץ- דער הימלישע איד
#11 אהבה- א שרייבערל
#12 מאמי וואס הערט זיך - דער באדייט אונטער דעם- בעטו ובזמנו
#13 אומבאשרייבליך- ענדע צדיק
#14 שטייען אין וועג- היכי תמצא
#15 מיין זוהנס חתונה- עפרות זהב
#16 ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען?- נו גוט נו שוין
#17 ניין,יא.- פלטיאל
#18 כל המציל נפש אחת- eller
#19 צוקראצטע קאלירן- שמחת עולם
#20 בין קודש לחול- נאר מיט שמחה
#21 א מפורסמ'דיגע גיהנם - שש ושמח
#22 מֵתִים יְחַיֶּה אֵל בְּרֹב חַסְדּוֹ בָּרוּךְ עֲדֵי עַד שֵׁם תְּהִלָּתוֹ- טישטוך
#23 די הימלען וויינען- הלבלר בקולמסו
#24 אוי חברותא!- ממוצע
#25 לאמיר זיך אומקערן- אויסערן מיניסטער
#26 מוז איינער זיין שולדיג- זאלץוואסער
#27 שכוח טאטי!- חלקי
#28 א הארעלע- אור מופלא
#29 וואו איז מיין גיסטע פארלוירן- כ'וויל
#30 להתענג- איינס
#31 בת מלך- סטראקעס
#32 איך וועל זיך הייבן- אנעים זמירות
#33 מיין שטומע פראגע- מכה בדופן
#34 די סדר פון די יצירה- הייליג
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 10:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15336
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וואף!!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קוקסטס נאר ווער סאיז דא

געווען...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א גרויסן יישר כח פאר ענקערע מייסטערהאפטע טאלאנט וואס ענק אלע האבן דא דעליווערט!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

פעיק ניוז האט געשריבן: פיינעלי. נאך וואס מיר האבן שוין אונזערע הויפט געווינער אינדרויסן

לינק ביטע
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איש חמודות האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן: פיינעלי. נאך וואס מיר האבן שוין אונזערע הויפט געווינער אינדרויסן

לינק ביטע

טישטוך
לפנות בוקר
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

אסאך חידושים דא!!! סיי וועלכע שרייבער ס'האבן ארויסגעגעבן זייער טאלאנט, און סיי ווער ס'האט געשריבן וואס...

אוואו איז @מתמודד'ס ארטיקל?! וואס האט ער זיך ארויסגעדרייט?

און פונקט הרב @טינט האט געמוזט בלייבן "שלאפן"?! ער האט זיך נישט געקענט מצמצם זיין אונטער פרעשור?! חבל...

@נישט האט ארויסגעשפראצט פון די ארכיוון און איבערגעלאזט א מעסטערפיעס

@היכי תמצא האט דעליווערט א פארמעסט צום ערשטן מאל און א ארטיקל צום ערשטן מאל דאכטצעך מיר, ביידע איז ארויס מיט סוקסעס, שטייען אין וועג איז פון מיינע פעיוואריטס, כ'האב זייער הנאה געהאט פון די געדאנק צו שרייבן אין אפאר טיילן און עס דערנאך צאמברענגען

@פעיק ניוז כ'האב שטארק ארויסגעקוקט אז כאטשיג ביים פארמעסט וועסטו עפעס אראפשרייבן, אבער אונז האבן נישט זוכה געוועזן

@נמ"ש האט געמוזט ענדיגן דעם לאנג פארצויגענעם אלטערנאטיוון שלאכט מיט א גראמטיקל, פשוט ארויסצוגיין א געווינער, ס'איז דיר נישט מער ווי געלונגען

@טישטוך פונעם קעפל אליינס האב איך פארשטאנען אז ס'איז דיר, דיינע ווערק רעדן פון זיך אליינס א גאנץ יאר

@לפנות בוקר, האט ארויסגעברענגט זיינע קענטעניסן אין אייוועלט אויף הערליכע גראמען, פאר א ריזן איז ער דאך דער געווינער

@מיואשדיגער, האסט מיך סורפרייזד אז דו האסט דאס אפגעשריבן, גאר גאר גוט

@אור מופלא, האסט אראפגעברענגט צו א שטארקע אור, רוב עולם האט נישט די ריכטיגע כלים עס צו מקבל זיין

@בעטו ובזמנו, אויף דיין ארטיקל האב איך געשטימט אויף די גראמען שבו,

@שש ושמח, זאלסט ווייטער מהנה זיין די עולם מיט אזאנע ארטיקלעך, גוט אראפגעלייגט דעם קעריקטור

@ממוצע, פון אזא מומחה אין פאעזיע ווי דיר ווערט געשאפן אזא טיפע חברותא פאעטיקל, פון מיינע פעיוואריטס, ס'דערקענט זיך דארט דיין איידעלקייט, און טיפע נפש

@איינס, הערשט יעצט בינעך געוואר געווארן אז דו ביסט כמעט א כל בו, גוט אראפגעטייטשט די ווערטער מיט פונקטליכע רייכע גראמען, ס'איז מיר געווען א תענוג צו עס אפליינען

@סטראקעס, האסט דאס מאל ארויסגעוויזן די זיסקייט פון פשטות אין פאעזיע

@פלטיאל, האט אין קורצע זאצן אריינגעלייגט פאעטישע טיפקייט

@כינור, ווי פאנגט מען אן מיט דיר, די לעצטע שטיק צייט באווייזט ער אויך זיינע טאלאנטן אין פאעזיע ווי א לאנג יעריגע מומחה,

@ענדע צדיק, פון די אלטע פאעזיע לייבן, אויף דיין ארטיקל האב איך געשטימט, אין איין ווארט 'אומבאשרייבליך'

@מכה בדופן, גיבט ארויס זיינע טאלאנטן נאר ביי פארמעסטן, נעם ביטע אן מיין איינלאדענונג און קומזשע ביטע אריין אפטער אינעם פאעזיע פארום, אז מ'האט א טאלאנט טאר מען עס נישט צוריקהאלטן

@וואסערפאל, האט שוין אפאר מאל חזקה אונז מהנה צו זיין מיט פאכמאנישע גראמען

@מומחה יוחס, אראפגעלייגט א ליל שישי שמועס אין גראמען, א ריכטיגע התעוררות אין צייט

@אנעים זמירות, דו און דיינע ווערק דארפן נישט מיין הסכם און הכשר ס'שרייט שוין יארן לאנג, ש'כח פארן ארויסגעבן פאר 'די פארמעסט' אויכעט אן פאעטיקל

@נו גוט נו שוין, ס'גוט געווען, גוטע גראדע גראמען ארויסגעברענגט קורץ און שארף צום זאך,

@שמחת עולם, א גוט אפעטיטליך שטיקל, טיפע פאעזיע ווי ס'דארף צו זיין, ש'כח

@הלבלר בקולמוסו, א רירנדע ארטיקל, ס'האט מיר געקאסט אפאר טרערן

@הייליג, גאר גאר גוטע גראמען דו האסט שטארקע טאלאנט

@אויסערן מיניסטער, שטארקע בענקענדיגע ארטיקל, זייער הנאה געהאט דערפון

@עלער, ש'כח פארן ארויסשטעלן דעם הערליכן פאום פאר לכאורה אויפן פארמעסט

@דורך געטראכטער, איך האב ארויסגעווארט אויף א שטיקל פון דיר, און כ'האב געווארט אויף אזא פאעטיקל, אינטערסאנט אז ס'איז זיך צאמגעקומען

@איש חמודות, א געשמאקע זומער'דיגע ארטיקל מיט אינטערסאנטע גראמען

@עפרות זהב גאר גוטע גראמען מיט א ווארעמע תוכן, ארויס פון הארץ

@דער הימלישער איד איז עפעס אריינגעקומען מיט הימלישע קריעיטיוועטי מיט זאפטיגע גראמען

@פילינגס האט ארויסגעברענגט לופטיגע פילינגס אין א גוט שטיקל פאעזיע, ש'כח פארן אונז כסדר מהנה זיין, מיט ווערק פון דיינע ווארעמע פילינגס

@חלקי, קורץ און גוט דאנקבארע גראמען, גוט ארויסגעשריבן

@כ'וויל, ש'כח פאר די פשוטע התעוררות אין טרעפליכע גראמען

@א שרייבערל פאר די ערשטע איז עס זיכער גוט

ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי די פאריגע פארמעסט איז געוועזן מער אין סטייל אריינצושיקן אפאר ארטיקלען, דא איז יעדע ארטיקל פון א אנדערער, מעגליך אז היינט איז פשוט מער אין סטייל צו פארמאגן דאפעלטע ניקס, ווער ווייסט...
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

געווען איז עס אין א נאכמיטאג, ווען היכי'ל האט אריינגעשיקט אן אישי צו מיר אין היכל, אז ער ברויך א פאעטישער שטיקל אדער גראמען פארן פארמעסט. ער האט מיר פונקט געכאפט אין א קלאגנדיגער מאמענט, ווען בלויז מיט עטליכע וואכן פריער האב איך געליטן א פארלוסט פון א נאנטן ידיד ע"ה און עס איז מיר געווען שרעקליך שווער אנצוגיין.

איך האב זיך געפרייט צום געלעגנהייט, און איך האב זיך אוועקגעזעצט שרייבן דעם 'מתים יחיה' ארטיקל מיט א דערביטערט הארץ, דער פעדער האט געגאסן און עס האט נישט גענומען מער ווי א שעה עס צוזאמצושטעלן, ווייל ווען דאס הארץ נאגט שפירט ער וואס ברויך ווערן געזאגט. איך מיין אז עס האט זיך אויפגעוויזן דא אז ריכטיגע פאעזיע איז פארבינדן מיט הארץ און געפיל, און נישט אזוי ווייט אין געקינצלטע דיבורים און חידוש'דיגע גראמען.

עניוועי, א דאנק פאר די עהרעפולע געוואונס!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א שרייבערל האט געשריבן: אסאך חידושים דא!!! סיי וועלכע שרייבער ס'האבן ארויסגעגעבן זייער טאלאנט, און סיי ווער ס'האט געשריבן וואס...

wow! דיין באשרייבונג איז איינס אין דער וועלט, מיט אלע טעמ'ען!1 א ריכטיגן קאמפאט פונעם פארמעסט.
א שרייבערל האט געשריבן: אוואו איז @מתמודד'ס ארטיקל?! וואס האט ער זיך ארויסגעדרייט?

יאפ! כ'שטיי און כ'וואונדער מיך און כ'פרעג די זעלבע קשיא, @מתמודד כ'האף עסט אונז באצאלן מיט עפעס א גוטס פון דיין רייכן פעדער, אזוי ווי נאר דו קענסט!
א שרייבערל האט געשריבן: @נמ"ש האט געמוזט ענדיגן דעם לאנג פארצויגענעם אלטערנאטיוון שלאכט מיט א גראמטיקל, פשוט ארויסצוגיין א געווינער, ס'איז דיר נישט מער ווי געלונגען

חחחח... נישט געמיינט דאס, געשריבן ווי א זייטיגער צוקוקער באשרייבט די אינטרעסאנטע סיטואציע...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

טישטוך האט געשריבן: געווען איז עס אין א נאכמיטאג, ווען היכי'ל האט אריינגעשיקט אן אישי צו מיר אין היכל, אז ער ברויך א פאעטישער שטיקל אדער גראמען פארן פארמעסט. ער האט מיר פונקט געכאפט אין א קלאגנדיגער מאמענט, ווען בלויז מיט עטליכע וואכן פריער האב איך געליטן א פארלוסט פון א נאנטן ידיד ע"ה און עס איז מיר געווען שרעקליך שווער אנצוגיין.

איך האב זיך געפרייט צום געלעגנהייט, און איך האב זיך אוועקגעזעצט שרייבן דעם 'מתים יחיה' ארטיקל מיט א דערביטערט הארץ, דער פעדער האט געגאסן און עס האט נישט גענומען מער ווי א שעה עס צוזאמצושטעלן, ווייל ווען דאס הארץ נאגט שפירט ער וואס ברויך ווערן געזאגט. איך מיין אז עס האט זיך אויפגעוויזן דא אז ריכטיגע פאעזיע איז פארבינדן מיט הארץ און געפיל, און נישט אזוי ווייט אין געקינצלטע דיבורים און חידוש'דיגע גראמען.

עניוועי, א דאנק פאר די עהרעפולע געוואונס!

זייער אינטרעסאנט, ביסט נישט מער ווי גערעכט.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טישטוך האט געשריבן: געווען איז עס אין א נאכמיטאג, ווען היכי'ל האט אריינגעשיקט אן אישי צו מיר אין היכל, אז ער ברויך א פאעטישער שטיקל אדער גראמען פארן פארמעסט. ער האט מיר פונקט געכאפט אין א קלאגנדיגער מאמענט, ווען בלויז מיט עטליכע וואכן פריער האב איך געליטן א פארלוסט פון א נאנטן ידיד ע"ה און עס איז מיר געווען שרעקליך שווער אנצוגיין.

איך האב זיך געפרייט צום געלעגנהייט, און איך האב זיך אוועקגעזעצט שרייבן דעם 'מתים יחיה' ארטיקל מיט א דערביטערט הארץ, דער פעדער האט געגאסן און עס האט נישט גענומען מער ווי א שעה עס צוזאמצושטעלן, ווייל ווען דאס הארץ נאגט שפירט ער וואס ברויך ווערן געזאגט. איך מיין אז עס האט זיך אויפגעוויזן דא אז ריכטיגע פאעזיע איז פארבינדן מיט הארץ און געפיל, און נישט אזוי ווייט אין געקינצלטע דיבורים און חידוש'דיגע גראמען.

עניוועי, א דאנק פאר די עהרעפולע געוואונס!

אה, שכח פאר די בעקגראונד. זיך לאנג גע'ישוב'ט צווישן דיין ארטיקל און אומ-באשרייבליך. נישט דא וואס צו רעדן, האסט דעליווערט א מעסטערפיעס ממש.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8272
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טישטוך האט געשריבן: געווען איז עס אין א נאכמיטאג, ווען היכי'ל האט אריינגעשיקט אן אישי צו מיר אין היכל, אז ער ברויך א פאעטישער שטיקל אדער גראמען פארן פארמעסט. ער האט מיר פונקט געכאפט אין א קלאגנדיגער מאמענט, ווען בלויז מיט עטליכע וואכן פריער האב איך געליטן א פארלוסט פון א נאנטן ידיד ע"ה און עס איז מיר געווען שרעקליך שווער אנצוגיין.

איך האב זיך געפרייט צום געלעגנהייט, און איך האב זיך אוועקגעזעצט שרייבן דעם 'מתים יחיה' ארטיקל מיט א דערביטערט הארץ, דער פעדער האט געגאסן און עס האט נישט גענומען מער ווי א שעה עס צוזאמצושטעלן, ווייל ווען דאס הארץ נאגט שפירט ער וואס ברויך ווערן געזאגט. איך מיין אז עס האט זיך אויפגעוויזן דא אז ריכטיגע פאעזיע איז פארבינדן מיט הארץ און געפיל, און נישט אזוי ווייט אין געקינצלטע דיבורים און חידוש'דיגע גראמען.

זייער אינטערסאנט! געשפירט אז עס קומט פון א אינערליכע דרוק . עפעס ממשות׳דיג (אין א געוויסע וועג, אביסל צי פיל, שוין געשריבן דערוועגן אינעם ארגינעלן אשכול). ס׳ליגט דאך דערין אזוי סאך טאלאנט, שפראך קענטעניס. גראד געזעהן אז דיין פעדער האט דאס ארויסגעליעקט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

טישטוך האט געשריבן: געווען איז עס אין א נאכמיטאג, ווען היכי'ל האט אריינגעשיקט אן אישי צו מיר אין היכל, אז ער ברויך א פאעטישער שטיקל אדער גראמען פארן פארמעסט. ער האט מיר פונקט געכאפט אין א קלאגנדיגער מאמענט, ווען בלויז מיט עטליכע וואכן פריער האב איך געליטן א פארלוסט פון א נאנטן ידיד ע"ה און עס איז מיר געווען שרעקליך שווער אנצוגיין.

איך האב זיך געפרייט צום געלעגנהייט, און איך האב זיך אוועקגעזעצט שרייבן דעם 'מתים יחיה' ארטיקל מיט א דערביטערט הארץ, דער פעדער האט געגאסן און עס האט נישט גענומען מער ווי א שעה עס צוזאמצושטעלן, ווייל ווען דאס הארץ נאגט שפירט ער וואס ברויך ווערן געזאגט. איך מיין אז עס האט זיך אויפגעוויזן דא אז ריכטיגע פאעזיע איז פארבינדן מיט הארץ און געפיל, און נישט אזוי ווייט אין געקינצלטע דיבורים און חידוש'דיגע גראמען.

עניוועי, א דאנק פאר די עהרעפולע געוואונס!

איך האב געוויינט ווען איך האב עס געליינט. שכח טישטוך.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

א שרייבערל האט געשריבן: אסאך חידושים דא!!! סיי וועלכע שרייבער ס'האבן ארויסגעגעבן זייער טאלאנט, און סיי ווער ס'האט געשריבן וואס...


און פונקט הרב @טינט האט געמוזט בלייבן "שלאפן"?! ער האט זיך נישט געקענט מצמצם זיין אונטער פרעשור?! חבל...

ער האט פיין דעליווערט!

@מיואשדיגער, האסט מיך סורפרייזד אז דו האסט דאס אפגעשריבן, גאר גאר גוט

שכח!
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8272
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פון די ארטיקלען וואס איך האב די מערסטע הנאה געהאט, אבער דאך נישט געקענט שטימען דערויף איז די ״ניין-יא״, כהאב זיך ממש באלעקט דערמיט! עכט מיין סטייל וואס איך גלייך. געוואלט נאר עס זאל נישט ענדיגן...

״חברותא״ איך אויך געווען אויף די טאפ ליסט, אבער איך האב נישט געקענט זאגן עס איז פאעזיע, און אויך נישט ספעשל גראמען, אבער די תוכן און ארגינעלע געפיל!

אינמיטן שטראבן איז אויך גאר א פיינע זאך. ממש געוואלדיג.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8272
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

א שרייבערל האט געשריבן: אסאך חידושים דא!!!


שיינע תגובה׳לה
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8272
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מיין גרעסטע חידוש? אז נמ״ש האט געשריבן בין קודש לחול. געווען פון מיינע געווינער ביי גראמען. כמיין אז די ערשטע.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אמת. בין קודש לחול איז מאסיוו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע:אין מירון והגלילות

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

רבותי!!! ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז איינער פון [אדער פילייכט] די שטערקסטע פארמעסט אין אייוועלט'ס היסטאריע האלט אט אט ביים אראפגיין פון סדר היום, און ווערן א חלק פון היסטאריע.

די טאלאנט און ארטיסטישקייט וואס כ'האב געזעהן ביי לכה"פ צוואנציג פון די אלע ארטיקלען זענען פארגאפט צו ווערן. הלוואי ווען איך האב אן עצה וויאזוי די אלע אידן קענען אויך אויסנוצן די סארט טאלאנטן אין עפעס הייליג אויך [נישט אז דאס איז שלעכט, אבער העכער האט נישט קיין שיעור]. פשוט מתנות פונעם גרויסן באשעפער, געגעבן געווארן פאר יחידים, צו באשיינען און בארייכערן די אמת'ע וועלט.

עקסטערע מזל טוב פאר די זעקס געווינערס, בפרט פאר ידידנו המסור הרב נאר מיט שמחה שליט"א וואס האט אזויפיל אריינגעארבעט פון אונטער און איבער די קוליסן. לאמיר נישט פארגעסן די אויסנאם קונצליכע גראמען וואס ער שארט ארויס פון ערמעל יעדן שני וחמישי מיט אזא גרינגקייט ווי איך עס קעיק. אויב וואלט ער ווען נישט געוואונען וואלט עס געוועהן א חילול ה' נורא ואיום, און ווער וויל דען דאס יעצט פאר די הייליגע טעג...

לפנות בוקר האט מצליח געוועהן מיט זיין אינהאלטספולע און ציהנדע תוכן צו באקומען די מערסטע שטימען, א שטארקע מוסר השכל פאר אלע שרייבערס און גראמערס אז די עולם דארף די תוכן מער ווי די גראמעריי קונסט. [און מ'קען נעמען ר' יונתן שווארץ אלס ראיה אויכעט, וואס זיינע טעיפס (געדענקסט נאך... ברענג א פענסיל און דריי צוריק אריין די שטריק...) זענען געוועהן האוסהאלד אייטעמס, כאטש נישט פאר די עצם זינגעריי און גראמען קונסט. נאר אלס די תוכן און רגש אליין].

א שרייבערל [וועלכע שרייבערל? קוק אליינס אויבן זיין תגובה, העסטו זעהן] האט הערליך צונומען יעדעם, כ'האב אויך וואס צו צולייגן אבער נישט צייט איצטערט. פעיק ניוז איז געוועהן די ריעל דיעל אינעם פארמאסט, די לופט אין די רעדער און די אויל ארום זיי. און אזוי אויך די גאנצע פירערשאפט קליקע, כ'וויל ענק אלע קענען... אויף היכי'לע האב איך שוין געשריבן אינעם דעזיגנירטן אשכול.

א עקסטערע דאנק פאר אלע וואס האבן גענומען די מיה צו ליינען און פארשטיין מיין ארטיקל. היות פון אנפאנג האט מען נישט געפלאנט צו צוטיילן גראמען מיט פאעזיע, און פאעזיע קען איך ליידער נישט אבער ס'איז געוועהן א דעמענד דערויף, האב איך דאן געזאגט [עיין viewtopic.php?f=96&t=48135&p=2906648#p2906648 ] אז כ'וועל שרייבן פונקטליכע גראמען נאר גאר אבסטראקט. און דאס איז געוועהן מיין עיקר מחשבה, ווי ווייניגער ווערטער, ווי ווייניגער הסברה, אבער מ'זאל נאכאלץ קענען פארשטיין. [למשל, די ערשטע פאר פאראגראפן זאגט נאכנישט אז ס'איז א טוי סטאר. דוגמאות: "דער ברעכט אראפ די נאניע", די פרומע וואס שניידן אפ די נאז פון די דאליס. "יארעלעך פארשווארצט אין קאנטראסט צו די הארעלעך", ווייל די הארעלעך זענען ווייס געווארן. "זיינע אויגן צו אלט אריבערצוגיין די גאס", קען נישט זעהן אזוי ווייט. "די ווייזערלעך פונעם זייגער צייגן ארויף צום שווארצן הימל" מיינט ס'איז פונקט צוועלעף אזייגער ביינאכט. ותן לחכם ויחכם עוד [https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=49430#p2964280].] למעשה אבער, קען זיין אז אין די ראמען פון א פארמעסט מיט אזויפיל ארטיקלען, וואלט עס נישט געדארפט זיין אזוי קאמפליצירט [ווי איינער שרייבט מיר אין אישי: מ'דארף צו דעם צוויי עקסטרע סטרענגס טיילענאל...], סאו כ'טוה זיך עטוואס אנטשולדיגן, כאטש וואס דאס געוואונען בעצם קומט סייווי פאר די וואס האבן עס טאקע, און פיין פארדינט אויך!!!

יישר כח אלע, און א לעכטיגע שבת!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

WOW! קנאקעדיג!

אלע ארטיקלען איינס בעסער פונעם צווייטן...

א שרייבערל האט געשריבן: .


;l;p-און ש'כח פאר דיין קאמפלימענט...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ענדע צדיק! האט געשריבן: פון די ארטיקלען וואס איך האב די מערסטע הנאה געהאט, אבער דאך נישט געקענט שטימען דערויף איז די ״ניין-יא״, כהאב זיך ממש באלעקט דערמיט! עכט מיין סטייל וואס איך גלייך. געוואלט נאר עס זאל נישט ענדיגן...

״חברותא״ איך אויך געווען אויף די טאפ ליסט, אבער איך האב נישט געקענט זאגן עס איז פאעזיע, און אויך נישט ספעשל גראמען, אבער די תוכן און ארגינעלע געפיל!

אינמיטן שטראבן איז אויך גאר א פיינע זאך. ממש געוואלדיג.


ש'כח...

און מז"ט צו דיין געווינס... ערליך פארדינט...
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע:ערגעץ ווי

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

[quote="מיאושדיגער"][/quote]
מיואש'דיגער דו האסט מיר ממש פארכאפט מיט דיינע ווערק! כ'האב געפילט טשילס בים עס ליינען... כ'בין געווען זיכער אז דו גייסט זיין פון די געווינער.. ביי מיך ביסטו געווען פון די געווינער [כ'גדענק נישט צו די ערשטער אדער די צווייטער..].
עכט ש'כח פארן אונז מהנה זיין! גיב אונז נאך פון דיינע ווערק!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע:ערגעץ ווי

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

א שרייבערל האט געשריבן: @א שרייבערל פאר די ערשטע איז עס זיכער גוט

הער אויף! מאך נישט אוועק די געווינער לויט מיין מיינונג!...
האסט מיר ממש איבערראשט!! אזוי גוט ארויסצוברענגען אהבה געפילן ביינעזאם מיט די פילאזאפיע דערפון, צונויפגעשנירט אין מייסטערהאפטיגע גראמען מיט פאעטישע שמאלץ!
ס'איז מורא'דיג! ש'כח! ש'כח! ש'כח!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע:ערגעץ ווי

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

א שרייבערל האט געשריבן:
@שש ושמח, זאלסט ווייטער מהנה זיין די עולם מיט אזאנע ארטיקלעך, גוט אראפגעלייגט דעם קעריקטור


גא''מ
@שש, דו האסט עס!!!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: ואלו הכותבים - פאעזיע און גראמען פארמעסט, זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

חנן האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:

מיואש'דיגער דו האסט מיר ממש פארכאפט מיט דיינע ווערק! כ'האב געפילט טשילס בים עס ליינען... כ'בין געווען זיכער אז דו גייסט זיין פון די געווינער.. ביי מיך ביסטו געווען פון די געווינער [כ'גדענק נישט צו די ערשטער אדער די צווייטער..].
עכט ש'כח פארן אונז מהנה זיין! גיב אונז נאך פון דיינע ווערק!

געסס וואט. איי עם.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
שרייב תגובה

צוריק צו “פארמעסטן”