-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך צדיק בן צדיק
»
אין א רעגולער שבת מאכט מען קידוש אויף א רעד אדער בלאש שעבליס וואס דאס האט 8 פערצענט אלכוהול.
איך בין נישט באהאווענט אבער איך האב אמאל צוגעהערט ווי איינער דרשנ׳ט אז צו הייסן וויין ברויך זיין נישט ווייניגער ווי 7-8 פערצענט.
פון צייט צו צייט און פאר ימים טובים אריינגערעכענט אוודאי יום הפורים העלעך מיר אהנקויפן גוטע טריקענע וויין וואס האט א טרויבן מיקס אזוי ווי קארבענעי, מערלאו און קארבענעי פראנק. קארבענעי סאוויאן אליינס איז צו שטארק די אלקאהול טעם. איך האב נישט קיין ספעציפישע ברענד, נאר געווענטליך וואס דער אין וויין געשעפט רעקאמענדירט דאס האנדעלט מען זיך איין.
הבדלה אויף וויין בין איך מקפיד שוין פאר שטיק צייט, זייט איך האב געהערט אז הגאון ר׳ חיים האלט פון דעם שטארק.
דעם סוכות האב איך געהאט עטליכע טריקענע וויינען פון דרייסיג ביז פופציג דאלער א באטעל, ווען איך טרינק, גייט עס די גאנצע אדער רובו ככולו פונעם כוס בבת אחת מיט א סקונדע סטאפ אינדערמיט, נישט ח״ו צו הייסן א ״רעבתן״ און ס׳איז ב״ה געווען א מחיה…די סעודה גייט נאכדעם מיט סאך א בעסערע מוט.
אני הקטן האט פאר יארן ניט צוגערירט קיין וויין, אלעס איז געווען אויף מיץ ענבים אזוי ווי כ׳האב געזען ביים טאטן, ביז מ׳האט צוביסלעך זעך צוגעוואוינט צום זכריהו על היין במלוא מובן המלה אלס מצווה מן המבחר, לענ״ד קענען מען זיך שנעל צוגעוואוינען אפילו צו די גאר שטארקע וויינען.
בד״וו די נ״י געצעץ פון געבען אלכוהול פאר מיינערס איז נאר פאר יענעמ׳ס, נישט פאר אייגענע קינדער.