Re: WHAT'S APP BACK ON
א שעה צוריק
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
חלה לכבוד שבת האט געשריבן: Down again, it's was working for just 10 minutes
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: טעלעגראם האט באריכטעט איבער 50 מיליאן פרישע דאונלאודס אין די לעצטע פאר שעה, ווען וואטסעפפ איז געווען אפ-ליין.
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: אבער פארוואס נאך א אשכול פאר א גוט יאר!!!! לייג עס אריין דארט און העכצענס צולייגען צום קעפל "ארבעט שוין נאך 6 שעה"
דעת בעל הבית האט געשריבן:ישראל_הלוי האט געשריבן: די DNS רעקארדס זענען צוריק געקומען
וואס איז דאס DNS
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: האט עס נישט צו טוהן מיט סערטיפעקעטס וואס האבן עקספייערט?
אידישליך פאליטיק האט געשריבן: וואטסעפפ וועבזייטל ארבייט שוין, זיי זאגן אז די עפפ איז נעקסט.
קנאפער ידען האט געשריבן:דעת בעל הבית האט געשריבן:ישראל_הלוי האט געשריבן: די DNS רעקארדס זענען צוריק געקומען
וואס איז דאס DNS
עס איז ווי דער פאון בוך/דיירעקטארי סיסטעם פון דער אינטערנעט. ווען דו ווילסט גיין צו whatsapp.com גייט דיין קאמפיוטער צום DNS סיסטעם און פרעגט אים וואו דער whatsapp.com איז פלאצירט.
ער באקומט צוריק אן אייפי אדרעס (למשל 124.122.467.112) און דאס איז דער אדרעס אויפן אינטערנעט וואו מען קען עכט אנקומען צו דער וועבזייטל'ס סערווער.
פעיסבוק האט א קאמפלעצירטע סיסטעם וואס מענעדזשט אלע זייערע DNS (כמעט קיין איין קאמפאני האט דאס נישט אליינס נאר רעגעסטירט עס ביי אנדערע, משא"כ זיי וואס זענען אליינס דער רעגעסטרירער) און דאס איז געווען דער סיסטעם וואס איז געגאנגען גאגא.
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: האט עס נישט צו טוהן מיט סערטיפעקעטס וואס האבן עקספייערט?
נע. עס איז געווען טויט, נישט קיין סעקיורעטי עררארס.

ער באקומט צוריק אן אייפי אדרעס ( למשל 124.122. 467 .112 ) און דאס איז דער אדרעס אויפן אינטערנעט וואו מען קען עכט אנקומען צו דער וועבזייטל'ס סערווער.
פעיסבוק האט א קאמפלעצירטע סיסטעם וואס מענעדזשט אלע זייערע DNS (כמעט קיין איין קאמפאני האט דאס נישט אליינס נאר רעגעסטירט עס ביי אנדערע, משא"כ זיי וואס זענען אליינס דער רעגעסטרירער) און דאס איז געווען דער סיסטעם וואס איז געגאנגען גאגא.
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: האט עס נישט צו טוהן מיט סערטיפעקעטס וואס האבן עקספייערט?
נע. עס איז געווען טויט, נישט קיין סעקיורעטי עררארס.
מי שברך האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:דעת בעל הבית האט געשריבן:ישראל_הלוי האט געשריבן: די DNS רעקארדס זענען צוריק געקומען
וואס איז דאס DNS
עס איז ווי דער פאון בוך/דיירעקטארי סיסטעם פון דער אינטערנעט. ווען דו ווילסט גיין צו whatsapp.com גייט דיין קאמפיוטער צום DNS סיסטעם און פרעגט אים וואו דער whatsapp.com איז פלאצירט.
ער באקומט צוריק אן אייפי אדרעס (למשל 124.122.467.112) און דאס איז דער אדרעס אויפן אינטערנעט וואו מען קען עכט אנקומען צו דער וועבזייטל'ס סערווער.
פעיסבוק האט א קאמפלעצירטע סיסטעם וואס מענעדזשט אלע זייערע DNS (כמעט קיין איין קאמפאני האט דאס נישט אליינס נאר רעגעסטירט עס ביי אנדערע, משא"כ זיי וואס זענען אליינס דער רעגעסטרירער) און דאס איז געווען דער סיסטעם וואס איז געגאנגען גאגא.
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: האט עס נישט צו טוהן מיט סערטיפעקעטס וואס האבן עקספייערט?
נע. עס איז געווען טויט, נישט קיין סעקיורעטי עררארס.
קימט אריין קלאר אזוי אייביג.
קנאפער ידען האט געשריבן:מי שברך האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:דעת בעל הבית האט געשריבן:ישראל_הלוי האט געשריבן: די DNS רעקארדס זענען צוריק געקומען
וואס איז דאס DNS
עס איז ווי דער פאון בוך/דיירעקטארי סיסטעם פון דער אינטערנעט. ווען דו ווילסט גיין צו whatsapp.com גייט דיין קאמפיוטער צום DNS סיסטעם און פרעגט אים וואו דער whatsapp.com איז פלאצירט.
ער באקומט צוריק אן אייפי אדרעס (למשל 124.122.467.112) און דאס איז דער אדרעס אויפן אינטערנעט וואו מען קען עכט אנקומען צו דער וועבזייטל'ס סערווער.
פעיסבוק האט א קאמפלעצירטע סיסטעם וואס מענעדזשט אלע זייערע DNS (כמעט קיין איין קאמפאני האט דאס נישט אליינס נאר רעגעסטירט עס ביי אנדערע, משא"כ זיי וואס זענען אליינס דער רעגעסטרירער) און דאס איז געווען דער סיסטעם וואס איז געגאנגען גאגא.
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: האט עס נישט צו טוהן מיט סערטיפעקעטס וואס האבן עקספייערט?
נע. עס איז געווען טויט, נישט קיין סעקיורעטי עררארס.
קימט אריין קלאר אזוי אייביג.
למעשה זעט מער און מער אויס אז עס איז נישט געווען קיין DNS אישו נאר א BGP אישו (איך האב שוין פריער אזוי געברענגט פון ברייען קרעבס, אבער אנדערע זאגן עס שוין אויך.)
BGP איז דרגא ווייטער ווי DNS (קוק די ציטירטע פאר דער DNS הסבר.) BGP איז א מעלדונג וואס א ראוטער (דאס איז דער פיזישע כלי וואס טראגט ארום די זאכן אויף דער אינטערנעט) פארציילט צו וועמען ער איז אלץ מחובר. און ווי זיי זאגן האט פעיסבוק צוריקגערופן/אנולירט זייערע BGP ראוטס און דאס האט אנגעהויבן די אישוס (אריינרעכנדיג דאס אז פעיסבוקס אייגענע DNS סיסטעם איז נישט געווען עקסעסיבעל.)
אלץ משל (ענליך צו דאס אז DNS איז א פאון בוך מיט אדרעסן) איז BGP דער מאפע. עס פארציילט פאר א קאר אויף גאס 1 אלע וועגן וואס ער האט צו אנגקומען צו גאס 5, למשל אז ער דארף פארן צו גאס 3>גאס 7>גאס 9 און דאן פון דארט קומט ער אן צו גאס 5. וויאזוי שטעלט זיך צאם די אינפארמאציע פאר דער מאפע סיסטעם דאס איז דורך דער BGP סיסטעם וואס שיקט ליסטעס פון אזאנע קאננעקשאנס פון איין ראוטער צום צווייטן. סאו למשל דער רויט לייט ביי גאס 9 וועט שיקן א BGP מעסעדזש צו דער רויט לייט פון גאס 7 זאגענדיג אז ער איז מחובר צו גאס 5. דאן וועט עס גאס 7 שיקן צו גאס 3 און גאס 3 צו גאס 1. סאו ווען דער קאר קלאפט אריין אין זיין מאפע/נעוויגעישאן (וואו ער איז, דאס איז אויף גאס 1) אז ער וויל אנגעקומען צו גאס 5 וועט גאס 1 וויסן צו פארציילן דער גאנצע וועג אנצוקומען צו גאס 5.
וואס איז געשען (בערך) אז צוליב א נישט גוטער אפדעיט האט גאס 9 (דער עק פון קרית פעיסבוק, וואו אלע זייערע גאסן זענען מחובר איינער אריין אינעם צווייטן) געשיקט א מעלדונג אז ער איז נישט מחובר צו קיינעם! יעצט ווען איינער אויף דער אינטערנעט (גאס 1) וויל וויסן וואו פעיסבוק'ס סערווער איז פיזיש לאוקעיטעד (וואו גאס 5 איז) האט ער ש'קאנאנונג, ווייל ער ליסטע וואס גאס 9 האט אמאל געשיקט איז פארמעקט.
יעצט, דער קעטש 22 סיסטואציע וואס מען האט דערמאנט בעפאר, פאר פעיסבוק חברה צו פאררעטן די BGP אנאנסירונגען דארפן זיי אנגעקומען צו עפעס א גאס אין פעיסבוק-לאנד (נארמאל רימאוטלי), אבער קיינער (פון דער אינטערנעט סיסטעם) האט נישט געוואוסט וואו דער גאס איז!
(דער הסבר איז גאר סימפלעפייט און פעלט/פארדרייט געוויסע דעטאלן, פאר א פיינע רייכע הסבר - קלאודפלעיר ווי אלעמאל! - זעט https://blog.cloudflare.com/october-202 ... ok-outage/ )
חברה_מאן האט געשריבן: קנאפער איך האב מורא אז יעצט זענען דיינע סערווער'ס איבערגעשטרענגט...
בבקשה האט געשריבן: קעפ גייען פליען ביי פעיסבוק אויב דאס איז די אמת.
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: Tik Tok באריכטעט יעצט אויך אויף שטארקע פראבלעמען.
קנאפער ידען האט געשריבן:בבקשה האט געשריבן: קעפ גייען פליען ביי פעיסבוק אויב דאס איז די אמת.
כ'בין נישט קאנווינסט. בושות איז עס, אבער טעותים מאכט זיך, און אויב עס איז נישט געווען קיין גרויסע פראטאקאל בריעטש (למשל געסקיפט מענדעטארי רעוויוס אדער פערמישענס) זע איך נישט פארוואס קעפ גייען פליען.