אייוועלט פאר נעטפרי באנוצער
נעטפרי איז טאקע גאר שטארק אויסגעהאלטן ברוחניות, אבער נישט אלעמאל קומט די מצוה אן גרינג...
איינס פון די שווערע זאכן איז דאס אפשפארן יעדע פייל וואס איז מיטגעטיילט פאבליק (publicly shared files) ביז עס ווערט געשיקט (מיט נקודות) צו בדיקה דורך א באנוצער.
דא אויפן וועלטל איז עס איבערהויפט שווער צוליב די פילע תוכן'דיגע פיילס וואס ווערן דא מיטגעטיילט, און אלעס איז אפגעשפארט.
עס זענען דא עטליכע מעגליכע לייזונגען און עצות דערצו און דערפאר ווילן מיר הערן פון אייך – קאלעגע נעטפרי באנוצער אויף אייוועלט, אייער חוות דעת.
2. א וואלונטיר אן נעטפרי זאל עס אריבערלייגן צו א דרייוו און ארויסשטעלן די לינק און עס "נישט" share'ן פובליק. דאן זאל ער פאוסטען די (פארשפארטע) לינק צום פייל אויף דעם אשכול און יעדער וועט באזונדער דארפן בעטן access וואס ער וועט טיילן פאר יעדן באזונדער מיט א ברייטע האנט לכל דכפין.
3. עס זאל זיין א ליסטע פון אימעיל אדרעסן, און - ווידער, א וואלונטיר וועט עס share'ן מיט אלע אויפן ליסטע.
אדער:
(5. נעטפרי זאל עפענען אלע לינקס געפאוסט אויף אייוועלט זייענדיג א פלאץ ווי מ'איז גאר שטארק מקפיד אויף די תוכן פון די זאכן וואס ווערן ארויפגעלייגט, און אומריינע אדעער אומאויסגעהאלטענע קליפס ווערן פארמעקט)
-
פון די אנדערע זייט קענען די נעטפרי באנוצער ביישטייערן פארן עולם מיט'ן דאונלאודען און ברענגען סיי וועלכע כשר'ע ווידיאוי פון יוטיוב, וויבאלד נעטפרי לאזט דאך עפענען כשר'ע ווידיאוי'ס נאכ'ן באקוקן.
ביטע קומט אריין און לאזט אייך הערן...