Re: ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א
די היסטאריע וועגן די קראים ביזן היינטיגן טאג איז מיר געווען א חידוש..
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
לענ"ד אינו דומה, דשם רשב"ג (לא רבי, אגב) קנסם שלא יהיו נקראים בשמם, משא"כ הכא לפי התירוץ הנ"ל הרי עקר מצוה שלימה דרבנן.אוראייניקל האט געשריבן:דאס וואס ער מאכט אזוי אוועק אז עס קען נישט זיין אז דער חתם סופר האט עס געזאגט, איז בכלל נישט קיין קשיא.
וכעין זה איז דא א בפירושע גמרא אין סוף הוריות, אז דאס וואס רבי דערמאנט מימרות אין משניות בשם 'אחרים' און 'יש אומרים', וואס דאס זיינען מימרות פון רבי מאיר און ר' נתן, איז וויבאלד ער האט געהאט א טענה אויף זיי אז זיי האבן געוואלט אראפזעצן זיין זיידן רשב"ג פון די נשיאות.
דארט איז דער טעם פשוט ווייל ער איז געווען פון ארץ ישראל.יונה כהן האט געשריבן:אן ענליכע ענין געפינט מען ביי קרובץ לפורים וואו ס'איז נישט דא קיין קרובץ אויף די ברכה פון את צמח דוד. ברענגט מען אראפ פון עטליכע חסידי'שע רבי'ס אז דאס איז דערפאר ווייל מרדכי האט דאך געשטאמט פון שאול המלך..'איש ימיני', קומט עס נישט אריין אין א תפלה פאר מלכות דוד. ( זרע קודש לפורים, בשם הרב מלובלין. והוסיף שבמקביל בהושענא רבה שהוא יומו של דוד אין מזכירים כלל את שאול ועוד)
אבער לויט מקורות (אין וויקי) זעט מען אז דאס איז נישט דער עיקר טעם
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%95% ... 7%9E%D7%9F
דער טאלאנט פון פון הרב ברוך יהודה בפרט זיין סטייל פון שרייבן האט נישט קיין פארגלייך. צו ליינען זיינע מאמרים איז א תענוג מעין עולם הבא!
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 12:32 am
המקור: מאמר לתולדות הגרי"י פישר בקובץ 'ישורון' כרך יג עמ' שסגשפילקעס האט געשריבן: ↑ זונטאג דעצעמבער 03, 2023 1:36 pmדי וואך געשריבן זייער א אינטרעסאנטע זאך.
אז ר' אהרן פישער האט מקפיד געווען אז זיינע קינדער'ס נעמען זאל זיך ענדיגן מיט אהו''י,
כדי די פ' רפה פון פישער זאל שטימען לויט די כללי הדקדוק.
א חוץ ביי ר' ישראל יעקב וואס ער האט געוואלט געבן א נאמען נאכן קדוש הנ''ל.