ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א
הרב הגאון רבי ברוך יודא קליין שליט״א
האבן מאראנצן און לימאנעס עקזיסטירט, אדער זענען געווען בנמצא, אין די צייטן פון חז״ל?
זיי ווערן נישט דערמאנט ביז צו די צייטן פון די ראשונים - דער אויפטו פונם ״סבא קדישא״ הגרש״א אלפאנדרי, און זיין איבערראשענדער פסק וועגן אתרוגים מורכבים און די כשרות פון לימאנעס פאר די ארבעה מינים - דער וואזשנער אויפטו פון ראגעטשאווער גאון און דער פסק פון ״חזון איש״ - די אינטערעסאנטע השערה פון האדמו״ר רבי חנוך העניך מסאסוב, איידים פון ״קדושת יום טוב״ און שווער פוו ״בירך משה״
ציטרוס פרוכטן. דאס איז די קאטעגאריע, אדער דער מין פרוכט, וואס שליסט איין אתרוגים, לימאנעס (lemons), מאראנצן (oranges), גרעיפפרוכטן, פאמעלאס, ליים, און מאנדערינען. זיי וואקסן נאר אין טראפיש-ווארימע קלימאטן און האבן די זעלבע אייגענשאפטן, ענליכע שאלעכץ און קערלעך און על פי רוב אויך א פיטום אויפן שפיץ ביז זיי ווערן געצייטיגט.
אויף לשון קודש איז דער שם הכולל פון ציטרוס פרוכטן: ״פרי הדר״. אדער ״הדר״. צוליב דעם וואס דער אתרוג ווערט אין דער תורה אנגערופן ״פרי עץ הדר״ איז ״הדר״ אין די לעצטע הונדערטער יארן געווארן דער לשון קודש׳דיגער נאמען פאר ״ציטרוס״.
ציטרוס פרוכטן - חוץ דעם אתרוג - זענען פארשפרייט געווארן אין די לענדער וואו אידן האבן געוואוינט ערשט מיט ארום טויזענט יאר צוריק.
שטעלט זיך די פראגע: צי האבן מאראנצן און לימאנעס עקזיסטירט, אדער זענען געווען בנמצא אין די צייטן פון חז״ל אין די מקומת וואו אידן האבן געוואוינט, - אין ארץ ישראל און אין בבל?
אייגענטליך פארוואס דען נישט?
ווייל זיי ווערן קיינמאל נישט דערמאנט אין ש״ס. נישט אין דער משנה און נישט אין דער גמרא.
אין מסכת שבת רעדט די גמרא וועגן דער שאלה פון אויסקוועטשןן שבת תותים (strawberries) ורימונים, אין צוגאב צו זיתים וענבים. אבער קיין אות אחת נישט וועגן לימאנעס.
דאס ערשטע מאל וואו די שאלה פון סחיטה פון לימאנעס ווערט געברענגט, נאך בעפאר דעם שולחן ערוך, איז אין ספר ״שבלי הלקט״, מיט ארום 800 יאר צוריק.
אין צוגאב צו דעם פשוט אינטעלעקטועלן נייגער צי מאראנצן און לימאנעס האבן עקזיסטירט אין די צייטן פון די תנאים ואמוראים, איז עס אויך א נפקא מינה להלכה, בעיקר אין ארץ ישראל.
————————————-
״גדל על כל מים״.
מיר ווייסן לגבי מעשר אז די 7 יאר פון די שנות השמיטה ווערן צעטיילט אין צוויי. דאס ערשטע און דאס צווייטע יאר נאך שמיטה איז מען מחוייב אפצושיידן מעשר שני. דאס דריטע יאר מוז מען אפשיידן מעשר עני. דאס פערטע און פינפטע יאר ווידעראמאל מעשר שני, און דאס זעקסטע יאר ווידעראמאל מעשר עני.
ווען איז אבער דער ״ראש השנה״ פון די יארן? ווען הויבט זיך אן דאס ערשטע יאר, דאס צווייטע יאר, דאס דריטע יאר? זאגט דאך די משנה אין ראש השנה: ״באחד בשבט ראש השנה לאילן כדברי בית שמאי, בית הלל אומרים בחמשה עשר בו״.
דארף מען וויסן: ביי וועלכע פאזע אין זיין וואקס מוז דער בוים האלטן אויף באטראכט צו ווערן צו וועלכן יאר ער באלאנגט.
זאגן אונז חכמינו ז״ל: באילנות הולכים בתר חנטה. דאס הייסט: אויב דער בוים האט חונט געווען פאר חמשה עשר בשבט, לאמיר זאגן פאר חמשה עשר פון דריטן יאר, איז ער נאך מחוייב במעשר שני. אויב האט ער חונט געווען פון חמשה עשר און ווייטער איז ער שוין מחוייב אין מעשר עני.
דאס אלץ איז נאר ביי אלגעמיינע בוימער. ביי רוב בוימער. ווי רש״י זאגט אין ראש השנה דף י״ב ע״ב: ״אילן גדל על מי שנה שחנט בה, שעל ידי שרף שבא באילן לפני חנטה פירותיו חונטין בו, ובו נגמרין ששרף האילן עולה ונכנס בפרי תמיד וממנו גדל״.
אנדערש איז אבער דער אתרוג. לגבי דעם יאר פונם אתרוג גייען מיר נישט בתר חנטה ווי ביי אלגעמיינע אילנות, נאר בתר לקיטה אזוי ווי ביי ירקות. ווייל פונקט ווי ירק איז דער אתרוג ״גדל על כל מים״ (דארט דף י״ד). דאס מיינט אז אין דער צייט וואס אלגעמיינע בוימער איז גענוג די באוואסערונג וואס זיי קריגן פון מי גשמים, פון רעגן, איידער זיי וואקסן ארויס, מוז מען אבער ירקות, און אויך אתרוג בוימער כסדר באוואסערן ביז צו דער צייט וואס זיי ווערן רייף און גרייט געקליבן צו ווערן. דערפאר איז דער אתרוג אין דער זעלבער קאטעגאריע ווי דער ירק. מען גייט ביי ביידע בתר לקיטה.
די זעלבע אייגענשאפט ווי דער אתרוג האבן אויך אלע אנדערע ציטרוס פרוכטן. בוימער פון מאראנצן און לימאנעס פאדערן אויך כסדר׳דידע באוואסערונג. טא אויב האבן זיי עקזיסטערן בימי חז״ל און דאך רעכנט די גמרא אויס נאר דעם אתרוג בוים, אז ביי אים גייט מען בתר לקיטה, מוז זיין אז ביי די אנדערע ציטרוס פרוכטן גייט מען נישט בתר לקיטה. ווייל ווען יא וואלט די גמרא נישט אויסגערעכענט בלויז אתרוג.
פון דער אנדערער זייט אבער, אויב האבן מאראנצן און לימאנעס נישט עקזיסטירט בימי חז״ל, נאר זענען שפעטער צושטאנד געקומען דורך הרכבות, אדער האבן יא עקזיסטירט אין ווייטן מזרח אדער אין אפריקע און זענען ערשט שפעטער אנגעקומען קיין ארץ ישראל, בבל, און שפעטער אייראפע, ווי עס איז לכאורה אנגענומען, קומט אויס אז דער טעם פארוואס די גמרא רעכענט אויס בלויז אתרוג איז דערפאר ווייל דער אתרוג בוים איז געווען דער איינציגער ציטרוס בוים וואס איז דארט געוואקסן. אלע אנדערע ציטרוס בוימער וואס זענען שפעטער אנגעקומען און האבן די זעלבע אייגענשאפטן וואס ״גדל על כל מים״ האבן דערפאר דעם זעלבן דין אז מ׳גייט ביי זיי אויך בתר לקיטה, פונקט ווי ביי אתרוג און ירקות.
————————————-
די מיינונג פונם ״סבא קדישא״ הגה״צ רבי שלמה אליעזר אלפאנדארי זצ״ל.
מיר וועלן אנפאנגען מיטן סאמע שטוינענד איבערראשנדיגן ענטפער אויף דער פראגע. דער ענטפער פונם ״סבא קדישא״ הגאון הקדוש רבי שלמה אליעזר אלפאנדרי זי״ע, דער זקן המקובלים אין פריערדיגן יאר-הונדערט, אין די ת״ר יארן. (אגב: די שיגרא דלישנא וויאזוי דער נאמען ווערט על פי טעות ארויסגעזאג, אפילו ביי ספרדים, איז אלפאנדרי. דער אמת׳ער נאמען איז אבער אלפאנדארי Alfandari. זיין ביאגראפיע ביי אן אנדער געלעגענהייט).
דער סבא קדישא הגרש״א אלפאנדרי זאגט, אז אודאי האבן אלע ציטרוס פרוכטן, לימאנעס און מאראנץ, עקזיסטירט בימי חז״ל אין ארץ ישראל - א לאנד וואס לא תחסר כל בה. איי פארוואס ווערט זיי נישט דערמאנט אין דער גמרא?
פארוואס ווען די גמרא אין סוכה (לה.) איז מברר וואס דאס מיינט דער פסוק מיט ״ולקחתם לכם פרי עץ הדר״ פרעגט די גמרא ״ואימא פלפלין״? פארוואס פרעגט נישט די גמרא ״ואימא לימון״ וואס איז פיל מער ענליך צו אן אתרוג ווי פלפלין, פעפער?
דערפאר קומט דער סבא קדישא אלפאנדרי צו דער מסקנה אז אתרוג און לימון זענען היינו הך! פרי עץ הדר מיינט אלע ציטרוס פירות, הן וואס מיר רופן אתרוג און הן וואס מיר רופן לימון. ביידע זענען איין מין. איינס און דער זעלבער זאך מיט בלויז קליינע חילוקים.
דעם סבא קדישא׳ס אויפטו און נאך מער, זיין פסק לגבי די ארבע מינים זענען געווען נישט ווינציגער ווי רעוואלוצינער. אלפאנדרי האט געהאלטן אז מעיקר הדין איז א לימאנע כשר פאר אן אתרוג. כאטש ער האט מפורש געזאגט אז קיינער זאל נישט וואגן חלילה דאס צו טאן למעשה. אז מען מוז נעמען נאר אן אתרוג ווי עס איז די מסורה מדור דור ווייל ס׳איז אסור משנה צו זיין פון דער מסורה. דאך האט ער געהאלטן אז מעיקר הדין איז א לימאנע כשר פאר אן אתרוג. ער האט דעם אויפטו נאר גענוצט אונטערצושטיצן זיין כמעט דעת יחיד בדורו אז אן אתרוג המורכב איז כשר. ווארים מיט וואס איז מען דען מרכיב אן אתרוג? מיט לימאנעס. נו, לימאנעס זענען אויך כשר מעיקר הדין, האט ער געזאגט.
איי די גמרא דערמאנט נישט לימאנעס? - ווער זאגט דאס? פרעגט הגרש״א אלפאנדרי. יעדעס מאל וואס די גמרא זאגט אתרוג מיינט עס אויך לימאנעס. ס׳איז היינו הך.
מיר וועלן ציטירן פון זיין תשובה:
״נראה טעם הדבר, כשהיו ישראל בארץ לא היה להם שמות לכל הפירות בלשון עברי וגם לא לפרי האתרוג (זולת השבעה מינים המפורשים בכתוב). ורק כשגלו לבבל לקחו משם שמותיהם שכן קראו בשמותם עלי אדמות, וגם אתרוג בכלל, והוא בלשון ארמי, וגם הלימון והדומים לאתרוג מפני שהכל מין אחד והכל הוי בכלל שם אתרוג״.
״ואף שיש איזה שינוי טעם ביניהם לא היו קורים בשם אחר כי אם בשם ׳אתרוג׳ בלבד, כי מה שקורין עתה בשם זה (לימון) הוא לקוח מלשונות עמים אחרים, והם גם כן היו קורים לאתרוג בשם ׳לימון׳ דווקא ולא בשם אחר״.
״ונמצא שבזמן שישראל היו יושבים על אדמתם לא היו יודעים הפרי של ארבעה מינים בשום שם כלל, כי אם בשם ׳פרי עץ הדר׳ דווקא. וגם אחר כך כשגלו לבבל היו קורים לכולם בשם אתרוג לבד ולא בשם ׳לימון׳, ולכן גם בזמן התנאים והאמוראים שנתפרסם להם שם אתרוג על ידי תרגום אונקלוס ואחרים לא ידעו כלל משם ׳לימון׳ ושם אחר כלל. ומפני זה לא הוזכר בכל מקום שם אחר״.
״ואם כן לפי זה, מה שבדורות האחרונים עושים הבדל בשמות, אין ראיה מזה שהם ב׳ מינים. ויכול להיות שמעט שינוי שבהם הוא מחמת שינוי המקומות ושינוי עבודת הקרקע שבאו משם. נמצינו למדים שבדורות הראשונים האתרוג שהיו נוטלים למצוה לא בכל המקומות היה האתרוג דמות אותו האתרוג שווה כמו שהוא עתה בזמננו. ובכן גם אם אנו נאמר שגם הפרי הזה שקורים אותו בשם לימון - מפני ששינו את שמו לשם לימון יהיה פסול? הא ודאי לא מסתברא כלל!…. והוא (הלימון) כשר וישר לברכה לארבעת המינים״.
ווי געזאגט האט הגרש״א אלפאנדארי נישט ערלויבט הלכה למעשה צו נעמען אן אתרוג פאר די ארבעת המינים כדי נישט משנה צו זיין פון דער מסורה. ער נוצט זיין אויפטו נאר אלס א סניף מתיר צו זיין די דעמאלטדיגע אתרוגים מורכבים, ווייל ווי ער שרייבט דאס ״כמעט כל אתרוגי ארץ ישראל מורכבים״
ער ווייסט אז זיין געוואגטע באהויפטונג, פירט ער אויס, אז לימונעס און אתרוגים זענען היינו הך, וועט אויפטרייסלען די וועלט. ״יראתי פן ירוצו גולגלתי, אמנם נכנסתי לפנים ממחיצתי לשם שמים, אמרתי ברוב שרעפי בקרבי, וה׳ יעזור לי״.
דער סבא קדישא האט אנגעשריבן צוויי תשובות וועגן דעם עניין נאכדעם וואס ער איז אנגעקומען קיין ירושלים אין עלטער, לויט ווי ס׳איז אנגענומען, פון 111 (הונדערט און עלף) יאר. די צוויי תשובות זענען שפעטער נאך בחייו איבערגעדרוקט געווארן אין א באזונדער ספר מיטן נאמען ״לימוד זכות״. די ערשטע תשובה באשטייט פון 87 זייטן (רוב פון זיינע תשובות ציען זיך אויף צענדליגער בלעטער) און די צווייטע, וואס איז געווען אן ענטפער צו די משיגים אויף זיין ערשטע תשובה, באשטייט פון 18 זייטן.
די מיינונג פון סבא קדישא בנוגע אתרוגים און בנוגע לימונעס האט ארויסגערופן א שטורם און אנטריסטונג ביי א סך גדולי הדור. אזויווי דער סבא קדישא איז אבער געווען פון די גדולי וצדיקי הדור, אן איש קדוש וגדול המקובלים אין ירושלים, איז די רעאקציע געווען איינגעהאלטן און רעזערווירט.
הגאון רבי יהושע אהרנבורג שרייבט א תשובה דערוועגן אין ״דבר יהושע״. צווישן זיינע ווערטער, וואס זענען געשריבן מיט הכנעה און הערצה, שרייבט ער: ״איכא למיחש דתיפוק מיניה חורבא, ולדעתי ראוי להוציא דבר זה מן הספר כדי שלא לתת יד למתחדשים, והגה״צ יחזיק טיבותא בעלמא דקשוט״.
פונדעסטוועגן שרייבט הגאון רבי ישראל וועלץ אין ״דברי ישראל״ וואס עס האט אים דערציילט איינער פון די גדולי הרבנים פון טבריה אז ״רב גדול מפורסם ירושלמי התייעץ עמו, שרצה לכתוב להסבא קדישא ז״ל נגד פסקו, והזהירו לבל יכתוב בדבר זה כלום כי דבריו הם אמת להלכה, ומי יבוא אחרי המלך את אשר עשה שישב על מדוכה זו הרבה והחליט את פסקו״.
————————
כאטש קיינער האט נישט געוואגט אפן מחולק צו זיין אויפן סבא קדישא, וועלכער איז געווען בימיו פון די גרעסטע גאונים, פון די גדולים טאקע אין הלכה, אין קבלה און אין קדושה, דאך האט קיינער נישט מסכים געווען צו זיין פסק.
די לימאנע וואס מיר קענען איז מיט ארום טויזענט יאר צוריק געבראכט געווארן צום מיטל מזרח, בבל און ארץ ישראל, און אויך קיין אייראפע. דאס ווארט לימאן איז אן אראביש ווארט. די עטימאלאגיע, דער מקור פונם ווארט ״לעמאן״, איז אראביש.
דער גאון און תימנ׳ער פוסק בימינו הרב יצחק רצאבי שליט״א, דער בעל מחבר פון א סך ספרי הלכה פאר תימנער אידן, וועלכער ווערט פאררעכנט ווי דער גרעסטער מומחה אין די כתבי הרמב״ם וואס זענען געשריבן אויף אראביש, - דעם אריגינעלן אראביש לויט וועלכן די תימנער אידן האבן געקענט די כתבי הרמב״ם אין אלע דורות - , זאגט, אז דער רמב״ם האט שוין געוואוסט און האט שוין באנוצט דאס ווארט לימאן אין א רעצעפט וואס ער האט געשריבן פארן מלך פון מצרים, א רעצעפט וואס איז פארבליבן ביז היינט.
אויב דאס איז נישט גענוג, זאגט רבי יצחק ראצאבי, שרייבט דער רמב״ם אויך דעם זעלבן רעצעפט אין משנה תורה להרמב״ם און אויך דארט שרייבט ער לימון. אבער דארט נוצט ער נישט דעם אראבישן ווארט לימאן, נאר דעם לשון קודש׳דיגן ווארט דערפאר.
און וואס איז דער לשון קודש׳דיגער ווארט? הערט און שטוינט.
——————————-
״הקוטפים מלוח עלי שיח״.
אין הלכות דעות אין משנה תורה שלאגט דער רמב״ם פאר א רעצעפט פאר חולי מעיים: ״יאכל בבוקר בבוקר מלוחים שלוקים מתובלים בשמן זית״. דעם זעלבן רעצעפט ווי דאס וואס ער האט פארשריבן פאר׳ן קעניג פון מצרים. נאר אין דער צייט וואס אין דעם אראבישן רעצעפט פארן קעניג נוצט דער רמב״ם דעם אראבישן ווארט ״לימאן״ נוצט ער אין הלכות דעות אין משנה תורה דאס ווארט ״מלוח״, אדער ״מלוחים״ בלשון רבים.
דער פסוק אין איוב ״הקוטפים מלוח עלי שיח״, וואס די מפרשים טייטשן טאקע אז דאס איז א מין געוואוקס, קענען אלע פון דער גמרא אין חגיגה וואס די גמרא נוצט קעגן די וואס זענען מפסיק אין מיטן לערנען. זאגט הגאון רבי יצחק רצאבי אז דער געוואוקס מלוח איז נישט עפעס אנדערש ווי א לימאנע. דער רמב״ם נוצט דעם זעלבן רעצעפט אין משנה תורה ווי פאר׳ן מיצריש׳ן קעניג, נאר דא אין ״מדע״, ״הלכות דעות״ אין משנה תורה נוצט ער נישט דעם אראבישן ווארט לימאן נאר דעם לשון קודש׳דיגן ווארט ״מלוח״.
הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ״ל האט לויט דעם גע׳טענה׳ט: וויבאלד דער רמב״ם האט שוין געוואוסט פונם לימאנע פארוואס שרייבט ער ביי די דיני אילנות ״האתרוג בלבד משאר פירות האילן הרי הוא כירק״. וואס מיינט דאס ״בלבד״? זאגט רבי שלמה זלמן אז דער רמב״ם מיינט לאפיקו לימאנעס פון וואס דער רמב״ם האט שוין געוואוסט, און לאפיקו פון אלע אנדערע ציטרוס בוימער. אז אלע אנדערע ציטרוס בוימער חוץ דעם לימאנע האבן דעם דין ווי סתם אילנות לגבי מעשר, נישט ווי ירקות.
דער סבא קדישא אלפאנדרי פאר אים האט אבער גע׳טענה׳ט פונקט פארקערט: וויבאלד דער רמב״ם האט שוין געוואוסט פון לימאנעס פארוואס שרייבט ער קיינמאל נישט אז א לימאנע, אדער אן אתרוג וואס איז מורכב פון א לימאנע, איז פסול פאר די ארבעה מינים? מוז זיין אז דער רמב״ם האט געהאלטן אז א לימאנע איז היינו הך ווי א אתרוג. דערפאר פסק׳ט דער סבא קדישא אז בשעת הדחק ווען ס׳איז אוממעגליך צו באקומען אן אתרוג איז מען מחוייב צו נעמען א לימאנע אנשטאט אן אתרוג.
(דער ערשטער וואס האט געזאגט כמעט דאס זעלבע ווי דער סבא קדישא, לכל הפחות לגבי גיין בתר לקיטה, איז פאקטיש געווען הגאון מהר״ש סירליאו מיט הונדערטער יארן פריער, אין זיין פירוש אויף ירושלמי, וואו ער שרייבט אז א לימאנע איז פונקט ווי אן אתרוג און מ׳גייט בתר לקיטה.
———————
דער חזון איש.
דער חזון איש אין הלכות שביעית (סימן ז׳ סקי״ד) איז מסופק צי לימאנעס און ציטרוס פרוכטן האבן די זעלבע הלכות ווי אתרוגים. ער שרייבט ״קרוב הדבר שזה מין אתרוג״ פונדעסטוועגן איז עס א ספק און מ׳קען נישט מכריע זיין אהער צי אהין. דערפאר שרייבט ער מוז מען מחמיר זיין אויף ביידע צדדים. אפשיידן, אין די יארן וואס זענען מוטל בספק, אין דריטן און זעקסטן יאר פון שמיטה, סיי מעשר שני און סיי מעשר עני. הן פון לימאנעס און הן פון מאראנצן און אנדערע ציטרוס ״פרי הדר״ פרוכטן.
דער חזון איש איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל דריי יאר נאך דער הסתלקות פונם סבא קדישא אלפאנדרי וועלכער האט ווי געזאגט געהאלטן אז אין ארץ ישראל זענען נישט פאראן קיין אתרוגים בלתי מורכבים. דער חזון איש האט אבער אידענטיפיצירט דריי פרדסים וואו עס וואקסן אתרוגים בלתי מורכבים. אין כפר חיטין, אין אום אל-פחם און אין שכם.
האט ער פון דארט געקויפט קערנדלעך און זיי געגעבן צו דריי פון זיינע תלמידים אנצופלאנצן אתרוג בוימער און פרדסים. זיי זענען ארויסגעוואקסן אין ביז היינט טראגן זיי די נעמען פון די דריי תלמידים: לעפקאוויץ, בראווערמאן, און פערלמאן. פון זיי זענען שוין אנגעזייט געווארן און האבן שוין ארויסגעשפראצט פילע אנדערע פרדסים.
——————————-
דער וואזשנער חידוש פון ראגעטשאווער גאון.
גאר וואזשנע און אריגינעל איז דער אויפטו פון הגאון רבי יוסף ראזען, דער ראגעטשאווער גאון זצ״ל . ווער זאגט עס אז מאראנצן ווערן נישט דערמאנט אין דער גמרא? לויט אים ווערן זיי שוין גאר דערמאנט.
אין מנחות דף כח שילדערט די גמרא דעם געבוי פון דער מנורה אין בית המקדש, וואס איז געווען משוקדים כפתוריה ופרחיה. וואס איז דאס כפתוריה? זאגט די גמרא: ״כפתורים למה הן דומין? כמין תפוחי הכרתיים״. די כפתורים פון דער מנורה האבן אויסגעזען ווי די תפוחי הכרתיים.
וואס זענען דאס די תפוחי הכרתיים?
זאגט רש״י אז דאס איז א ״שם מקום״. דער יעב״ץ אין זיינע הגהות זאגט: ״נראה שהוא שם מדינה, ככתוב ׳גוי כרתים׳, שם גדלים אותם תפוחים״.
דער רמב״ם אין הלכות בית הבחירה (פ״ג ה״י) זאגט אז דאס איז נישט דער נאמען פון אן ארט נאר די צורה, די פארם פון א פרוכט. ״הכפתורים כמין תפוחים כרותים, שהן ארוכים מעט, כביצה ששני ראשיה כדין״. וואס מיינט: נישט אינגאנצן רונדיג נאר אן אוואל (oval) פארמאט.
קומט דער גאון הדורות דער ראגעטשאווער גאון און זאגט א וואזשנע איבערראשנדן חידוש: כרתי איז נישט קיין לאנד, נישט קיין נאמען פון א פלאץ און נישט קיין צורה אדער פארמאט. וואס איז כרתי? א פארב.
וואס זענען די תפוחי כרתי?
זאגט דער ראגעטשאווער: ״ונראה לי שזה הני תפוחי זהב, מלשון כרתי דסוכה״.
תפוחי כרתי זאגט דער ראגעטשאווער זענען נישט מער און נישט וויינגער ווי מאראנצן! ״תפוחי זהב״ ווי מ׳האט אין די צייטן פון ראגעטשאווער גערופן מאראנצן. (שפעטער האבן די ציונים פארקירצט, מאדערניזירט און העברעאיזירט דאס ווארט צו ״תפוז״, ״תפוזים״).
מיר וועלן שוין צוריק קומען צום ראגעטשאווער און זיין אויפטו. ערשט אן אנדער נישט ווינציגער איבערראשענדער חידוש, אדער השערה, וועגן דעם עניין.
———————————-
דער אויפטו פון האדמו״ר רבי חנוך העניך מסאסוב, איידים פון ״קדושת יום טוב״ און שווער פון ״בירך משה״.
מיט ארום 60 יאר צוריק איז דאהי אין אמעריקע געדרוקט געווארן דער ספר ״עין חנוך״ וואס אנטהלאט הגהות פון דער כתי״ק פון האדמו״ר רבי חנוך העניך מסאסוב זצ״ל, איידים פון ״קדושת יום טוב״ זצ״ל און שווער פון ״בירך משה״ זצ״ל בזיוו״ר, הגהות וואס ער האט געהאט אנגעצייכענט אויף די גליונות פון זיין שולחן ערוך.
האט ער געהאט אנגעצייכענט אין הלכות ברכת הפירות ביי די דינים פון ברכה אחרונה אויף די שבעת המינים: ״נ״ב: רימון - הוא מה שקורין ׳מאראנטץ׳, וכן מה שקורין ׳מילגרוים׳ ״.
קומט אויס אז נישט בלויז האט דער מאראנץ תמיד עקזיסטירט און איז שטענדיג געווען בנמצא נאר ער איז גאר איינער פון די שבעת המינים.
איז אבער פאראן א תשובה ספר פון סאסובער רבי׳ן, שאלות ותשובות ״יד חנוך״, וואו ער זאגט מער גענוי וואס ס׳איז זיין מיינונג.
אין תשובה כ״ב שרייבט ער: ״אשר כתב ששמע בשמי שדעתי כי הפרי הנקרא מאראנצן הוא מין ממיני הרימונים והיא פרי חשובה בפירות הארץ, מה שאין כן מה שקורין מילגראם״
״הנה לא כך אמרתי. רק בתוך אחד השיחים אמרתי בודאי שגם המילגראם הוא תחת סוג הרימונים, אבל יוכל להיות שגם המאראנצן הוא מסוג רימון. וגם זה לא אמרתי בהחלט, רק דרך אפשר, כנראה בפסיקתא שהרימון היא פרי החשובה שבפירות הארץ, ואותו מין שקורין מילגראם אינו חשוב כל כך כידוע..״.
————————————
דעם פריער דערמאנטן אויפטו פון ראגעטשאווער גאון, אז ״תפוחי הכרתיים״ פון דער גמרא אין מנחות מיינען מאראנצן, געפינט זיך אין א תשובה וואס ער האט געשריבן אין שנת תרצ״ו. ער האט די תשובה געשריבן צו אן אנפרעגער פון ארץ ישראל. דער שואל איז געווען אנאנים. ער האט נישט אונטערגעשריבן זיין נאמען. ער האט געוואלט בלייבן בעילום שם. באצייכענט אים דער ראגעטשאווער אלס ״הפלוני אלמוני שיחיה״.
די שאלה פון דעם שואל איז געווען צי מאראנצן, וועלכע זענען דעמאלט געוואקסן בשפע אין ארץ ישראל, זענען מחויב אין לקט, שכחה און פאה.
ענטפערט אים דער ראגעטשאווער: ״ולפי הנראה הם נקראים בגמרא תפוחי הכרתים״.
ווער איז עס געווען דער אנאנימער שואל פון ארץ ישראל וועלכער האט געוואלט בלייבן בעילום שם?
מיט יארן שפעטער איז אנטפלעקט געווארן אז דער אנאנימער אנפרעגער פוו ארץ ישראל איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער רבן ומאורן של ישראל דער חזון איש!
דער חזון איש האט אנגעשריבן די שאלה אן אונטערשרייבן זיין נאמען און געשיקט די שאלה דורך איינעם פון זיינע מקורבים. דער מקורב האט פון זיין זייט געשריבן צום ראגאטשאווער אז דער שואל איז א רוצה בעילום שמו אבער ס׳רעדט זיך פון אן ״אי״ש גדול כותר כתרים בתורה״.
מיט א דור שפעטער איז אנטדעקט געווארן דער כתב יד פון חזון איש, בייגעלייגט דא, אין וועלכן ער שרייבט צום ראגעטשאווער גאון: ״ילמדנו רבינו אי תפוחי זהב חייבין בלקט שכחה ופאה״.
וירא תשפ״ב,
ברוך יודא קליין.