נוצן א Warming Drawer שבת

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

farshlufen האט געשריבן: האב מיר נאך געקוקט די ספעציפישע לעדל, עס האט א לעקטער וואס צינדט זיך אן יעדעס מאל וואס די עלעמענט איז אן, ובכן לאזן זיי עס עפענען ווען די אינדיקעיטאר צייגט אפף.

איך האב פארשטאנען פארקערט אז נאר ווען די אינדיקעיטאר ווייזט אז ס'ארבעט קען מען יא עפענען ווייל דעמאלט איז דאס עפענען נישט משנה גארנישט ווייל די היעטינג עלעמענט ארבעט סייווי (אזוי ווי געוויסע פירן זיך צו עפענען א פרידזש נאר ווען מען הערט אז די מאטאר ארבעט)
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
מייןקינד
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 12:30 pm

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייןקינד »

וואס איז מיט א נארמאלע אויווען וואס סהאט SABBATH MODE OVENS א שבת מויד? מעג מען ניצען? מעג מען ניצען מער ווי איין מאל?
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

שמעלץ טאפ האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: ווי ווייט איך פארשטיי די מציאות, האט דאס א ווארעמינג עלעמענט וואס ווערט רויט כגחלת און גייט אן ענד אפף מיט א טערמאסטאט, געווענליך ביי די כלים ווען מ'עפנט עס אויף האקט זיך די לעקטער גלייך אפ און ווען מ'מאכט ווידער צו צינד זיך עס צוריק אן.

פארוואס זאל זיין א הוי אמינא אז מ'זאל מעגן?

ענדליך ברענגט איינער די מציאות. שכח.

נו, איינער מיט די דעת המתירים?


אויב דאס איז די פראבלעם איז עס לכאורה ממש פסיק רישא און אפילו נישט קיין שאלה.
אבער דוכט זיך אז די פראבלעם איז בהלכות שהי' והטמנה. עי' באתר של סטאר קעי.

אפילו אז הרב היינמאן איז די פיאנער פון די שבת מאודס און קען זיך גאר גוט אויס במציאות הדברים, קאן אבער געמאלט זיין אז אפילו איך בין מקבל די מציאות, מעג מען זיך אבער דינגען בפסק ההלכה לחומרא און פונקט אזוי לקולא

האט מיר איינער געזאגט וואס האט גערעדט צו א היימישען דיין וואס הלכות שבת איז פון זיין ספעשעלטיס, אז די ווארמערס איז נישט קיין פראבלעם. כ'וויל נישט זאגען קיין נאמען ווייל איך האב נישט גערעדט צום דיין דירעקט.


אז די קענסט נישט שרייבן א נאמען, ברענג נישט נאך...
די מציאות איז אז ווען מען עפענט עס אויף גייט ארויס היץ און די temperature dropped און תיקף ווען מען מאכט צוריק צו צינד זיך די פייער, גארנישט קיין שייכות מיט שהי' והטמנה, פלעין אנצינדן א פייער.

הוי זהיר בגחלתן


לפי"ז לכאורה טאר מען בכלל נישט ניצען די לעדלעך. נישט משמע אזוי פון די סטאר קעי:
https://www.star-k.org/articles/article ... n-shabbos/

It is the opinion of Rabbi Heinemann that on Shabbos, for a thermostatically controlled oven that is running (as opposed to one shut off by timed bake), the door may be opened once at any time and all the food removed at that time. The oven may not be used any further for that Shabbos.

כ'האף אז קיינער נעמט נישט קיין פסקים פון אייוועלט... סך הכל א שמועס. סאו ווייס איך נישט די הוי זהיר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36774
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בעל דמיון האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: האב מיר נאך געקוקט די ספעציפישע לעדל, עס האט א לעקטער וואס צינדט זיך אן יעדעס מאל וואס די עלעמענט איז אן, ובכן לאזן זיי עס עפענען ווען די אינדיקעיטאר צייגט אפף.

איך האב פארשטאנען פארקערט אז נאר ווען די אינדיקעיטאר ווייזט אז ס'ארבעט קען מען יא עפענען ווייל דעמאלט איז דאס עפענען נישט משנה גארנישט ווייל די היעטינג עלעמענט ארבעט סייווי (אזוי ווי געוויסע פירן זיך צו עפענען א פרידזש נאר ווען מען הערט אז די מאטאר ארבעט)

קען זיין, עטוואס פארשטענדליך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

What about the Cafe CES700P2MS1 can the warming drawer be used on shabes
https://www.cafeappliances.com/applianc ... ES700P2MS1
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מייןקינד האט געשריבן: וואס איז מיט א נארמאלע אויווען וואס סהאט SABBATH MODE OVENS א שבת מויד? מעג מען ניצען? מעג מען ניצען מער ווי איין מאל?

זעה דא אז ביז יעצט האט מען עס לכאורה נישט געקענט נוצן מער פון איין מאל, יעצט האבן זיי עס פארבעסערט און מ'קען עס נוצן עטליכע מאל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

נא_שכל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 09, 2022 4:51 pm
מייןקינד האט געשריבן:
וואס איז מיט א נארמאלע אויווען וואס סהאט SABBATH MODE OVENS א שבת מויד? מעג מען ניצען? מעג מען ניצען מער ווי איין מאל?
זעה דא אז ביז יעצט האט מען עס לכאורה נישט געקענט נוצן מער פון איין מאל, יעצט האבן זיי עס פארבעסערט און מ'קען עס נוצן עטליכע מאל.
זענען אונזערע היימישע רבנים מתיר דעם באנוץ פון אזא שבת מאוד אויווען ?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”