מאטעס האט געשריבן: אויך האט דער רב יידל ארוסגעגעבן א תרגום פון דעם 'זהר' אויף לשה"ק, מען דערציילט אז גייענדיג נעמען הסכמות אויף דעם תרגום איז ער אנגעקומען צום 'ראדזינער' דער בעל התכלת זצ"ל און ער האט אים געבעטן א הסכמה, האט אים דער ראדזינער געזאגט ער זאל קומען אויפמארגן וועט ער אים געבן א הסכמה, אויפמארגן געט דער ראדזינער א הסכמה געשריבן אינגאנצן אויף 'פויליש' אפילו די תוארים וכדו' איז געווען אויף פוליש, זאגנדיג עם האט אזוי קוקט אויס א 'תרגום' אויפן זהר
שטימט נישט אינגאנצן, די "זהר תורה" איז ארויסגעקומען ווען ער האט שוין געוואוינט אין קאנאנדא און דארט משמש געווען ברבנות. ס'איז גראדע אינטרעסאנט ווי אנפאנג פון די ספרים "זהר תורה" (אין יעדן באנד עקסטער) איז אריינגעדרוקט א בילד פונעם מחבר. אויך האט ער א הסכמה דערויף פון הר' קוק