ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מלכות שבמלכות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:49 am

ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלכות שבמלכות »

נעכטן מוצש"ק במקהלות רבבות עמך בית ישראל אלופי אלפי תושבי קרית יואל, ובנוכחת כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א, אינעם גיגאנטישן ״לייף פלעקס״ צענטער אין ראקלענד, האט דער לעגענדארער קרית יואל׳ער ראש הקהל הנגיד ר׳ מענדל שוויממער הי״ו געמאלדן די דראמאטישע היסטארישע הכרזה למען עתיד קהלתינו הקדושה אין קרית יואל!!!*

ווי דער ראש הקהל בונה ומקים עולמות האט געמאלדן, איז *הנהלת ק״ק קרית יואל אריינגעשפרינגען אפצוקויפן א גיגאנטישן ריזיגן שטח אדיר אין הארץ פון קרית יואל, ביי זקנים, וואס דארט וועט מען אי״ה אויפשטעלן א מעכטיגן מעגא בית גדול רם ונשא, ביהמ״ד הגדול דק״ק קרית יואל, דער צענטראלער תל תלפיות וגולת הכותרת פון דער עיר גדולה לאלקים*, וואס וועט אויך קומען באגלייט מיט הונדערטער פארקינג ערטער, פאר דער באקוועמליכקייט פון די אלפי באי בית ה׳ לעשות רצון קונם וחפץ צורם!

ווי דער ראש הקהל האט איבערגעגעבן איז די החלטה געמאכט געווארן בהתייעצות כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א, נאך וואס ס׳איז אונטערגעקומען די פרישע געלעגנהייט אריינצושפרינגען אין אזא מקח אדיר בטיבורה של העיר, אלס דער פאסיגסטער מקום אשר הכינותי צו בויען דעם מגדל עוז למען עתיד וקיום עיר עוז לנו קרית יואל יצ״ו אויף דעם דרך וואס דער הייליגער מייסד רבינו הקדוש זי״ע האט עס געגרינדעט, בקדושה ובטהרה, און עס ווערט ווייטער נמשך דורך כ״ק רבינו שליט״א.

די דראמאטישע מעלדונג - אין צוגאב צו פילע פרישע הרחבת גבולי הקדושה נייעס און אנטוויקלונגען פון קרית יואל - האט עלעקטעריזירט די אלפי אלפים תושבי קרית יואל רבתי עם ביי דעם היסטארישן מעמד וכינוס אנ״ש וואס האט אויפגעפלאקערט און מאחד געווען די גאנצע עדה הקדושה אויף אן אומגלויבליכן פארנעם, דעמאנסטרירנדיג קבל תבל ומלואה דעם אומשאצבארן לגיון של מלך און כח האדיר פון קבל עדתינו בעיר עוז לנו - יפה נוף משוש כל הארץ, גדלים ומצליחים פעלזן-פעסט, כל רוחות שבעולם לא יזוזו אותנו, הולך וגדול עד כי גדול מאוד!!!!*

*חסדי ה׳ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!!!*
*הם אמרו פן ירבה ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!!*
*ואחרי כן יקרא לך עיר הצדק קריה נאמנה

IMG-20211120-WA0017.jpg
IMG-20211120-WA0017.jpg (313.46 KiB) געזען 32650 מאל

ביטע האלטן די אשכול ריין בלויז פאר נייעס און אפדעיטס איבערן אויפבוי פונעם בית המדרש!
אוועטאר
מלכות שבמלכות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:49 am

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלכות שבמלכות »

אז די מנהלים פילן פאר וויכטיג, קענען זיי דאס איבערפירן אין אקטועלע נייעס
יותרת הכבוד

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יותרת הכבוד »

די דראמאטישע הכרזה, דורך הר"ר אברהם מרדכי רייכמאן הי"ו, חבר הנהלת הקהלה, ביים מעמד אדיר במקהלות ק"ק סאטמאר ק"י (מהרי"י)

מורי ורבותי!

מ'האט שוין געהערט פונעם געטרייען ראש הקהל ר' מענדל, די בשורה טובה איבער דאס אריינגיין אין קאנטראקט, אויף א גיגאנטישן שטח אין סאמע צענטער פון שטאט, פארן גרויסן ביהמ"ד.

גדול יהי' כבוד הבית הזה האחרון יותר מן הראשון!

אין די לעצטערע חדשים שטייענדיג פארן פיינעלייזן די ענדגילטיגע פלענער פאר די צווייטע פאזע פון די בוי ארבעט פונעם ביהמ"ד אויף גארפיעלד, זענען מיר געזיצן מיט עטליכע בעלי בתים וואס פארמאגן שטחים אין די אומגעגענט פון ביהמ"ד אויף גארפיעלד, און איבערגעגאנגען וויפיל דאס וועט קאסטן אפצוקויפן פארן געברויך פון פארקינג, און אזוי אויך איז מען איבערגעגאנגען מיט מומחים וויפיל פארקינג ערטער מקען אהערשטעלן אויף די שטחים, און דאס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס גייט אריינציען אין געוואלדיגע סכומים און מ'וועט ארויסנעמען דערפון בלויז א קליינע צאל פארקינג.

אין אזא פארנומענע ארט ווי עס שטייען אנדערע גרויסע שולן און אויך די שאפינג סענטער, פארשטייט יעדער אז די נויט און וויכטיגקייט צו פארמאגן אסאך פארקינג, איז עפעס וואס מוז געשעהן פאר יעדן פרייז.

און אזוי אויך האט מען גענומען אין חשבון, די ווייטערדיגע קאנסטראקשען ארבעט, אז דא אויף גארפיעלד דארף מען נאך אראפווארפן דעם בנין און אנהייבן א מאסיווע גראב ארבעט פון צוויי שטאק אראפ, וואס קען נעמען גאר א לאנגע צייט, און אפקאסטן אסטראנאמישע סכומים פאר אנדערפינונג, שאורינג, אד"ג. און עס וואלט אויך פאראלזירט די גאנצע שטאט און פארמערט די טרעפיק אין די אומגעגענט פאר א לענגערע צייט. אזוי אויך דארף מען דא ווארטן ביז די משפחות פונעם זייטיגן בנין ציען זיך ארויס, און דערנאך דארטן אראפווארפן דעם בנין און ווידעראמאל דארטן אויך אראפגראבן.

מיט קנאפע צוויי וואכן צוריק - מיט גרויס השגחה פרטית - איז אונז אונטערגעקומען דער שטח החדש אויף פארעסט רד. צווישן די עטרת זקנים און די נייע דעוועלאפמענט. וואס איז היינט צוטאגס ממש דער צענטער פונקט פון שטאט. און אריינקוקענדיג דערין איז קלארגעשטעלט געווארן, אז מרעדט פון א ריזן שטח ווי מקען אהערשטעלן מיטן גרעסטען פראכט, דער תל תלפיות פון אונזער קהלה קדושה! מקען אויף דעם שטח אויפבויען א ריזיגע גיגאנטישע בנין, מיט פילע שטאקן. א הערליכע מקוה, חדרי תפלה, א ריזן היכל ביהמ"ד, עזרת נשים, היכל התורה, און א גרויסער היכל הכולל, אינאיינעם מיט הונדערטער פארקינג'ס לרוב.

בהתייעצות כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, און נאך עטליכע מיטונגען בכובד ראש, ווי מהאט דן געווען אלע צדדים. און נאך באראטונגען מיט פארשידענע מומחים, האט זיך ארויסגעשטעלט די בילד זייער קלאר. די מעלות פון דעם לאקאציע איז פילפאכיג מער און שטייגט איבער די פלאץ אויף גארפיעלד. די קאנסטראקשען וועט נעמען פיל שנעלער צו פארענדיגט ווערן, צוליב וואס אויף גארפיעלד מרעדט פון א בנין ביהמ"ד וואס איז שטענדיג אין באנוץ וואס איז זייער נישט פראקטיש צו קענען בויען, ווי אויך די פילע טעכנישע חלקים וואס וועט פארשלעפן די בוי ארבעט פיל לענגער, און גלייכצייטיג וועט עס אויסקומען פיל ביליגער לפי ערך וואס מגייט בעז"ה דא אויפבויען אויפן נייעם שטח. וואס וועט געבויעט ווערן פיל גרעסער און שענער!!!

על כן זענען מיר בכוחו ובזכותו של אותו זקן רבינו הקדוש זי"ע, און בברכת קדשו פון רבין זאל זיין געזונט. אריין אין קאנטראקט אויף דעם שטח, און בעז"ה גרייט מען זיך שוין אט אט צו באשטעטיגען די פלענער, און בס"ד גאר אין נאענטן זיך נעמען צו די בוי ארבעט.

ואחרי כן יקרא לך עיר הצדק קרי' נאמנה.

די בוי ארבעט אויפן נייעם פליגל ביים יעצטיגן ביהמ"ד וועט ווייטער מארשירן פאראויס, עס זאל קענען שטיין אין באנוץ פאר די קומענדיגע תקופה.

היות דאס אלעס איז געטון געווארן אין איילעניש אין ווייניגער פון צוויי וואכן, איז לעת עתה די ווייטערדיגע פלענער פארן ביז יעצטיגען בנין הביהמ"ד נאכנישט באשטעטיגט געווארן, און עס איז דא אויפן טיש עטליכע אפציעס פאר צרכי ציבור, וואס ווי נאר עס וועט באשטעטיגט ווערן וועט מען דאס בעז"ה מיטטיילן מיטן ציבור.

חובה עלינו אין דעם יעצטיגען מאמענט צו באדאנקען פאר דעם איש אמונו וסודו פון כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, דער געטרייער משמש בקודש, הרב החסיד ר' שמואל טייטלבוים שליט"א, וואס שטייט אונז אלעמאל צו די האנט, און בפרט פארן קרן הבנין, וואס ער באגלייט אונז מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט. ישלם ה' פעלו ותהי' משכורתו שלימה מעם ה'.

מיר זענען בטוח אז זכותו הגדול פון בעל הנס, דער מייסד הקהלה והקרי', וועט ביישטיין פאר אונז, מיר זאלן בקרוב קענען זוכה צו זעהן דעם ביהמ"ד על תלה בנוי', ומשם תצא תורה, קדושה, וטהרה, לישראל!
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

Wow. ס'גייט ווערן די צענטוראלע ביהמ"ד, אדער 5 גארפילד בלייבט די צענטוראלע ביהמ"ד?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

sheetrock האט געשריבן: Wow. ס'גייט ווערן די צענטוראלע ביהמ"ד, אדער 5 גארפילד בלייבט די צענטוראלע ביהמ"ד?

5 גארפיעלד גייט ווערן א געגענט ביהמ"ד
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פארפלאנטערט האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן: Wow. ס'גייט ווערן די צענטוראלע ביהמ"ד, אדער 5 גארפילד בלייבט די צענטוראלע ביהמ"ד?

5 גארפיעלד גייט ווערן א געגענט ביהמ"ד

קע"ה
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8851
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן
פארבינד זיך:

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

עפעס בילדער אדער ווידיא פונעם מעמד??
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וואס איז די גרויסקייט פון די שטח?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פייף דיך אן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 14, 2018 1:05 pm

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייף דיך אן »

האב איך געהערט אז די 5 גארפיעלד שוהל גייט מהרז"ל פארקויפן פאר מהר"א.
קען איינער קאנפירמען אדער אפווארפן די שמיעה?
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

נא_שכל האט געשריבן: וואס איז די גרויסקייט פון די שטח?

ס'איז דא א סובדיוויידעט שטח אין די גרויס פון 2.7 בערך, לכאורה רעדט מען פון יענע, מעגליך ס'גייט אויך אריין אין די אנדערע וואס ס'איז פון די זעלבע פארקויפער.
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

נא_שכל האט געשריבן: וואס איז די גרויסקייט פון די שטח?

120 טויזענט סקווער פיס
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

פייף דיך אן האט געשריבן: האב איך געהערט אז די 5 גארפיעלד שוהל גייט מהרז"ל פארקויפן פאר מהר"א.
קען איינער קאנפירמען אדער אפווארפן די שמיעה?

נישט וואר. עס גייט דינען דעם ציבור. ווי אזוי? נאכנישט קיין באשטעדיגטע פלענער.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

פייף דיך אן האט געשריבן: האב איך געהערט אז די 5 גארפיעלד שוהל גייט מהרז"ל פארקויפן פאר מהר"א.
קען איינער קאנפירמען אדער אפווארפן די שמיעה?

די ווילעדזש/מהר"א וויל עס זייער שטארק און אנגעבאטן א גרויסע סומע.
נאך איינער

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

גברא דקפדנא האט געשריבן:

וואס ווילן זיי טאן מיט דעם בנין?

דארף מען זיי פרעגן, סיי וואס איז עס א ווערטפולע שטח, צי מען דארף עס אויף די מינוט צי נישט.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גברא דקפדנא האט געשריבן:
פייף דיך אן האט געשריבן: האב איך געהערט אז די 5 גארפיעלד שוהל גייט מהרז"ל פארקויפן פאר מהר"א.
קען איינער קאנפירמען אדער אפווארפן די שמיעה?

די ווילעדזש/מהר"א וויל עס זייער שטארק און אנגעבאטן א גרויסע סומע.

די ווילעדזש שטערט זייער שטארק די אנלייגעניש אויף גארפיעלד, און האט אנגעבאטן א גרויסע סומע צו צושטופן צום טויש. אבער אצינד איז דאס נישט אין פלאן.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5456
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

נאך איינער האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:
פייף דיך אן האט געשריבן: האב איך געהערט אז די 5 גארפיעלד שוהל גייט מהרז"ל פארקויפן פאר מהר"א.
קען איינער קאנפירמען אדער אפווארפן די שמיעה?

די ווילעדזש/מהר"א וויל עס זייער שטארק און אנגעבאטן א גרויסע סומע.

וואס ווילן זיי טאן מיט דעם בנין?

געהערט פון אפציעס
העלטה סענטער אדער ישיבה קטנות. כגלויב אז ס ליפטיג אבער א טאלק איז געווען
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

Borrower האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:
פייף דיך אן האט געשריבן: האב איך געהערט אז די 5 גארפיעלד שוהל גייט מהרז"ל פארקויפן פאר מהר"א.
קען איינער קאנפירמען אדער אפווארפן די שמיעה?

די ווילעדזש/מהר"א וויל עס זייער שטארק און אנגעבאטן א גרויסע סומע.

וואס ווילן זיי טאן מיט דעם בנין?

געהערט פון אפציעס
העלטה סענטער אדער ישיבה קטנות. כגלויב אז ס ליפטיג אבער א טאלק איז געווען

עס גייט זיכער בלייבן פאר א געגנט ביהמ"ד, וואס נאך מען גייט טוהן מיטן בילדינג איז נאכנישט ענדגילטיג באשלאסן
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1465
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

ר' משה אלי' עסטרייכער וויל עס אפקויפן פון קהל פארן באנוץ פון די מוסדות
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9102
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דאס אריבערציען דאס ביהמ"ד איז א געוואלדיגע פרייליכע נייעס פאר אלע שיכטן און קרייזן, ווייל דאס צייגט אז צושטעלן פארקינג איז א פליכט און מן הנימוס, ממנו ילמדו וכן יעשו
דעריבער איז צום האפן, אז סיי וואס מ'גייט טון מיט דעם אלטן בנין, זאל עס זיין מיט שכל און פארשטאנד, בפרט אויב בלייבט עס א פאבליק בנין, אז נישט איז מה הועילו חכמים בתקנתם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

נאך א גוטע זאך וואס גאַנץ קרית יואל גייט בענעפיטן, די סכנה'דיג ראוד דארט ביי גארליץ גייט זיכער באקומען א רויט לייט
חינוך האט געזיגט!
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע:עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

זיי מוחל און לאז וויסען ווי די שטח איז. נישט יעדער קען זעהן פון די בילד.
באזעסען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע:דא

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסען »

די שטח איז הארט נעבן "עטרת זקנים" ביז די נייע דעוועלעפמענט אויף פארעסט.

עס פארמאגט 500 פיס פראנטעדזש אויף פארעסט רד.!!

עס איז אקעגן איבער גארליץ, וואס איז נעבן די בארימטע "סאטמאר פלייש" בוטשער (מהרי"י) געשעפט, וואס אסאך חוץ לקרי' אידן קענען די אדרעס במשך די זוממער וואכן.
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..
אוועטאר
זעכציגער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 18, 2021 12:57 pm

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעכציגער »

מעכטיגער שטח. געוואלדיגער דורכברוך!!!
הק' פופציגער - זעכציגער
פה זונטאג ניו יארק
אייוועלט .קאם
נאך איינער

Re: ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק סאטמאר ק"י [מהרי"י]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

גברא דקפדנא האט געשריבן: דארף מען זיי פרעגן, סיי וואס איז עס א ווערטפולע שטח, צי מען דארף עס אויף די מינוט צי נישט.

די ראמערס לויפן אז זיי אפערן 9 מיליאן דאלאר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”