נעכטן מוצש"ק במקהלות רבבות עמך בית ישראל אלופי אלפי תושבי קרית יואל, ובנוכחת כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א, אינעם גיגאנטישן ״לייף פלעקס״ צענטער אין ראקלענד, האט דער לעגענדארער קרית יואל׳ער ראש הקהל הנגיד ר׳ מענדל שוויממער הי״ו געמאלדן די דראמאטישע היסטארישע הכרזה למען עתיד קהלתינו הקדושה אין קרית יואל!!!*
ווי דער ראש הקהל בונה ומקים עולמות האט געמאלדן, איז *הנהלת ק״ק קרית יואל אריינגעשפרינגען אפצוקויפן א גיגאנטישן ריזיגן שטח אדיר אין הארץ פון קרית יואל, ביי זקנים, וואס דארט וועט מען אי״ה אויפשטעלן א מעכטיגן מעגא בית גדול רם ונשא, ביהמ״ד הגדול דק״ק קרית יואל, דער צענטראלער תל תלפיות וגולת הכותרת פון דער עיר גדולה לאלקים*, וואס וועט אויך קומען באגלייט מיט הונדערטער פארקינג ערטער, פאר דער באקוועמליכקייט פון די אלפי באי בית ה׳ לעשות רצון קונם וחפץ צורם!
ווי דער ראש הקהל האט איבערגעגעבן איז די החלטה געמאכט געווארן בהתייעצות כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א, נאך וואס ס׳איז אונטערגעקומען די פרישע געלעגנהייט אריינצושפרינגען אין אזא מקח אדיר בטיבורה של העיר, אלס דער פאסיגסטער מקום אשר הכינותי צו בויען דעם מגדל עוז למען עתיד וקיום עיר עוז לנו קרית יואל יצ״ו אויף דעם דרך וואס דער הייליגער מייסד רבינו הקדוש זי״ע האט עס געגרינדעט, בקדושה ובטהרה, און עס ווערט ווייטער נמשך דורך כ״ק רבינו שליט״א.
די דראמאטישע מעלדונג - אין צוגאב צו פילע פרישע הרחבת גבולי הקדושה נייעס און אנטוויקלונגען פון קרית יואל - האט עלעקטעריזירט די אלפי אלפים תושבי קרית יואל רבתי עם ביי דעם היסטארישן מעמד וכינוס אנ״ש וואס האט אויפגעפלאקערט און מאחד געווען די גאנצע עדה הקדושה אויף אן אומגלויבליכן פארנעם, דעמאנסטרירנדיג קבל תבל ומלואה דעם אומשאצבארן לגיון של מלך און כח האדיר פון קבל עדתינו בעיר עוז לנו - יפה נוף משוש כל הארץ, גדלים ומצליחים פעלזן-פעסט, כל רוחות שבעולם לא יזוזו אותנו, הולך וגדול עד כי גדול מאוד!!!!*
*חסדי ה׳ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!!!* *הם אמרו פן ירבה ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!!* *ואחרי כן יקרא לך עיר הצדק קריה נאמנה
די דראמאטישע הכרזה, דורך הר"ר אברהם מרדכי רייכמאן הי"ו, חבר הנהלת הקהלה, ביים מעמד אדיר במקהלות ק"ק סאטמאר ק"י (מהרי"י)
מורי ורבותי!
מ'האט שוין געהערט פונעם געטרייען ראש הקהל ר' מענדל, די בשורה טובה איבער דאס אריינגיין אין קאנטראקט, אויף א גיגאנטישן שטח אין סאמע צענטער פון שטאט, פארן גרויסן ביהמ"ד.
גדול יהי' כבוד הבית הזה האחרון יותר מן הראשון!
אין די לעצטערע חדשים שטייענדיג פארן פיינעלייזן די ענדגילטיגע פלענער פאר די צווייטע פאזע פון די בוי ארבעט פונעם ביהמ"ד אויף גארפיעלד, זענען מיר געזיצן מיט עטליכע בעלי בתים וואס פארמאגן שטחים אין די אומגעגענט פון ביהמ"ד אויף גארפיעלד, און איבערגעגאנגען וויפיל דאס וועט קאסטן אפצוקויפן פארן געברויך פון פארקינג, און אזוי אויך איז מען איבערגעגאנגען מיט מומחים וויפיל פארקינג ערטער מקען אהערשטעלן אויף די שטחים, און דאס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס גייט אריינציען אין געוואלדיגע סכומים און מ'וועט ארויסנעמען דערפון בלויז א קליינע צאל פארקינג.
אין אזא פארנומענע ארט ווי עס שטייען אנדערע גרויסע שולן און אויך די שאפינג סענטער, פארשטייט יעדער אז די נויט און וויכטיגקייט צו פארמאגן אסאך פארקינג, איז עפעס וואס מוז געשעהן פאר יעדן פרייז.
און אזוי אויך האט מען גענומען אין חשבון, די ווייטערדיגע קאנסטראקשען ארבעט, אז דא אויף גארפיעלד דארף מען נאך אראפווארפן דעם בנין און אנהייבן א מאסיווע גראב ארבעט פון צוויי שטאק אראפ, וואס קען נעמען גאר א לאנגע צייט, און אפקאסטן אסטראנאמישע סכומים פאר אנדערפינונג, שאורינג, אד"ג. און עס וואלט אויך פאראלזירט די גאנצע שטאט און פארמערט די טרעפיק אין די אומגעגענט פאר א לענגערע צייט. אזוי אויך דארף מען דא ווארטן ביז די משפחות פונעם זייטיגן בנין ציען זיך ארויס, און דערנאך דארטן אראפווארפן דעם בנין און ווידעראמאל דארטן אויך אראפגראבן.
מיט קנאפע צוויי וואכן צוריק - מיט גרויס השגחה פרטית - איז אונז אונטערגעקומען דער שטח החדש אויף פארעסט רד. צווישן די עטרת זקנים און די נייע דעוועלאפמענט. וואס איז היינט צוטאגס ממש דער צענטער פונקט פון שטאט. און אריינקוקענדיג דערין איז קלארגעשטעלט געווארן, אז מרעדט פון א ריזן שטח ווי מקען אהערשטעלן מיטן גרעסטען פראכט, דער תל תלפיות פון אונזער קהלה קדושה! מקען אויף דעם שטח אויפבויען א ריזיגע גיגאנטישע בנין, מיט פילע שטאקן. א הערליכע מקוה, חדרי תפלה, א ריזן היכל ביהמ"ד, עזרת נשים, היכל התורה, און א גרויסער היכל הכולל, אינאיינעם מיט הונדערטער פארקינג'ס לרוב.
בהתייעצות כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, און נאך עטליכע מיטונגען בכובד ראש, ווי מהאט דן געווען אלע צדדים. און נאך באראטונגען מיט פארשידענע מומחים, האט זיך ארויסגעשטעלט די בילד זייער קלאר. די מעלות פון דעם לאקאציע איז פילפאכיג מער און שטייגט איבער די פלאץ אויף גארפיעלד. די קאנסטראקשען וועט נעמען פיל שנעלער צו פארענדיגט ווערן, צוליב וואס אויף גארפיעלד מרעדט פון א בנין ביהמ"ד וואס איז שטענדיג אין באנוץ וואס איז זייער נישט פראקטיש צו קענען בויען, ווי אויך די פילע טעכנישע חלקים וואס וועט פארשלעפן די בוי ארבעט פיל לענגער, און גלייכצייטיג וועט עס אויסקומען פיל ביליגער לפי ערך וואס מגייט בעז"ה דא אויפבויען אויפן נייעם שטח. וואס וועט געבויעט ווערן פיל גרעסער און שענער!!!
על כן זענען מיר בכוחו ובזכותו של אותו זקן רבינו הקדוש זי"ע, און בברכת קדשו פון רבין זאל זיין געזונט. אריין אין קאנטראקט אויף דעם שטח, און בעז"ה גרייט מען זיך שוין אט אט צו באשטעטיגען די פלענער, און בס"ד גאר אין נאענטן זיך נעמען צו די בוי ארבעט.
ואחרי כן יקרא לך עיר הצדק קרי' נאמנה.
די בוי ארבעט אויפן נייעם פליגל ביים יעצטיגן ביהמ"ד וועט ווייטער מארשירן פאראויס, עס זאל קענען שטיין אין באנוץ פאר די קומענדיגע תקופה.
היות דאס אלעס איז געטון געווארן אין איילעניש אין ווייניגער פון צוויי וואכן, איז לעת עתה די ווייטערדיגע פלענער פארן ביז יעצטיגען בנין הביהמ"ד נאכנישט באשטעטיגט געווארן, און עס איז דא אויפן טיש עטליכע אפציעס פאר צרכי ציבור, וואס ווי נאר עס וועט באשטעטיגט ווערן וועט מען דאס בעז"ה מיטטיילן מיטן ציבור.
חובה עלינו אין דעם יעצטיגען מאמענט צו באדאנקען פאר דעם איש אמונו וסודו פון כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, דער געטרייער משמש בקודש, הרב החסיד ר' שמואל טייטלבוים שליט"א, וואס שטייט אונז אלעמאל צו די האנט, און בפרט פארן קרן הבנין, וואס ער באגלייט אונז מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט. ישלם ה' פעלו ותהי' משכורתו שלימה מעם ה'.
מיר זענען בטוח אז זכותו הגדול פון בעל הנס, דער מייסד הקהלה והקרי', וועט ביישטיין פאר אונז, מיר זאלן בקרוב קענען זוכה צו זעהן דעם ביהמ"ד על תלה בנוי', ומשם תצא תורה, קדושה, וטהרה, לישראל!
נא_שכל האט געשריבן:
וואס איז די גרויסקייט פון די שטח?
ס'איז דא א סובדיוויידעט שטח אין די גרויס פון 2.7 בערך, לכאורה רעדט מען פון יענע, מעגליך ס'גייט אויך אריין אין די אנדערע וואס ס'איז פון די זעלבע פארקויפער.