אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?
אויך אין קעמפ שלאפן זיי צוזאמען, און נאך נאכטמאל אויב זיי האבן נישט ליעב די עסן, וועלן זיי ביידע צוזאמען זיך אוועקזעצן עסן נאדל-סאופ. כמעט וואס זיי גייען שווימען אדער שפילן מיט אנדערע קינדער, און אמאל אמאל אז יא, וועלן זיי זיך אויך אנכאפן און גיין אינאיינעם.
דאס אלעס ביז יענעם מיטוואך. קיינער ווייסט נישט ווי אזוי עס איז געשען, אבער עפעס ווי א שווארצע קאץ איז אדורך געלאפן צווישן זיי. שלמה'לע קומט שוין אליין אין חדר, און ביי פרישטאג זיצן זיי ביי אנדערע עקן טיש. אינאנהייב זענען זיי ביידע געזיצן אויף זייער פלאץ אנגעבלאזן און איינזאם, נישט רעדנדיג צו קיינעם, צוביסלעך האבן ביידע זיך געטראפן אנדערע חברים. היינט קענען זיי זיך שוין אמאל אמאל באגעגענען און רעדן איינער מיטן צווייטן. אבער צוריק ווי אמאל וועט עס שוין קיינמאל נישט ווערן. זיי שפירן אז די אמאליגע פריינשאפט איז געווען איבער די מאס, און היינט וועלן זיי שוין אנטלויפן דערפון, מיט אזא מאס, אז זיי ווייסן שוין נישט די גרעניץ.
די בארימטע פירמע עדווענטשור עלעקטעראניקס גרייט זיך אריבערצוציען צו א שפאגל נייער אויסשטאפירטער פערצן שטאקיגער היי-ענד פעסיליטי, אהערצושטעלן מיט די סטעיט אף די ארט טעכנאלאגיע און די פארגעשריטענסטע סופליי, ווי עס פאסט פאר א הויך-קוואליטעט פירמע אין צוואנציג-צוויי-און-צוואנציג.
דער באגאבטער מענדזשער מר. קעיוו קאלניער שטייט אין שפיץ פון די גרויסארטיגע אקציע, די טרעילארס קומען אן איינס נאכן צווייטן, און די מאסן שטאב פאקט ארויס און פירט די לאודס צו איר באשטימטער לאקאציע אינעם גיגאנטישן פעסטונג. די פיר נייע עלעוועיטאס ארבעטן נאן-סטאפ, פירן ארויף איין לאוד נאכן אנדערן איבערגעפילט ביזן שפיץ מיט די שווערסטע מאשינערי, גליטשט זיך די 14 שטאק געשווינד און געשמירט ווי פידל.
נאך דריי וואכן אזוי אנלאדענען די עלעוועיטארס מיט די אווערסייז לאוד העווי-דאטי מאשינען וויפיל ס'גייט נאר אריין, זעט מיסטער קאלניער אז די עלעוועטארס הייבן אן גיין מער פאמעליך, זייי הינקען אביסל אינטער און וואקלען זיך כסדר. נאך עטליכע טעג זעט ער ווי דאס איז געבליבן שטעקן אויפן צוועלעפטן פלאר אנגעלאדנט מיט שווערע געפעק. געשווינד הייבט ער אויף דעם טעלעפאון, און קלינגט אן צו מיסטער סמיט פון היי ספיד עלעוועיטארס, און ער שארפט זיך שוין די ציין אים צו דערלאנגען אזא מין פסוק, אזוי למען ישמעו ויראו...
אבער מר. סמיט פארלירט זיך נישט, "זאגט נאר סיר קעיוו, האט איר געקוקט וואס איז געווען די וואג פון די געפעק וואס איר האט ארויפגעלאדנט אויף דעם מאשין?"
"איר ברויכט פארשטיין אז ווען איר נוצט א מאשין, דארפט איר נאכפאלגן די אנווייזונגען, מיר האבן אייך אינסטאלירט די בעסטע היי-ספיד עלעוועיטארס וואס מיר פארמאגן, און דאס וואלט באדארפט זיך צו האלטן פאר א גוטע פערציג-פופציג יארן, כולן שוין לטובה. אבער דאס איז גוט ווען איר נוצט דאס מיט א מאס, איינמאל איר גייט אריבער דעם לימיט קענען מיר אייך גארנישט גאראנטיען..."
די גאלעריען און פארענטשעס זענען פול ביז ארויף, דער גאנצער סטאדיום שטייט געשפאנט, מען גייט אצינד ארויפרופן אויפן פאדיום דעם יונגן שטערן, דער ניי-באקרוינטער חזן, ער זאל ארויפקומען דער סאמע ערשטער מאל פארשטעלן זיינע געבענטשטע כשרונות פאר אזא פילקעפיגער ציבור.
דער פול-הארמאנישער קאפעליע הייבט אן מיט די ברומערייען, און דער יונגער חזן שפינהאלץ שטעלט זיך אוועק מיט א פעסטקייט. מיט זיין שטאלצער גענאק ארויסגעצויגן, און מיטן קאפ און דער הייעך, הייבט אן ציען מיט זיין זיסער שטימע, העכער און העכער, פלינק און געשווינד דרייט מיט שטימע ארויף און אראפ, די פארזאמלטע שטייען מיט די אפענע מיילער, און בייגן זיך מיט מיט זיינע קונצליכע מאנאווערעס. זיין שטימע גיסט נאסטאלגיע, זיין קרעכטס טוט שניידן דאס הארץ און די לוסטיגע אויספיר הייבט דעם עולם אין א טענצל.
און דאן קומט שוין אן דער שפיץ ער שפאנט העכער און העכער און העכער, ער פארט ארויף א נאך טאן און נאך אן אקטאווע, און גייט העכער און העכער ארויף ארויף. – די הארץ צאפלט אים שוין, אפשר איז ער נישט אויפן ריכטיגן טרעק, אולי גייט דאס נישט געלונגען – אבער ער זאמלט קוראזש, און גייט אריבער צום בריקל. ער זאמלט די ענערגיע און רואיגערהייט ציט די שטימע נידריג נידריג מיט א שוואכע שטילע טאן.... אטעמט טיף אריין. און דאן געט א שיס ארויף... מיט אלע כוחות... בונייייייייייייי אייייהה בונייייייי בוניייייי איייא אייי ----- און פון האלז קוויטשעט ארויס א פייף, ווי צו זאגן עד פה תבא...
ער האט אומבאמערקט פארווישט און צוגעענדיגט, צו די הילכיגע אפלאדירונגען פון די פארזאמלטע, וואס האבן זיך נאך געווישט די טרערן, פון געפיל און עקסטאז. אבער זיין שטימע איז מער קיינמאל נישט צורקגעקומען צו וואס עס איז געווען, ער האט עס איבערגעריסן, און דאס איז עס.
ווער ווייסט נישט וואס סוחי האט ליעב?? סוחי האט זייער ליב צו עסן פעטע שטיקער סטעיק מיט יאפציק!! און יעדער ווייסט עס, קיינער קען עס נישט מיסטעיקן. יעדער ווייסט שוין אז ווען סוחי קומט דארף מען צושטעלן לויט זיין טעיסט...
זונטאג האט זיין גרופ געמאכט א פארברענגן און ס'איז געווען צו רוקן און צו בריקן, שטייטסעך סוחי פארשטייט צו די אכילה, ער האט זיך אנגעפילט א טעלער אזוי גרויס ווי א דיסק פון א רעקארד פלעיער, און ער האט זיך געזעצט אכל'ען אז ס'איז געגאנגען א רויעך... מאנטאג זענען די חברה אין זשאב געגאנגען טשילן אויף א יאכט שיף, אויך דארט האט סוחי אריינגעריקט אפאר גאנצע בהמות, און צו-דער-זייט אויך זיין באליבטע יאפטשיק. די נעקסטע טאג האט ער געהאט א פשוטע סאפער אינדערהיים, אבער זיין אשת חיל האט שוין געוואוסט וואס ער האט ליב, אז ער פאלט שוין יא אמאל אריין צו א סאפער דארף מען דארך צושטעלן וואס ער ליעב, נא, גרייט מען צו אזא פיינעם געבראטענעם ריפ סטעיק מיט עטליכע סלייסעס יאפטשיק. די ש'כח נאכדעם איז ממש אין לשכוח... מיטוואך איז סוחי נישט מוותר אויפן מנהג צו עסן מילעכיגס כ'מיין? א מנהג איז דאך א מנהג, נישט אזוי?. ליל שישי האט שטולי געמאכט א בת נאכט, יאוי איז דעס געווען נעקסט לעוועל, סוחי איז ארומגעגאנגען דארט מיט די קאפ און הייעך און נישט געסטאפט צו רוקן, זיינע באקן האבן זיך שיר-נישט צוריסן. ווידעראום שבת ביי די סעודה, איז דאך א מצוה פון וקראת לשבת עונג... נו קען מען דאך נישט מוותר זיין, וואס שטעלט מען צו? אוודאי בשר ויאפטשיק וכל מטעמים...
ביז ס'איז געקומען איין גרויען זונטאג ווען חילי האט געמאכט זיין סיום אויף ספר תהילים, סוחי איז דאך הוקט-אפ מיט חיל..., און חילי לויםט צו מיט א גאנצער טעלער מיט יאפטשיק דערלאנגט פאר סוחי, און מיטאמאל באאפס... עס גייט נישט אריין...ער ווייסט נישט וואס דא גייט פאר, ער וויל נישט פארשעמען חילי, אבער עפעס האט ער זיך פארעקלט דערפון און פיניש, ער קען דאס נישט ארייננעמען אין מויל אריין... ער שפירט ווי ער האט שוין געריטשט די מאקסימום יאפטשיק וואס ער קען פארנעמען, און אצינד איז ער פארטיג דערמיט... עס האט נאך געדויערט א שיינע פאר מאנאטן ער זאל ווידעראמאל קענען קוקן דערויף.
יעדער דויערהאפטיגער חפץ וועט קומען מיט אינסטרוקציעס ווי דאס צו נוצן. און אויב פאלגט מען דאס נישט, איז דאס אומשטאנד קאליע צו גיין.
א גוטע זאך איז זייער גוט ווען מען ניצט דאס לויט די אנווייזונגען, אבער אויב וועט מען דאס איבערשטרענגען איז מען גאר אומשטאנד דאס צו פארלירן.
מאכט זיך אמאל אז עס קומט אונטער א געלעגנהייט צו טון גוטס, און דער מענטש טרעפט זיך באשעפטיגט מיט וואוילטעטיגע עסקים, אבער איין זאך דארף מען נאר אינאכט נעמען, אויב וועט ער אריבערגיין די מאס איז ער אומשטאנד אין א שיינעם טאג דאס גאנצע ענין איבערצולאזן.
ווייל ער האט נישט אנערקענט, אז מיטן נעמען אויף זיך מער וויפיל ער קען פארנעמען, טוט דער גאנצער מאשין גיין פייפן.
***
עס איז פארהאן אמאל חשובע יונגעלייט וואס באגעגענען זיך צום ערשן מאל אז אויפן טריפה'נעם פארצווייגטן געוועב, געפונט זיך א מקום מקלט, א ריין אפגעזונדערט קרעטשמעלע. מיט גרויס עקסטאז וועט ער דורכנישטערן דעם גאנצן סייט אין איין אטעם, און מיט אומפעט וועט ער ארויפפליען אויפן תגובה לייטער, ער וועט לויפן ברענגען נייעס און קליפטשעלעך צו וואס ער קען נאר, ער וועט האבן א מיינונג אין יעדן נושא און דעבאטירן לאנגע דעבאטעס אן אויפהער. און נאך צוויי וואכן יחון פליטתו...
פון די אנדערע זייט קען זיין לאנגיעריגע אקטיווע ניקס, וואס הייבן אן שפירן א מידעקייט אין די ביינער, ער פארמאגט שוין נישט די יונגע כוחות, און עס נעמט שוין ארויס פון די גלייכגעוויכט אנצוהאלטן מיט די זעלביגע פעסטקייט, און פלוצים אין א גרינעם דינסטאג ווערט ער פארשווענדן פון די ארענע.
דעריבער וויל איך זיך ווענדן מיט אט די ווערטער.
צו אייך חשובע ניק:
אויב טראכט איר, אז עס וועט גאנץ בקרוב קומען א טאג וואס איר וועט קלערן צו זיך אז: "אפשר טאקע איז שוין געקומען די צייט צו גיין פון דאנעט???"
דאן בעט איך פון אייך א קלייניגקייט. ביטע הערט שוין אויף שרייבן דא!!
איין מינוט... לאז אויסרעדן...
נישט הער אויף אינגאנצן... אבער לאז נאך אביסעלע...
עס וועט גארנישט געשען אז דו וועסט זען די נייעס מיט צוויי שעה שפעטער. אז דו וועסט יענעם לאזן הענגען אפי' ער איז דיר אביסל אריינגעפארן איז אויך גארנישט. אז דו וועסט נישט עספיען אריינצוכאפן די טעגלאשע קאכערייען בעפאר די מנהלים האבן דאס באוויזן צו פארמעקן, וועט נישט די וועלט אונטערגיין...
און איבער אלעם, פאפ דיך נישט, קען דיך אליינס. און נעם אויף דיינע פלייצעס פונקט וויפיל זיי קענען פארנעמען...
טאקע ווייל עס איז מיר זייער אנגענעם צו פארברענגען דא אינאיינעם, און איך בין זיך מחי' מיט דיינע תגובות.
טאקע דערפאר וויל איך נישט אז אין איין שיינעם טאג, זאל דאס פלוצלינג קומען צו א האסטיגער אפשטעל.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.