ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים
אול"י ד' לסדר וישב, כ' כסלו שנת תשפ"ב לפ"ק
שלום וברכה אמע"כ חברי ורבני קהלתינו הע"י
ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו, נאך חדשים לאנג פון שווערע ארבעט פון די געטרייע חברי הקרעטשמע, חובבי ואוהדי נגינה, זעהט מען ענדליך די פירות פון די הארעוואניע, און א פריש איבערגעמאכטע נגינה אפטיילונג אינערהאלב די קרעטשמע ווענט.
ס'איז באמת נישטא קיין מקום פאר קיין הקדמות ווען די מציאות שרייט פאר די אויגן, אבנארמאלע אוצרות און אוצרות ליגן דא פארווארפן און אנגעזאמלט פון די לעצטע ארום 15 יאר אויף אונזער וועלטל, וואס צוליב די ריבוי הענינים איז דאס געווארן באגראבן און פארזעהן און ס'האט נישט געקענט ווערן אויסגענוצט צום קלימאקס.
די געוועזענע כלליות'דיגע נגינה פארום האט געדינט אלץ מאסף לכל אשר בשם נגינה ייקרא און נאך מיט א שמיץ אריבער, צענדליגער און הונדערטער אשכולות וואס האבן נישט מיט נגינה קיין שייכות האבן זיך דא געפינען זייער מקום. די איבערפלוס פון די אלע אשכולות - און בכלל אשכולות פון נגינה פונעם אנדערן סארט - האבן גורם געווען אז די נושא פון פארצייטישע נגינה איז אין טייל פארוואסערט געווארן און האט נישט געצויגן די אויגן פון די וואס וואלטן אזויפיל געקענט געניסן דערפון. חוץ מזה וואס פאר די וואס זענען עוסק און זוכן פאר פארצייטישע נגינה איז נישט מן היושר זיי זאלן זיך דארפן אנשטויסן אין דיסקוסיעס פון היינטיגע זינגעריי וואס איז די היפוך פון וואס מ'זוכט...
נאך א שטיק צייט פון דיסקוסיעס צווישן עטליכע וואלונטירן פון אלע אפטיילונגען פון די נגינה וועלט איז מען געקומען אל עמק השווה וויאזוי צו צוטיילן די נגינה פארום בכדי ס'זאל זיין להנאת כל אחד ואחד, מ'איז דורכגעגאנגען יעדע איינציגסטע אשכול אינעם נגינה פארום, און זיכער געמאכט אז זי טרעפט איר פלאץ אינעם איבערגעבויטן פארום. געוויסע קלייניגקייטן וועט פארשטייט זיך געדויערן ביז ס'וועט פאלן אין פלאץ, אבער דער עיקר איז אז די שווערע חלק איז מען שוין אריבער און די פריש איבערגעמאכטע " היכל הנגינה" אפטיילונג ביי אונזער היימישע קרעטשמע גייט אריין אין פולן שוואנג בשעטו"מ!
די הויפט פארום, די ביז יעצט איינציגסטע היכל הנגינה פארום, וועט דינען פאר די כלליות'דיגע נגינה אשכולות וואס רעכנט אריין, נייע ניגונים, זינגערס, שפילערס, אלבומס, און נאך.
דא קומט דער נייער שירי קודשסאב פארום וואס וועט דינען פאר " חסיד'ישע און פארצייטישע נגינה, נוסח התפלה ומועדי השנה", כדי צו פארמיידן ספיקות און צומישענישן אינעם עתיד, טוען מיר דא קלארשטעלן די גרעניץ ליניע פון דעם פארום. כדי א נושא, א ניגון/אלבום וכדו' זאל זיך אהערציען אדער עפענען דא, דארף עס אריינפאלן אין ווייניגסטנס 'איינע' פון די פאלגנדע קאטעגאריעס:
- ס'איז פארפאסט געווארן פאר'ן קריג.
- ארויסגעגעבן געווארן דורך א קהילה/חצר.
אויך איז דער פארום מיוחד צו שמועסן איבער נוסחאות התפילה. (נישט אויסמישן מיט חזנות, פאר וועלכע ס'וועט נאכפאלגן א באזונדערע פארום.)
א דעטאלירטע מפתח איז געווארן אהערגעשטעלט צו באדינען דעם ציבור און פירן גרינגערהייט דעם עולם צו די געזוכטע אשכולות.
בעזהשי"ת וועלן צוקומען נאך עטליכע סוב פארומס אין די קומענדיגע טעג וואס וועט משלים זיין דעם פראיעקט און אהערשטעלן א שפאגל נייע נגינה אפטיילונג.
דערמיט טוה איך זיך באדאנקען לכל העוזרים והמסייעים בדבר חשוב הזה, ובשם השם נעשה ונצליח!
זרע קודש נצבים