פארשפרייטע טעותים

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7330
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן: ממוצע, שכ'ח פאר'ן באשרייבן די פעני טעות, ווייל איך האב זיך לעצטענס טאקע געוואונדערט וואס דער אמת איז.

איך האב איין קשיא: דו שרייבסט אז אויב וואלט נישט געווען קיין לופט, דאן וואלט עס געפאלן 208 מפ"ש. דו מיינסט צוזאגן אויב לופט וואלט ווען נישט עקזיסטירט אדער אויב עס איז נישט דא קיין ווינט?

ער רעדט ווען ס'וואלט נישט עקזיסטירט...

און דאן וואלטן עראפלאנען, קארס, טראקס, באסעס, און באנען אויך געקענט פארן שנעלער....

That's what elon musk wants to make with his tunnels dream
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17956
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דער הימלישע איד האט געשריבן:

דו רעדטסט ווארשיינליך פונעם הייפערלופ...

שוין גארנישט אזא חלום
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך מיין אז ער האט געמאכט אזוינס אין לאס וועגאס, אבער די עולם איז זייער אומצופרידן
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

עס איז דא נאך א פארשפרייטע טעות,
אז דאס וואס א שטיין פאלט צו די ערד שנעלער ווי א פעדער, איז דאס ווייל די שטיין האט מער וואג.

דאס איז א טעות גמור, מער וואג געבט נישט צו מער ספיד צום שטיין, נאר וויבאלד די שטיין האט מער וואג געבט עס אים מער קראפט זיך צי שלאגען מיט די לופט וועט זיין ספיד אטאמאטיש זיין שנעלער, אנדערש ווי די פעדער וואס האט ווייניגער קראפט זיך צי שלאגען מיט די לופט וועט זיין ספיד אטאמאטיש זיין שטייטער.
אויב וואלט מען אבער אוועקגענומען די לופט וואלט די פעדער מיטן שטיין געפאלען מיטן זעלבן ספיד.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

נאך א פארשפרייטע טעות ביי מענטשן,
אז די סיבה פארוואס מ'קען נישט עסן זופ מיט א גאפל, איז ווייל עס רינט תיכף ארויס,
דאס איז א טעות גמור,
די אמת'ע סיבה איז וויבאלד די זופ גייט בכלל נישט אריין אינעם גאפל
לעצט פארראכטן דורך ווערעצקי אום זונטאג דעצעמבער 19, 2021 2:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17956
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ווערעצקי האט געשריבן: נאך א פארשפרייטע טעות ביי מענטשן,
אז די סיבה פארוואס מ'קען נישט עסן זופ מיט א גאפל, איז ווייל עס רינט תיכף ארויס,
דאס איז א טעות גמור,
די אמת'ע סיבה איז וויבאלד די זופ גייט בכלל נישט אריין אינעם לעפל גאפל

:lol::lol::lol:
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

טוב לב האט געשריבן: עס איז דא נאך א פארשפרייטע טעות,
אז דאס וואס א שטיין פאלט צו די ערד שנעלער ווי א פעדער, איז דאס ווייל די שטיין האט מער וואג.

דאס איז א טעות גמור, מער וואג געבט נישט צו מער ספיד צום שטיין, נאר וויבאלד די שטיין האט מער וואג געבט עס אים מער קראפט זיך צי שלאגען מיט די לופט וועט זיין ספיד אטאמאטיש זיין שנעלער, אנדערש ווי די פעדער וואס האט ווייניגער קראפט זיך צי שלאגען מיט די לופט וועט זיין ספיד אטאמאטיש זיין שטייטער.
אויב וואלט מען אבער אוועקגענומען די לופט וואלט די פעדער מיטן שטיין געפאלען מיטן זעלבן ספיד.

יא.

דער ראי' צו דעם איז, לייג ארויף א פעדער אויף א שטיין, און לאז עס צוזאמען אראפ, וועט עס פאלן די זעלבע.

(דאכצעך אז דו האסט שוין געשריבן דערוועגן אין איינע פון דיינע פיזיקס אשכולות)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

טוב לב האט געשריבן: עס איז דא נאך א פארשפרייטע טעות,
אז דאס וואס א שטיין פאלט צו די ערד שנעלער ווי א פעדער, איז דאס ווייל די שטיין האט מער וואג.

דאס איז א טעות גמור, מער וואג געבט נישט צו מער ספיד צום שטיין, נאר וויבאלד די שטיין האט מער וואג געבט עס אים מער קראפט זיך צי שלאגען מיט די לופט וועט זיין ספיד אטאמאטיש זיין שנעלער, אנדערש ווי די פעדער וואס האט ווייניגער קראפט זיך צי שלאגען מיט די לופט וועט זיין ספיד אטאמאטיש זיין שטייטער.
אויב וואלט מען אבער אוועקגענומען די לופט וואלט די פעדער מיטן שטיין געפאלען מיטן זעלבן ספיד.

איז עס ריכטיג [וואס איך האב אמאל געהערט אז] צוויי חפצים פונעם זעלבן מאטעריאל נאר אן אנדערן מאס, צב"ש א גרויסער שטיין און א קליינער שטיין, פאלן צו דער ערד מיט דער זעלבער שנעלקייט? (לכאורה דארפן ביידע זיין אינעם זעלבן פארעם.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

ממוצע האט געשריבן: דער ראי' צו דעם איז, לייג ארויף א פעדער אויף א שטיין, און לאז עס צוזאמען אראפ, וועט עס פאלן די זעלבע.

איך גלייב ענק אויפ'ן ווארט, אבער אי משום הא קען זיין אז דער וואקיום ציט עס אויף אראפ, נישט אזוי?

בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ווערעצקי האט געשריבן: נאך א פארשפרייטע טעות ביי מענטשן,
אז די סיבה פארוואס מ'קען נישט עסן זופ מיט א גאפל, איז ווייל עס רינט תיכף ארויס,
דאס איז א טעות גמור,
די אמת'ע סיבה איז וויבאלד די זופ גייט בכלל נישט אריין אינעם גאפל

אאאהההה!! וועגן דעם. איך כאפ שוין פארוואס איך עס אלץ אויף די גאנצע סופ-נאָטס פאר די זופ...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

גרשון האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן: דער ראי' צו דעם איז, לייג ארויף א פעדער אויף א שטיין, און לאז עס צוזאמען אראפ, וועט עס פאלן די זעלבע.

איך גלייב ענק אויפ'ן ווארט, אבער אי משום הא קען זיין אז דער וואקיום ציט עס אויף אראפ, נישט אזוי?

איך האב נישט קיין תשובה אויף דיין פראגע.

אבער דאס זעלבע האט מען געזעהן אויף די לבנה, וואו עס איז נישטא קיין אטמאספערע. דער אסטראנאט האט אראפגעווארפן א האממער און א פעדער, און זיי זענען געפאלן די זעלבע שנעל.

https://nssdc.gsfc.nasa.gov/planetary/l ... _drop.html
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

גרשון האט געשריבן:
טוב לב האט געשריבן: עס איז דא נאך א פארשפרייטע טעות,
אז דאס וואס א שטיין פאלט צו די ערד שנעלער ווי א פעדער, איז דאס ווייל די שטיין האט מער וואג.

דאס איז א טעות גמור, מער וואג געבט נישט צו מער ספיד צום שטיין, נאר וויבאלד די שטיין האט מער וואג געבט עס אים מער קראפט זיך צי שלאגען מיט די לופט וועט זיין ספיד אטאמאטיש זיין שנעלער, אנדערש ווי די פעדער וואס האט ווייניגער קראפט זיך צי שלאגען מיט די לופט וועט זיין ספיד אטאמאטיש זיין שטייטער.
אויב וואלט מען אבער אוועקגענומען די לופט וואלט די פעדער מיטן שטיין געפאלען מיטן זעלבן ספיד.

איז עס ריכטיג [וואס איך האב אמאל געהערט אז] צוויי חפצים פונעם זעלבן מאטעריאל נאר אן אנדערן מאס, צב"ש א גרויסער שטיין און א קליינער שטיין, פאלן צו דער ערד מיט דער זעלבער שנעלקייט? (לכאורה דארפן ביידע זיין אינעם זעלבן פארעם.)

יא, דאס איז א חלק פון אייזיק ניוטאן'ס אויפטו. אזוי האט ער איינגעזען אז גראוויטי עקזיסטירט.

ער האט גערעכנט איז אלעס פאלט אויפ'ן ערד מיט די זעלבע שנעלקייט, קיין חילוק די וואג. אויב וואג איז נישט די סיבה פארוואס עס פאלט, דאן מוז זיין א כוח טיף אין דער ערד וואס ציהט אלעס צו זיך קיין חילוק די וואג.

א פאקטאר וואס מאכט יא אויס איז אויב עפעס שטייט צווישן די חפץ וואס פאלט און די גראוויטי אין די צענטער פונעם ערד-קוגל. אלעס פאלט שטייטער אין וואסער ווי אין לופט, ווי וואס איז מער געדעכט און עס שטייט צווישן גראוויטי און דעם חפץ.

80,000 פיס העכער די ערד ווערט די לופט דינער און דאס טוישט די אומשטענדן.

נאך א פאקטאר איז עירא-דיינעמיקס. אן עראפלאן האלט זיך בעסער אין די לופט ווי א פעדער ווייל עס האט בעסערע עירא-דיינעמיקס. נעם אוועק די פליגלען און עס טראסקעט שנעלער ווי די פעדער.

דעריבער, צוויי חפצים קיין חילוק די וואג, פלאסטיק צי אייזן, אויב זיי האבן די זעלבע עירא-דיינעמיקס (פארעם) וועלן זיי פאלן מיט די זעלבע שנעלקייט.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

"רעכטער זייט מח און לינקער זייט מח"

אן אנגענומער פאקט, אז די מער לאגישע און מאטעמאטישע מענטשן ארבעט שטערקער זייער לינקע מח, און די מער ארטיסטישע/געפילישע/שעפערישע ארבעט מער די רעכטע מח.

די מציאות:

דער מח איז טאקע איינגעטיילט אין צוויי הויפט חלקים, און געוויסע פונקציעס ווערן טאקע אויסגעפירט אין איינע פון די צוויי זייטן. צום ביישפיל, 'שפראך' איז אין די לינקע זייט, 'אויפמערקזאמקייט' אין די רעכטע. אבער אין שטודיעס האט מען נישט געטראפן אז געוויסע מענטשן זאל איין זייט פון זייער מח ארבעטן שטערקער. וואס מען האט יא געטראפן איז, אז ביי די וואס זענען בעסערע מאטעמאטיקער איז דא א שטערקערע צוזאמארבעט צווישן די צוויי זייטן מח.
לעצט פארראכטן דורך ממוצע אום מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:12 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

ממוצע האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן: דער ראי' צו דעם איז, לייג ארויף א פעדער אויף א שטיין, און לאז עס צוזאמען אראפ, וועט עס פאלן די זעלבע.

איך גלייב ענק אויפ'ן ווארט, אבער אי משום הא קען זיין אז דער וואקיום ציט עס אויף אראפ, נישט אזוי?

איך האב נישט קיין תשובה אויף דיין פראגע.

אבער דאס זעלבע האט מען געזעהן אויף די לבנה, וואו עס איז נישטא קיין אטמאספערע. דער אסטראנאט האט אראפגעווארפן א האממער און א פעדער, און זיי זענען געפאלן די זעלבע שנעל.

https://nssdc.gsfc.nasa.gov/planetary/l ... _drop.html

פון ווען אונז זענען קליין ווייסען אונז אז ווי גרעסער א זאך איז אלס מער וואג האט עס, דאס מיינט אז ווי גרעסער א זאך איז אלס שטערקער וועט ער אראפדרוקען צו די ערד.
דאס איז די איינציגסטע מעלה וואס א גרויסע זאך האט אנטקעגן א קליינע אז גראוועטי האט א שטערקערע השפעה אויף אים, לפי זה וואלט אויסגעקומען אז אויב וואלט נישט געווען קיין גראוועטי וואלט איך געקענט אויהייבען א צוואנציג טויזנט טאן שטיין ווי גארנישט.
אבער דאס איז בכלל נישט ריכטיג, גראוועטי האט בכלל נישט קיין שטערקערע השפעה אויף א גרויסע זאך ווי א קליינע.

נאר די מעלה וואס א גרויסע זאך האט איז אז ער האט א שטערקערע קראפט.
וואס איז דאס קראפט?
קראפט איז טייטש אז די אביעקט האט א שטערקערע רעזיסטענס,
ווי גרעסער די זאך איז אלס שווערער וועט זיין אים צו ריקען,(נישט קיין חילוק אויב עס איז יא אדער נישט דא גראוועטי) און אויב ריקט ער זיך וועט זיין שווערער אים אפצושטעלן.
לדוגמה, עס איז שווערער אפצושטעלן א באן וואס פארט 5 מפ"ה ווי א קאר וואס פארט אויף 100 מפ"ה, ווייל די באן פארט מיט א שטערקערע קראפט כאטש זיין ספיד איז באמת שטייטער, די זעלבע זאך פארקערט, עס איז גרינגער צו מאכן פארן א קאר 100 מפ"ה ווי מאכן פארן א באן 5 מפ"ה.

קראפט אין ספיד זענען צוויי אנדערע זאכן.
אין א וועקיום וועט די שטיין פאלן אויפן זעלבן ספיד ווי די פעדער, כאטש די שטיין וועט פאקטיש פאלן מיט א שטערקערע קראפט, און ווען די שטיין וועט גרייכען די ערד וועט ער גרייכען מיט א שטערקערע זעץ ווי די פעדער, אויב וועט אבער זיין לופט וועט זיין שווערער פאר די לופט זיך צו שלאגען מיט די שטיין ווי מיט די פעדער ווייל די שטיין פאלט מיט א שטערקערע קראפט, וואס די פועל יוצא וועט זיין אז די ספיד פון די פעדער וועט זיין שטייטער ווי די שטיין.
אוועטאר
דן דינענמאן
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 6:40 pm
לאקאציע:אין די מנהל'ס אפיס

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דן דינענמאן »

ממוצע האט געשריבן: ]

עסן די עק פון א חלה?
געהערט אמאל ווייל אמאל פלעגט מען טראגן דעם ברויט צום בעקער און עס האט זיך צוזאם געקלעבט צוויי חלות איינער פונעם צווייטן איז אויסגעקומען אז איינעם'ס עק האט געהאט א שטיקל פונעם אנדערען האט מען מורא געהאט אויף גזל פון א צווייטן
איך שרייב אויף אייוועלט ווייל מיין רבי האט מיך ארויסגעווארפן פון קלאס!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דן דינענמאן האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן: ]

עסן די עק פון א חלה?
געהערט אמאל ווייל אמאל פלעגט מען טראגן דעם ברויט צום בעקער און עס האט זיך צוזאם געקלעבט צוויי חלות איינער פונעם צווייטן איז אויסגעקומען אז איינעם'ס עק האט געהאט א שטיקל פונעם אנדערען האט מען מורא געהאט אויף גזל פון א צווייטן

עס שטייט אין טעמי המנהגים וועגן די חיצונים זענען דארט. דער מנחת יצחק שרייבט אז ער האט נישט געטראפן קיין מקור, אבער פירט זיך דאך אזוי.
מצה טאש
שר האלף
תגובות: 1038
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

אן עיר קאנדישן מאכט קאלטע לופט
פונקט ווי ליכטיקייט און טונקלקייט, איז קעלט א העדר פון היץ.
היץ איז אן ענערגיע, קעלט איז די מציאות ווען ס'איז נישט דא קיין היץ.

אן עיר קאנדישן ארבעט נישט דארך בלאזן לופט אויף א קאלטע אייזן (אזויווי סטיעם ארבעט טאקע). אנשטאט, נוצענדיג חכמת הפיזיקה טיילט עס אפ די היץ פון די לופט אין צימער און טראגט עס ארויס די אנדערע זייט. א פען דאן בלאזט אויף די אנגעהייצטע זאמלונג פון היץ פון די אנדערע זייט צו פטור ווערן דערפון; די רעזולטאט איז קאלטע לופט.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

מעטאל איז קעלטער פון אנדערע מאטריאלען

אויב האט איר שוין אמאל אנגערירט א מעטאל האט איר זיכער געשפירט א קאלטקייט, אבער דער אמת איז אז מעטאל איז בכלל נישט קעלטער פון אנדערע מאטריאלען.

נאר די טבע פון מעטאל איז אז ער ציט אריין היץ אין זיך (די גמרה זאגט שוין חם מקצתו חם כולו) ווען איר לייגט אייער האנט אויף מעטאל וועט די מעטאל ארויסציען די היץ פון אייער האנט וועט אייער האנט אטאמאטיש שפירען קעלטער.
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7330
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

טוב לב האט געשריבן: מעטאל איז קעלטער פון אנדערע מאטריאלען

אויב האט איר שוין אמאל אנגערירט א מעטאל האט איר זיכער געשפירט א קאלטקייט, אבער דער אמת איז אז מעטאל איז בכלל נישט קעלטער פון אנדערע מאטריאלען.

נאר די טבע פון מעטאל איז אז ער ציט אריין היץ אין זיך (די גמרה זאגט שוין חם מקצתו חם כולו) ווען איר לייגט אייער האנט אויף מעטאל וועט די מעטאל ארויסציען די היץ פון אייער האנט וועט אייער האנט אטאמאטיש שפירען קעלטער.

;l;p-;l;p-;l;p-
פעסטע נייעס דעיס טענקס
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
א פעני
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:03 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פעני »

טוב לב האט געשריבן: מעטאל איז קעלטער פון אנדערע מאטריאלען

אויב האט איר שוין אמאל אנגערירט א מעטאל האט איר זיכער געשפירט א קאלטקייט, אבער דער אמת איז אז מעטאל איז בכלל נישט קעלטער פון אנדערע מאטריאלען.

נאר די טבע פון מעטאל איז אז ער ציט אריין היץ אין זיך (די גמרה זאגט שוין חם מקצתו חם כולו) ווען איר לייגט אייער האנט אויף מעטאל וועט די מעטאל ארויסציען די היץ פון אייער האנט וועט אייער האנט אטאמאטיש שפירען קעלטער.

קיינמאל נישט געוואוסט
א שטארקע שאלה אויף די מצה בעקערייען וואס ניצן מעטאלנע וועלגער העלצער
ווען דער פעני ווייסט ווען וויפיל ער איז ווערט, וואלט ער זיך געשפירט 2 סענט..
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע:וואו סידא צועסן

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

א פעני האט געשריבן:
טוב לב האט געשריבן: מעטאל איז קעלטער פון אנדערע מאטריאלען

אויב האט איר שוין אמאל אנגערירט א מעטאל האט איר זיכער געשפירט א קאלטקייט, אבער דער אמת איז אז מעטאל איז בכלל נישט קעלטער פון אנדערע מאטריאלען.

נאר די טבע פון מעטאל איז אז ער ציט אריין היץ אין זיך (די גמרה זאגט שוין חם מקצתו חם כולו) ווען איר לייגט אייער האנט אויף מעטאל וועט די מעטאל ארויסציען די היץ פון אייער האנט וועט אייער האנט אטאמאטיש שפירען קעלטער.

קיינמאל נישט געוואוסט
א שטארקע שאלה אויף די מצה בעקערייען וואס ניצן מעטאלנע וועלגער העלצער

א שטארקע שאלה? בס"ה ברענגסטו אויף א נקודה למחשבה. איך בין נישט קיין פוסק, אבער דאכט זיך אז חז"ל און אלע פריערדיגע פוסקים זענען נאך געווען אזוי קלוג ווי אונז, און אויב קיינער זאגט נישט אז עס איז א פראבלעם איז דאס ווארשיינליך נישט קיין פראבלעם. אויב מען וויל קען מען מחמיר זיין, אבער קיין שאלה איז דאס לכאורה נישט
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

פארפרוירן האט געשריבן:
א פעני האט געשריבן:
טוב לב האט געשריבן: מעטאל איז קעלטער פון אנדערע מאטריאלען

אויב האט איר שוין אמאל אנגערירט א מעטאל האט איר זיכער געשפירט א קאלטקייט, אבער דער אמת איז אז מעטאל איז בכלל נישט קעלטער פון אנדערע מאטריאלען.

נאר די טבע פון מעטאל איז אז ער ציט אריין היץ אין זיך (די גמרה זאגט שוין חם מקצתו חם כולו) ווען איר לייגט אייער האנט אויף מעטאל וועט די מעטאל ארויסציען די היץ פון אייער האנט וועט אייער האנט אטאמאטיש שפירען קעלטער.

קיינמאל נישט געוואוסט
א שטארקע שאלה אויף די מצה בעקערייען וואס ניצן מעטאלנע וועלגער העלצער

א שטארקע שאלה? בס"ה ברענגסטו אויף א נקודה למחשבה. איך בין נישט קיין פוסק, אבער דאכט זיך אז חז"ל און אלע פריערדיגע פוסקים זענען נאך געווען אזוי קלוג ווי אונז, און אויב קיינער זאגט נישט אז עס איז א פראבלעם איז דאס ווארשיינליך נישט קיין פראבלעם. אויב מען וויל קען מען מחמיר זיין, אבער קיין שאלה איז דאס לכאורה נישט

איך זעה בכלל נישט קיין שאלה, אדרבה ער זאגט דאך אז ס'ציעט ארויס די היץ
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

צ"ק

ס'איז באקאנט אז דער וואס האט א ליידיגע שטערן, ד.ה. איינער וואס האט א גרויסע ספעיס צווישן זיינע אויגן ביז צו די האר איז א סימן אז ער איז קלוג.

איז דאס א פשוט'ע טעות אדער יש דברים בגו?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

טוב לב האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן: דער ראי' צו דעם איז, לייג ארויף א פעדער אויף א שטיין, און לאז עס צוזאמען אראפ, וועט עס פאלן די זעלבע.

איך גלייב ענק אויפ'ן ווארט, אבער אי משום הא קען זיין אז דער וואקיום ציט עס אויף אראפ, נישט אזוי?

איך האב נישט קיין תשובה אויף דיין פראגע.

אבער דאס זעלבע האט מען געזעהן אויף די לבנה, וואו עס איז נישטא קיין אטמאספערע. דער אסטראנאט האט אראפגעווארפן א האממער און א פעדער, און זיי זענען געפאלן די זעלבע שנעל.

https://nssdc.gsfc.nasa.gov/planetary/l ... _drop.html

פון ווען אונז זענען קליין ווייסען אונז אז ווי גרעסער א זאך איז אלס מער וואג האט עס, דאס מיינט אז ווי גרעסער א זאך איז אלס שטערקער וועט ער אראפדרוקען צו די ערד.
דאס איז די איינציגסטע מעלה וואס א גרויסע זאך האט אנטקעגן א קליינע אז גראוועטי האט א שטערקערע השפעה אויף אים, לפי זה וואלט אויסגעקומען אז אויב וואלט נישט געווען קיין גראוועטי וואלט איך געקענט אויהייבען א צוואנציג טויזנט טאן שטיין ווי גארנישט.
אבער דאס איז בכלל נישט ריכטיג, גראוועטי האט בכלל נישט קיין שטערקערע השפעה אויף א גרויסע זאך ווי א קליינע.

נאר די מעלה וואס א גרויסע זאך האט איז אז ער האט א שטערקערע קראפט.
וואס איז דאס קראפט?
קראפט איז טייטש אז די אביעקט האט א שטערקערע רעזיסטענס,
ווי גרעסער די זאך איז אלס שווערער וועט זיין אים צו ריקען,(נישט קיין חילוק אויב עס איז יא אדער נישט דא גראוועטי) און אויב ריקט ער זיך וועט זיין שווערער אים אפצושטעלן.
לדוגמה, עס איז שווערער אפצושטעלן א באן וואס פארט 5 מפ"ה ווי א קאר וואס פארט אויף 100 מפ"ה, ווייל די באן פארט מיט א שטערקערע קראפט כאטש זיין ספיד איז באמת שטייטער, די זעלבע זאך פארקערט, עס איז גרינגער צו מאכן פארן א קאר 100 מפ"ה ווי מאכן פארן א באן 5 מפ"ה.

קראפט אין ספיד זענען צוויי אנדערע זאכן.
אין א וועקיום וועט די שטיין פאלן אויפן זעלבן ספיד ווי די פעדער, כאטש די שטיין וועט פאקטיש פאלן מיט א שטערקערע קראפט, און ווען די שטיין וועט גרייכען די ערד וועט ער גרייכען מיט א שטערקערע זעץ ווי די פעדער, אויב וועט אבער זיין לופט וועט זיין שווערער פאר די לופט זיך צו שלאגען מיט די שטיין ווי מיט די פעדער ווייל די שטיין פאלט מיט א שטערקערע קראפט, וואס די פועל יוצא וועט זיין אז די ספיד פון די פעדער וועט זיין שטייטער ווי די שטיין.
א דאנק פארן ערקלערן. יעצט פארשטיי איך שוין ענדליך פארוואס די שווערערע אביעקט וועט אראפוועגן דעם וואג מיט א שטערקערער קראפט כאטש פאלן אויף דער ערד וועלן זיי צוזאמען, דאס איז ווייל ער שלאגט זיך דא מיט א קעגן כוח.

אגבב, איך עטליכע מאל פרובירט אראפצואווארפן חפצים, און אלעמאל זענען ביידע אנגעקומען אינאיינעם, אפי' נישט די זעלבע גרויס אדער פארום, חוץ אויב עס האט ממש געשוועבט אין די לופט שטייצעך.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

מצה טאש האט געשריבן: אן עיר קאנדישן מאכט קאלטע לופט
פונקט ווי ליכטיקייט און טונקלקייט, איז קעלט א העדר פון היץ.
היץ איז אן ענערגיע, קעלט איז די מציאות ווען ס'איז נישט דא קיין היץ.

אן עיר קאנדישן ארבעט נישט דארך בלאזן לופט אויף א קאלטע אייזן (אזויווי סטיעם ארבעט טאקע). אנשטאט, נוצענדיג חכמת הפיזיקה טיילט עס אפ די היץ פון די לופט אין צימער און טראגט עס ארויס די אנדערע זייט. א פען דאן בלאזט אויף די אנגעהייצטע זאמלונג פון היץ פון די אנדערע זייט צו פטור ווערן דערפון; די רעזולטאט איז קאלטע לופט.

וואס דען איז די קאלטע פייס אין די עיר קאנדישאנער אויף וואס די פען בלאזט?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”