אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

?
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אינעם צווייטן טייל האמיר געהאט גערעדט פון די דייטשע "פאנצער-פויסט" ראקעטן וואס האט געקענט דורכברעכן אלע אליאירטע טאנקן.

מערקט אז די פאנצער-פויסט 3 קען נאך אלס פליען ווייטער און דורכברעכן דיקערע פאנצער פלאטעס ווי די בריטישע.

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: גראף ווי מ'שטייט ביז היינט מיט די געווער נדבות פאר אוקריינע
FMswZrzUcAAoS-7.jpg
FMswZrzUcAAoS-7.jpg (150.58 KiB) געזען 3470 מאל

אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

@היכי!, אזויפיל קנאלעדזש!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: @היכי!, אזויפיל קנאלעדזש!!

שכ'ח
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

זיבעטע טייל ארויף!! - אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

7
אין קורצן פון פריער: ארפא פירט א גראנדיעזע פראיעקט מיט'ן נאמען ארגוס, וואס רעכנט אריין אלע דריי אפטיילונגען פון די מיליטער.

א גריכישער עלעוועטאר מעקאניק אן פארמאלע שולונג אין פיזיקס אנטדעקט א דורכברוך אין נוקלעארע פיזיקס. ער שיקט זיינע אויפטרעפן צו אמעריקאנע אינסטיטוציעס וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג.


***

ניקאָלעס קריסטאָופיילאָס איז געבוירן געווארן צו גריכישע אימיגראנטן אין 1916, באסטאן מאסאטשוסעטס, פאראייניגטע שטאטן.

אין יאר 1923 האט זיין משפחה זיך צוריק געצויגן קיין גריכנלאנד ווייל זיי האבן זיך נישט געקענט איינגלידערן אין אמעריקע, די אמעריקאנע קולטור איז געווען צו א שארפע קאנטראסט צו די גריכישע קולטור (אזוי האט קריסטאופיילאס זיך שפעטער אויסגעדריקט).

קריסטאופיילאס, זיבן יאר אלט, האט זיך געטראפן אין אטענס, גריכנלאנד וואו ער איז ערצויגן געווארן און געבויעט א קאריערע, ביז עס געקומען די טאג זיך אריבערצוציען צו זיין געבורטס לאנד.

קריסטאופיילאס האט נישט אונטערגעגעבן זיין אמעריקאנע בירגערשאפט דורכאויס זיינע יארן אין גריכנלאנד, ער האט שפעטער געזאגט אז זיין אמת'ע געטריישאפט און פאטריאטיזם איז געליגן אין אמעריקע.

און אזוי מיט'ן אמעריקאנעם פאספארט אין האנט האט ער געשטיגן דעם שיף צו אמעריקע, אין 1953 (תשי"ג).

אנקומענדיג צו אמעריקע איז קריסטאופיילאס - א שטיק ליין מאטריאל - גלייך פון די שיף-פארט געגאנגען צום ביבליאטעק, די 'ברוקלין פאבליק לייברערי'. יא יא, ביינונז אין חצר, די היימישע ברוקלין.

מיט'ן רענצל און אלע קלאפער-געצייג, האט ער זיך געשלעפט צום וויסנשאפטליכע אפטיילונג. ס'דאך געװען א לאנגע רייזע, נו, מוז ער גלייך כאפן א בליק אין די אויפלאגעס פון די זשורנאלן וואס ער האט פארפאסט.

ער שטייט אנגעלאנט אויף א שאפע וואס סקריפעט פון זיין וואג מיט'ן פראמינענטע וויסנשאפטליכע זשורנאל אין די פעלד פון פיזיקס, די 'פיזיקעל רעוויאו' (Physical Review), און שלינגט יעדעס ווארט וואס ער ליינט.

ער מישט אריבער דאס בלאט און זיינע אויגן עפענען זיך ברײט, ער פארמאכט די אויגן און גיט זיך א ציפ, די בלאט איז נאכאלטס דא. די ארטיקל ברענגט זיין גענויע אויפטו מיט די פיר מאגנאטן פאר'ן פארטיקל עקסעלערעטאר, און מיט די גענויע מאטעמאטיק וואס ער האט געשריבן. זיין דורכברוך ווערט געברענגט אינעם חשוב'ן זשורנאל.

אבער, אנטשטאט זיין נאמען, שטייט דארט גאר, אז 3 אמעריקאנע וויסנשאפטלער האבן ערפינדן זיין אויפטרעף. ערנעסט קוראַנט, סטענלי ליווינגסטאן, און האַרטלענד סניידער, האבן לויט די 'פיזיקעל רעוויאו' זשורנאל ערפינדן די סטראָנג פאוקאָסינג און די קוואַדרופל לענס (Strong Focusing and Quadruple Lens) סיסטעם פאר פארטיקל עקסעלערעטארס הערשט אין 1952 - תשי"ב (ס'נעמט 3 אמעריקאנער אויפצוטרעפן א געדאנק וואס ער האט ערפינדן 2 יאר פריערט…)

ס'ווערט אים גוט. אלע 3 וויסנשאפטלער האבן פארבינדונגען מיט בערקלי אוניווערזיטעט, נישט נאר דאס, זיי האבן מיט די געלט און שטיצע פונעם אמעריקאנע רעגירונג אגענטור, די 'אטאמישע ענערגיע קאמיסיע' (Atomic Energy Commission), שוין געבויעט אזא סארט פארטיקל עקסעלערעטאר, וואס האט געקאסט הונדערטער מיליאן דאלארן.

און דאס האט מען געבויט אין 'ברוקהעווען נאציאנאלע לאבאראטאריע' (Brookhaven National Laboratory) אין מאנהעטן, א שפאן אוועק.

ער האט זיך געראכטן פאר א פנים אל פנים זיצונג מיט די וויסנשאפטלער אין בערקלי אוניווערזיטעט, אבער אצינד גרייט ער זיך צו דערלאנגען אין פנים פאר אלע אין די ברוקהעווען לאבאראטאריע.

(ער האט זיך שפעטער סארקאסטיש אויסגעדרוקט אז די ערשטע זאך וואס ער איז געוואר געווארן קומענדיג צו זיין געבורטס לאנד, איז אז זיין מאטעמאטיק איז יא גוט..)

***

"האט ער די 3 לאטיינישע בוכשטאבן נאך זיין נאמען וואס באצייכנט אים אלס א געשולטע און געבילדעטע פערזאן?"

"ניין, עפעס האט ער 2 גריכישע בוכשטאבן נאך זיין נאמען וואס באצייכנט אים אלס א טעכנישער אינדזשעניר".

"דאן וואס זוכט ער אין נוקלעארע לאבאראטאריע?"

"עפעס האט ער א פאפיר מיט א פאטענט וואס צייכנט אן ערפינדונגען וואס מיר נוצן.. איך ווייס נישט פונטקליך, אבער ער האט א דיקע אקצענט און ער מאכט פארשידענע האנט באוועגונגען, קיצור…."

"פאר דעם האט מען דיר געשטעלט אלס סעקרעטאר, פארשיק אים, זאג אים אז מיר נעמען היינט נישט אויף צופידעלטע פארשוינען".

"אויפזעהער, ער שרייט אויף מיר און איר שרייט אויף מיר, נו אפשר מאכט מען א שטיקל שעבודא דרבי נתן, דו שריי אויף אים און ער קען שרייען אויף דיר, און לאז מיר ארויס פון די גאנצע פרשה ווייל איך פארשטיי נישט דערצו".

"פיין.."

דער אויפזעהער לאזט זיך אראפ אויף די טרעפ צום הויפט אריינגאנג, און מורמעלט זיך אונטער וועגן נוצלאזע און אומ-פעאיגע סעקראטארן.

"א גוטן אייך, מיט וואס קען איך העלפן?"

"מיין נאמען איז ניקאלאס קריסטאופיילאס און אייער לאבאראטאריע צוזאמען מיט אייערע וויסנשאפטלער האבן מיר בא'גנב'ט, באראבעוועט, און אלעס אינדערמיט".

"אנטשולדיגט, מיר זענען א לעגיטימע נאציאנאלע לאבאראטאריע וואס די 'אטאמישע ענערגיע קאמיסיע' באשטייערט די געלט".

"אזוי גאר! גוט צו וויסן, איך וועל נעמען די אגענטור אין געריכט, אבער איך בין נאכנישט פארטיג מיט ענק".

קריסטאופיילאס האט מסביר געווען אז ער האט ערפינדן דעם סטראָנג פאוקאָסינג סיסטעם וואס זייער ווירקליכע עקסעלערעטאר נוצט. אין פאקט, זיין פאטענט אפליקאציע וואס ער האט אריינגעגעבן צו די אמעריקאנע אינסטאנצן האט דעם דאטום פון 1950, 2 יאר פאר די אמעריקאנע וויסנשאפטלער האבן עס צום צווייטן מאל אנטדעקט (געווענליך קען מען נאר אנטדעקן א זאך איינמאל…).

ער איז ווייטער געגאנגען און געטענה'ט אז ער האט האט געשיקט קאפיעס צו בערקלי, און ס'קלאר אז בערקלי האט עס איבערגעגעבן פאר זייערע פארבינדעטע דא אין ברוקהעווען וואו זיי האבן געבויעט א מאשין באזירט אויף זיין ערפינדונג, און נאך גענומען די קרעדיט פאר זיך!

דער אויפזעהער איז אפשר נישט געווען די גרעסטע וויסנשאפטלער אין ברוקהעווען, אבער ער האט פארט פארשטאנען די טערמינען און געכאפט אז דער רעדט פארשטענדליכע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע, און מעגליך יש דברים בגו.

ער האט אנגערופן די וויסנשאפטלער אין בערקלי, קאליפארניע און געבעטן אז מען זאל אריינקוקן דערין. אין בערקלי האבן זיך די חברה אראפגעלאזט צו די קעלערן און גענישטערט די ארכיוון פון 1950, און נישט מער און נישט ווייניגער, די בריוון מיט די קאפיעס פון זיין ערפינדונג זענען דארט, טאקע זינט 1950.

בושות נוראות..

***

סיי די חברה אין בערקלי און סיי די חברה אין ברוקהעווען האבן פארשטאנען אז מ'ברויך עפעס טאן. לויט זיי איז זיין ערפינדונג פארזעהן געווארן, און די 3 אמעריקאנע וויסנשאפטלער האבן זעלבסטשטענדיג אנטדעקט די זעלבע ערפינדוג, אבער נישט גע'גנב'ט פון קריסטאופיילאס'ס בריוון.

קריסטאופיילאס, פון זיין זייט, האט גע'טענה'ט אז זיי האבן גענוצט זיין בריוו, געמאכט א שווייג דערפון, און גענומען די אינטערנאציאנאלע קרעדיט פאר זיך. פארוואס האט ער געזאלט טראכטן אנדערש?!

די אמעריקאנער האבן פארשטאנען אז מ'מוז זיך מיט אים פארשטענדיגן, און בכלל איז עס א שאד נישט אויסצוניצן זיינע כשרונות, מ'ברויך נאר ביגלען די קנייטשן.

מען האט מכבד איינע פון די געערטע וויסנשאפטלער אין ברוקהעווען, דזשאן בלועט, וואס האט גוט פארשטאנען צו כבוד הבריאות, צו שמירן די רעדער.

דער בלועט האט גענומען קריסטאופיילאס אויף א שפאציר ארום די לאבאראטאריע, ער האט אים געוויזן די עקסעלערעטאר און די אלע אנדערע קנאקעדיגע מאשינען וואס ברוקהעווען האט פארמאגט, ער האט אים שיין באקאנט געמאכט מיט די היגע ארבעטער.

ווען עס געקומען הלכה למעשה האט מען געשלאסן אן אפמאך: קודם כל, האט מען אנערקענט קריסטאופיילאס אלס דער 'ערשטער' ערפינדער פונעם סטראנג פאוקאָסינג מעטאד און מ'האט גלייך אריין געשטעלט אן ארטיקל אינעם 'פיזיקעל רעוויאו' וואס דערקלערט אז ער האט עס שוין ערפינדן אין 1950.

דערנאך האט מען אים געגעבן א שטעלע מיט א שיינעם געהאלט אין די ברוקהעווען לאבאראטאריע וואו ער וועט ארבעטן דירעקט אויף דעם נייעם עקסעלערעטאר מיט די פיטשעווקעס.

אין אויסטויש, וועט קריסטאופיילאס אננעמען אז די 3 ברוקהעווען/בערקלי וויסנשאפטלער האבן נישט גע'גנב'ט פון אים, נאר זיי זענען זעלבסשטענדיג אויפגעקומען דערמיט נישט וויסנדיג פון זיינע בריוון אדער פאטענטן.

אין קורצן: קריסטאופיילאס איז דער ערשטער ערפינדער, קוראַנט, ליווינגסטאן, און סניידער זענען די צווייטע ערפינדער, אבער אן גניבה נאר פערצופאל אויפגעקומען מיט'ן זעלבן געדאנק. און צו שמירן קריסטאופיילאס'ס רעדער, באקומט ער א שטעלע און געהאלט אינעם אינערליכן וויסנשאפטליכע צירקל פון די ברוקהעווען עקסעלערעטאר לאבאראטאריע.

אבער קריסטאופיילאס האט זיך נישט דא אפגעשטעלט, ער האט פארשטאנען ווי אזוי די זאכן גייען צו אינעם קאפיטאליסטישע אמעריקע און ער האט אויפגענומען לעגאלע אדוואקאטן.

באוואפנט מיט די אדוואקאטן איז ער געגאנגען צו די רעגירונג'ס 'אטאמישע ענערגיע קאמיסיע' וועלכע האט געצאלט פאר די נייע מאגנאטישע סיסטעם אין ברוקהעווען, ווי אויבנדערמאנט.

איז דאך פשוט, די געזעץ איז אז אויב איינער האט אריינגעגעבן פאטענט א אפליקאציע צו די רעגירונג, דאן קען מען דאס נישט נוצן אן רשות. מ'דארף יענעם צאלן אויב יענער איז מסכים וכו'.

קריסטאופיילאס'ס אדוואקאטן האבן גע'טענה'ט אז די רעגירונג'ס 'אטאמישע ענערגיע קאמיטעט' איז אים שולדיג געלט פאר'ן ניצן זיין מעטאד.

די קאמיטעט האט זיך געאמפערט, און למעשה האט מען געשלאסן אן אפמאך און אים געגעבן $10,000 (היינטיגע געלט: $106,000), אבער אויב מ'קוקט טיפער איז דאס געווען קליין געלט. ווייל דורך ניצן זיין מעטאד האט זיך די רעגירונג געשפארט $70,000,000 (היינטיגע געלט: $742,000,000).

קריסטאופיילאס איז למעשה געווען צופרידן מיט אלע אפמאכן. ער האט באקומען א חשובע פאזיציע וואו ער קען דירעקט ארבעטן אויף א פארטיקל עקסעלערעטאר מיט זיין מעטאד, ווי אויך האט ער מיט די געלט וואס ער האט באקומען, זיך געקויפט א שיין הויז מיט שטח.

ער האט אנגערופן זיין ווייב אין גריכנלאנד און איר געזאגט קח בני און אלע חפצים, מיר ציען זיך אריבער צו מיין געבורטס לאנד.

***

דאס איז געווען די אנהייב פון א נייע שטערן אין די אמעריקאנער פעלד פון נוקלעארע און פארטיקל פיזיקס. עס האט געצויגן פארשידענע רעאקציעס אינערהאלב די רעגירונג, די וויסנשאפטליכע געמיינדע, ווי אויך אינערהאלב די אלגעמיינע באפעלקערונג.

קריסטאופיילאס איז געווען מער ווי גרייט ווייטער צו פארשן מיט אייפער, נאכדערצו וואס ער האט יעצט באקומען צוטריט צו פרישע שפילצייג, צו פרישע וויסנשאפליכע מאטריאל און פאפירן, און אויך פרישע קאלעגן אויסצושמועסן זיינע רעיונות, וואס ווי באקאנט זענען צוויי מוחות שטערקער ווי איינס.

ער איז אבער אויסגעשטאנען פארשידענע הינדערנישן. געוויסע פון זיינע פארשלאגן האט אנבאלאנגט צו פרישע אויפטרעפונגען וואס איז נאכנישט געווען באקאנט צווישן די אלגעמיינע וויסנשאפטליכע געמיינדע, אפילו די וואס האבן געארבעט אין בערקלי.

די רעגירונג האט געהאט עטליכע שטאפלען פון סעקיוריטי קלערענס אינערהאלב זייער אייגענע לאבאראטאריעס (ווארשיינליך איז עס נאכאלץ אזוי). טיילמאל זענען די שטאפלען געווען אינערהאלב א געוויסע לאבאראטאריע, דאס הייסט אז געוויסע וויסנשאפטלער האבן געהאט צוטריט צו געוויסע פראיעקטן וואס אנדערע אינעם זעלבן לאבאראטאריע האבן נישט פארמאגט.

און טיילמאל איז עס געווען גענצליך צוטיילט לויט די לאבאראטאריע. צום ביישפיל, בערקלי האט אין אלגעמיין געהאט א נידעריגערע סעקיוריטי קלערענס ווי ליווערמאָאר - אן אנדער לאבאראטאריע וואס האט אויך געפארשט פארטיקל און נוקלעארע פיזיקס.

כדי צו ארבעטן אין ליווערמאָאר, די זעלבע לאבאראטאריע וואס האט מיטגעארבעט מיט לאס אלאמאס ביים מאנהעטן פראיעקט, האט מען געדארפט פארמאגן א העכערע סעקיוריטי קלערענס און דאס איז רוב מאל געווען באזירט לויט די שאצונג פון די ווערד פונעם וויסנשאפטלער אין די אויגן פון די רעגירונג.

א וויסנשאפטלער וואס האט אסאך צוגעגעבן אינעם פעלד פון נוקלעארע און פארטיקל פיזיקס, האט מען אריבערגעשיקט קיין ליווערמאָאר צו קענען ארבעטן אויף מער געהיימע און העכערע פראיעקטן. דאס איז זעלבסטפארשטענדליך געווען אן עהרע וואס נישט יעדער האט באקומען און האט געצויגן גלוסט פון קאלעגן.

ווען קריסטאופיילאס האט זיך גענומען ארבעטן אין בערקלי איז ער כסדר אויפגעקומען מיט פרישע געדאנקען וואס האט צוזאמען מיט זיינע קאלעגן געשטופט די פארשריט אינעם פעלד פון נוקלעארע פיזיקס. פארט איז די אמעריקאנער רעגירונג נישט געווען גרייט אים צו פולע קלערענס פאר אלע פראיעקטן אין בערקלי.

יא, ער איז טאקע אן אמעריקאנער געבוירענער. יא, ער גיבט אסאך צו און קען זיין זייער ווערדפול, אבער ער האט פארט פארברענגט רוב פון זיין לעבן אין גריכנלאנד און ווער ווייסט וואס עס איז פארגעגאנגען מיט אים דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה (זיין ווערסיע האט מען געהאט, אבער חוץ א גריכישע קרוב וואס האט דאס באשטעטיגט איז נישט דא א דאקומענטירטע באשטעטיגונג).

און דא קומט אריין די צווייטע הינדערניש. געוויסע האט סתם נישט געשמעקט אז א גריכישער מיט א דיקע אקצענט אן פארמאלע שולונג האט זיך אנגערוקט דא אין אמעריקע, אין צוגאב איז ער א שטערן וואס ציעט עהרע פון אנדערע וויסנשאפטלער. וואס קען זיין אן ערגערע קלאפ פאר זייער עגא?

(ווי באקאנט, מאכן לאטיינישע בוכשטאבן נאכ'ן נאמען זייער קלוג. אין פאקט ווי לענגער די טיטל איז, אלס קלוגער ווערט מען. און דאס איז דאך געפרואווט געווארן דורכאויס היסטאריע פון אייזיק ניוטאן ביז טאמעס עדיסאן…)

אנדערע האבן זיך סתם נישט געוואלט אנזאגן מיט אים צוליב וואס ער איז נישט געווען א טייל פון זייער אינערליכע צירקל.

מען קען דאס זען אביסל פון אן ארטיקל אין טיים מאגאזין, מערץ 30 1959, מיט'ן שעפערישע נאמען "וויסנשאפט: ארויף פון די עלעוועטאר" וואו זיי באשרייבן אים אביסל.

די ערשטע פאראגראף הייבט זיך אן "ניקאלאס קריסטאופיילאס איז א שלאכעדיגע, עטוואס אומ-קאנטראלירבארע 'איינציגע וואלף' (אן ענגלישע אויסדרוק אויף איינער וואס ארבעט אליינס אן אנדערע) צווישן די מסודר'דיגע ראנגען פון מאדערנע פיזיקער. ער האט קיין דעגריי אין פיזיקס, ווייניג פארמאלע טרענירונג. אבער נאכאמאל און נאכאמאל האט ער געברענגט בייפאלן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג."

מ'זעהט ווי אזוי זיי קוקן אים אן מאדנע פערזענליך אבער זענען מחשיב וואס ער גיבט צו צום פעלד פון פיזיקס, אבער כ'גלייב נישט אז קריסטאופיילאס האט געגליכן די שילדערונג… אבער געוויסע פון זיינע חברים האבן געטענה'ט אז ער האט נישט צוגעלייגט אסאך קאפ צו די סארט טשעפן ווילאנג מ'האט אים געלאזט אנגיין אין זיינע שטודיעס און פארשונגען.

דערנאך באשרייבט די טיים זיין לעבן און זיינע אויפטואונגען וואס מיר האבן שוין באשריבן (נישט אלעס, געוויסע פראיעקטן און דעטאלן וועלן צוקומען אין צוקונפט).

דערנאך באשרייבן זיי ווײטער א פרישע שערורי' איבער נאך אן אויפטו וואס ער האט געשריבן אין 1957 בשעת'ן ארבעטן אויף א געהיימע פראיעקט אין א רעגירונג'ס לאבאראטאריע (יא, איר האט ריכטיג צוגעטראפן, עס איז די 'ארגוס פראיעקט'), אבער מ'האט נישט פאבליצירט די פאפיר נאר עס קלאסיפיצירט צוליב נאציאנאלע זיכערהייט.

און א שטיק צייט בעפאר האט אן אנדערע פראפעסאר מיט'ן נאמען 'פרעד זינגער' אינעם אוניווערסיטעט פון מערילענד געשריבן די זעלבע געדאנק אבער די רעגירונג האט דאס אויך קלאסיפיצירט אלס א סוד, אבער פארשטייצעך אז די אויסטערלישע ביוראקראטיע האט דאס נישט מיטגעטיילט מיט די וויסנשאפטלער וואס האבן געארבעט פאר די רעגירונג אויף די זעלבע טעכנאלאגיע.

די טיים פרעגט קריסטאופיילאס אינעם אינטערוויו דערוועגן, זאגט קריסטאופיילאס אז: "איך האב געוויסט אז פרעד זינגער ארבעט אויף דעם זעלבן טעכנאלאגיע, אבער וויבאלד ער האט נישט געהאט די זעלבע שטאפל סעקיוריטי קלערענס ווי מיר, האביך נישט געקענט שמועסן מיט אים דערוועגן".

קריסטאופיילאס אליינס ווייסט אויך נישט ווער עס האט פאקטיש ערשט אנטדעקט די געדאנק, אבער וויבאלד ער האט שוין דאן געארבעט אין א געהיימע לאבאראטאריע פירנדיג א מאנשאפט פון פופצן וויסנשאפטלער האט ער באקומען די מעגליכקייט עס אויסצופרובירן און זינגער נישט.

גיי ווייס וויפיל וויסנשאפטלער היינטצוטאגס ארבעטן אויף די זעלבע פראיעקטן, אבער האבן קיין אהנונג אז זיי טוען טאפעלטע ארבעט צוליב רעגירונג ביוראקראטיע.

(פרעד זינגער איז הערשט געשטארבן אין 2020, און ער איז געווען א קאנטראווערסיאלע פיגור. ער האט גע'טענה'ט אנטקעגן קלימאט טויש, ער האט גאר געהאלטן אז עס איז גוט פאר די מענטשהייט. זאל זיין ווי ווארעמער.

אויך האט ער געהאלטן אז רייכערן איז נישט שלעכט פאר'ן געזונט, ער האט גערופן די שטודיעס וואס ווייזן אן אז רייכערן פירט צו יענע מחלה "דזשאָנק סייענס", און ער האט געזאגט אז די וויסנשאפטלער האבן אויפגעבאקן די רעזולטאטן. פארשטייצעך אז מיר גייען נישט אריינגיין אין די סארט נושאים.)

די טיים שרייבט ווייטער אז די פאקט אז ער פארמאגט נאכאלץ נישט א דעגריי, האט א דיקע גריכישע אקצענט, ער שעצט גריכישע קולטור, און טענה'ט זיך מיט אייפער, דאס מאכט אים בלייבן א דרויסנדיגער צווישן די וויסנשאפטליכע געזעלשאפט.

זיי שרייבן אז זיי האבן געפרעגט איינע פון די וויסנשאפטלער מיט א הויכע פאזיציע אין אוניווערסיטעט פון קאליפארניע (וואס סיי ,בערקלי און סיי ליווערמאָאר זענען א חלק פון) וואס ער זאגט וועגן קריסטאופיילאס, האט ער קאלט געענטפערט: "מיינע פארבינדונגען זענען מיט מיטגלידער פון די וויסנשאפטליכע געזעלשאפט, און קריסטאופיילאס איז עכט נישט א מיטגליד".

זיי שרייבן ווייטער אז קריסטאופיילאס איז זייער שטאלץ מיט זיין אמט און שעצט עס. ווען ער וויל זיך אויסלופטערן פירט ער זיין 1957 פאנטיאק קאר אדער שפילט ער די פיאנא הילכיג.

א קאלעגע לייגט צו "אז ביי קריסטאופיילאס זענען אלע נאטן געשריבן אין 'פארטיסימא' (א מוזיקאלע טערמין פאר א שטיקל וואס מ'שפילט גאר הויך)...

***

שוין, מיר האבן שוין גוט ארויס די אטמאספערע ארום אים און ווי אזוי מ'האט אים אנגעקוקט, און ער איז געווען היפש אייגנארטיג. די מערסט פאסיגע שידוך פאר אזא פערזאן איז ארפא. אבער לאמיר צוריקגיין און זען ווי אזוי ער האט געקראכן די לייטער.

איינמאל ער איז אנגעקומען קיין ברוקהעווען לאבאראטאריע וואו ער האט זיך געקענט ארומשפילן מיט די נייע מאשינקע באזירט אויף זיין אויפטרעף, איז זיין מוח גלייך געלאפן ווייטער צו אנטדעקן און ערפינדן פרישע גרויסארטיגע געדאנקען, און ער האט דאס פארגעשלאגן צו זיינע אויבערהארן.

דאס מאל איז עס געווען א פרישע סארט מאשין וואס באהאנדלט אויך נוקלעארע פיזיקס און עס האט געהאט צוטאן מיט פיוזשאן (מיר גייען זיך נישט אריינלאזן אין די פרטים ווייל אויב גייען מיר שמועסן פון יעדע ערפינדונג וואס ער איז אויפגעקומען מיט, וואלט מען געקענט ארויסגעבן א בוך מיט דריי בענדער.. און מיר דארפן נאך צוריקקומען צום ארגוס פראיעקט וואס איז די עצם נידון דא).

קריסטאופיילאס האט נישט געוויסט אז צוויי באזונדערע אמעריקאנע גרופען פון וויסנשאפטלער ארבעטן שוין אויף צוויי סארט מאשינען וואס באהאנדלען די זעלבע באגריף. ער האט נישט געוויסט דערפון ווייל עס איז געווען סוד סודות.

ליווערמאָאר און לאס אלאמאס (יא, די זעלבע לאבאראטאריע וואס האט געמאכט די אטעם באמבע) האבן געארבעט אויף די אויבנדערמאנטע מאשינען, אבער ביידע זענען געווען פעלערהאפטיג און די וויסנשאפטלער האבן דאס אנערקענט.

קריסטאופיילאס האט ביי א וויסנשאפטליכע אסיפה פארגעלייגט א דיאגראם פון זיין מאשין וואס האט פונקט פארראכטן די פראבלעמען פון די אנדערע צוויי מאשינען. די פארזאמעלטע וויסנשאפטלער זענען געווען פארגאפט. די וואס האבן אויך נישט געוויסט פון דעם נייע קאנצעפט האבן געזען פאר זיך א דורכברוך אין די וועלט פון פלאזמע/פיוזשאן, די וואס האבן יא געוויסט פון די עקסזיסטירנדע מאשינען, זענען ערשטוינט געווארן אז זיין מאשין פארמאגט נישט די פעלערן פון די אנדערע צוויי.

די גרויסע שישקעס אין די וויסנשאפטליכע צירקלן און אויך די AEC (אטאמישע ענערגיע קאמיטעט) וואס קאנטראלירט דעם פעלד מצד די רעגירונג, זענען געווען איינשטימיג אז מ'ברויך אים אריינעמען און לאזן בויען זיין מאשין. אבער דא איז ווייטער אנגעקומען ביוראקראטיע און זיך געשטעלט אין וועג.

נעמליך, אז ער באזיצט נישט די סעקיוריטי קלערענס צו וויסן פון די סארט פראיעקטן אדער צו ארבעטן אין די העכסט געהיימע לאבאראטאריעס ווי ליווערמאָאר.

איי מ'קען אים גיבן די סעקיוריטי קלערענס. זייער א גוטע שאלה און די תירוץ איז נאך בעסער. דאס איז געווען אין 1953, קורץ נאך וואס ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע, מ'האט אים שוין געגעבן צוטריט צו געהיימע אינפארמאציע אין ברוקהעווען. שוין זאל מען אים געבן א העכערע שטאפל קלערענס?!

די אפענע דיסקרימינאציע האט לכאורה געשפילט א ראלע דערין.

אן אינטערעסאנטע קרישקעלע האט זיך אבער אפגעשפילט. הארט בעפאר קריסטאופיילאס האט געגעבן זיין רעדע צו די פארזאמעלטע וויסנשאפטלער וואס נעמט אריין פירקלען מאטעמאטישע חשבונות און דיאגראמען אויפ'ן שווארצן טאוול (המכונה: בלעקבאורד), איז פארגעקומען אינעם זעלבן צימער א זיצונג פון די העכערע שישקעס און די קאמיטעט וואו זיי האבן דורכגעשמועסט די עקזיסטירנדע טעכנאלאגיע און וואס קריסטאופיילאס קען צוגעבן.

קריסטאופיילאס איז שטארק פארטיפט אין זיין רעדע אין ער פירקלט מיט חשק אויפ'ן טאוול עד בלי די, און ער האט מער קיין פלאץ, נעמט ער זיך מעקן. קומט צו איינער פון די שטאב און ווייזט אים אן אז מ'ברויך ח"ו נישט מעקן, מ'דרוקט א קנעפל און די אנגעפירקלטע טאוול פארט ארויף און א פרישע ריינע שווארצע טאוול ווערט אנטדעקט.

פיין, קריסטאופיילאס דרוקט דעם קנעפל, אבער אנשטאט אנטדעקן א ליידיגע טאוול, באווייזט זיך אין פארנט פון קריסטאופיילאס און די פארזאמעלטע א שווארצע טאוול פול מיט העכסט געהיימע פירקלעריי וואס די פאריגע חברה האבן געפירקלט דורכאויס זייער זיצונג…

די זיכערהייט מאנשאפט קומט צו לויפן און נעמען זיך מעקן, אבער די שאדן איז שוין געמאכט געווארן. סיי קריסטאופיילאס און סיי די פארזאמעלטע האבן גלייך געכאפט אז די וויסנשאפטלער מיט די העכערע סעקיוריטי קלערענס ארבעטן שוין אויף ענליכע געהיימע פראיעקטן.

טא, וואס זאל מען יעצט זאגן פאר קריסטאופיילאס? אז בעצם ארבעט מען שוין דערויף און זיין אויפטרעף קען לייזן אלע פראבלעמען פון די עקזיסטירנדע מאשינען, און אפילו אז ער האט שוין צו געזעהן די אינפארמאציע קען ער נאכאלץ נישט ארבעטן דערויף וויבאלד ער פארמאגט נישט די סעקיוריטי קלערענס צו ארבעטן אין די מער געהיימע לאבאראטאריעס?! דאס איז שוין שטערבליכע ביוראקראטיע בפרהסיא.

(שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די זויבער גרופע האט פשוט פארגעסן צו רוימען די שווארצע טאוול צווישן איין סעסיע און די צווייטע.)

אין 1954 האט מען געשלאסן אן אפמאך מיט קריסטאופיילאס. אויף דערווייל וועט ער ניצן א צימער אין ברוקהעווען צו ארבעטן אויף זיין פרישע אויפטרעף אויף קליינע פארנעם, ביז ער באקומט די סעקיוריטי קלערענס.

באקומען די סעקיוריטי קלערענס האט ער אין 1956, און ער איז דאן אריבערגעגאנגען ארבעטן אין די הויך געשעצטע ליווערמאָאר לאבאראטאריע וואו ער האט באקומען מער געלט, אונטערטאנען, און אינפארמאציע צוטריט צו ארבעטן אויף זיינע ערפינדונגען.

אין ליווערמאָאר האט ער פארברייטערט זיינע עקספערימענטן. דארט האט מען נישט געשפארט געלט און דארט האט די ביוראקראטיע נישט געוועלטיגט אזוי פיל.

און דארט איז ער אויפגעקומען מיט זיין געדאנק וואס איז שפעטער געווארן פראיעקט ארגוס.
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

שפראכלאז!!!!
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

היכי תמצא האט געשריבן:
זייער זייער אינטרעסאנט!
א גרויסן ייש"כ!
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

Wow wow א גרויסן ריזיגן שכח הרב @הכי האסט מיר מחי געווען....
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19060
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עעעעענדליך

א מייסטער ארבעט!!!!!
lazy
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
זייער זייער אינטרעסאנט!
א גרויסן ייש"כ!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12732
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אן קיין ווערטער. הערליך קלאר און שיין.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

גאר אינטערעסאנט, הערליך שיין, רייך און דראמאטיש!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
א גרויסן שכח
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 08, 2022 7:04 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גרויסן שכח »

א גרויסן שכח! זעהער אינטערעסאנט!
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

הערליך
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

דיין שפראך, דיין פעדער און די תוכן איז מורא׳דיג!

געבענטשט זאל זיין דאס ווינטעל וואס האט דיך דא אריינגעבלאזן
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער אינטרעסאנט!

יישר כח!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16937
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

Wow wow wow
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע:אין טאש

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

זייער זייער שיין.
א גרויסן יישר כח
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18058
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געוואלדיג!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

סעלפאן האט געשריבן:
זייער זייער שיין.
א גרויסן יישר כח
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

נישטא קיין ווערטער!
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

יא דא ווערטער… נישט גענוג צייט אפצוטייפן.. א גרויסען דאנק אייך @היכי כ׳האב אפגעלערנט די לעצטע פאר ארטיקלען אויפן פליגער, א נחת געווען! מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן המשך!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יש הנאה האט געשריבן:
נארוואס געענדיגט ליינען דעם לעצטן ארטיקל, איך זוך וויכטיג א פארטיקל עקסעלערעטאר מאשין וואס מען קען אריינלייגן אן ארטיקל און לפי די רעיטינג זאל עס אויסשפייען א ש'כח, כ'האב פשוט נישט קיין ווערטער! אזוי רייך און ציענדיג! אזש כ'בין באמת געווען בייז אויף די ווערטער ''עד כאן אומרים''...

אריין אין ''ארטיקלן וואס איר וואלט אראפגעלייגט א הונדערטער צו ליינען'' אשכול...

איין זאך נאר;
די גרעסטע געפינט זיך אין שווייץ, אונטערערדיש. עס איז 16 מייל ברייט, און דארט פליען די פארטיקלען די נאנטסטע וואס איז מעגליך צו די שנעלקייט פון ליכט. אויף אזוי ווייט אז עס האט די מעגליכקייט אראפצוברעכן די ליכט כוואליעס צו די 'פאָטאַנס' וואס מאכט ליכט שיינען.
וואס מיינט צוברעכן די ליכט כוואליעס? שנעלער פון ליכט כוואליעס?
איך האב נישט פארגעסן פון דיין פראגע, און זיכער נישט איגנארירט. דו האסט פשוט געפרעגט א גוטע שאלה צו וואס איך האב נישט א קלארע תירוץ.. איך וועל דארפן נאכקוקן אביסל, און איינמאל איך האב עס ארויס וועליך אי"ה ענטפערן.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10967
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

(יעצט געענדיגט דאס לעהזן אין די שרייבער אויסגאבע..)
הערליש הערליך...
גאר רייך און שיין אראפגעלייגט....
ווארטן מיר אויפן המשך..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

הערליך, קלאר און געשמאק אראפגעלייגט!


This signature was intentionally left blank
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”