ציטירט פון גוגל: No president has sought reelection with a running mate different than their incumbent vice president since Gerald Ford did so unsuccessfully in 1976. זי גייט דארפן בלייבן דארט צי די חברה ווילן יא צי נישט. אויב ביידען לויפט מיט א צווייטער גייט עס זיין א גרויסע פראבלעם פאר די דעמאקראטן.
א פרישע בוך שטעקט אריין א נאז אין די ביידען העריס שלום בית און מאלט אראפ א היבש נעגאטיווע בילד פון צוויי וואס האבן זיך נאכנישט צושיידט בלויז ווייל די רב מוטשעט זיי עס צו גיבן נאך א שאנס
לויטן שרייבער האבן די צוויי נישט די מידנדעסטע עכטע רעספעקט איינע פארן צווייטן און די ביידען לאגער באטראכט העריס ווי אן איזאלירטע וועלכע לעבן פאר זיך און איבער זיך און ביידען'ס באשלוס צו לויפן פאר נאך א טערמין איז אין טייל צו פארדאנקן דאס אז ער האלט נישט אז זי איז געאייגנט פאר די דזשאב און גלויבט אז זי קען נישט ארבעטן געהעריג מיט אנדערע
לויטן בוך האט ביידען געוואלט נעמען מישיגען גאווערנאר וויטמער פאר זיין מיטלויפער אין 2020 למספרם אבער פרעזידענט אבאמא האט געלייגט גרויס דרוק אז מען מוז נעמען העריס צו פאראייניגן די פארטיי
ער פארציילט אויך אז ווען פרעזידענט ביידען האט אדרעסירט דאס פאלק נאך די ריקצוג פון אפגאנסיטאן האט געהייסן אז די וויצע פרעזידענט וועט שטיין צו זיין זייט אין די צייט פון א קריזיס אבער זי האט זיך אויסבאהאלטן נישט וועלנדיג ערשיינען ווען אחשורוש האט איר גערופן וועלנדיג בלייבן ריין פון די נעגאטיווע דעקונג איבער די אישו