היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני
ביטע נישט אנפירקלן דעם אשכול
נאר שרייבן דעטאלן פון די פלענער, און איידיעס שאדט אויך נישט
שכח
- אטעטשמענטס
-
- 2885.jpeg (523.99 KiB) געזען 9698 מאל
אחראי: יאנאש
נועם המידות האט געשריבן: א פאר יאר צירוק האט די קהלה געמאלדן אז מען גייט ארויף בויען א שטאק פאר א היכל התורה און ס'שוין דא א נדבן, רעדט מען יעצט פון די זעלבע פלאן?
מנשה מאיר האט געשריבן: ב"ה גיטע נייעס איך זע סקימט דריי שטאק גאלעריעס
יצחק אייזיק האט געשריבן: מארק מיי ווארדס, דאס גייט זיין פון די גרעסטע טעותים בתולדות בתי מדרשים...
בלייב געזונט האט געשריבן: מיין מיינונג צוויי זאכן וואס די ביהמ''ד דארף פארעכטן
1. הויכע דאך פאר שמחות און מאורעות ווי עס איז דא פארענטשעס, מען זאל קענען נוצן די גאנצע שטח הביהמ''ד
2. נאך פלאץ אין שטח פאר ימים טובים און ימים נוראים.
דאס וועט מוזן זיין גוט מיט גאלעריעס, איך גלייב נישט אז מען קען אזוי גרינג באקומען די שכנותדיגע בנינים
פוילער האט געשריבן: א טעות און מיין מיינונג, לוינט זיך שוין אראפ ווארפן די בנין און בויען א נייע, דעס צובויען ארבעט זיך געווענדליך נישט אויס ע״ע וויען.
יצחק אייזיק האט געשריבן: ראדני'ס אויסשטעל האט גרויסע פראבלעמען, וואס ארויפבויען וועט נישט העלפן, חוץ צוקויפן שטחים אויף די זייטן.
מ'האט שוין אמאל געוואלט ארויפבויען א שטאק, אבער ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נשים וועלן נישט קענען געהעריג מיטהאלטן ווייל ס'איז צו הויעך, והעיקר איז צו נאנט צווישן דרום און צפון אז זיי זאלן קענען אראפקוקן פון 35 פיס ארויף.
מנשה מאיר האט געשריבן: ב"ה גיטע נייעס איך זע סקימט דריי שטאק גאלעריעס
בפרט אויב מ'פלאנט צו מאכן צוויי/דריי שטאק גאלאריעס, וואס מאכט ממש נישט קיין סענס מיט אזא שמאלע ביהמ"ד. אנדערע אזעלכע סייז בתי מדרשים למשל באבוב ב"פ האבן טאקע נאר צוויי זייטן גאלאריעס, נישט דרום/צפון/מעריב.
די איינציגסטע לעזונג איז אז מ'זאל אפקויפן נאך שטחים און פארברייטערן דאס ביהמ"ד און מאכן נארמאלע גאלאריעס. אדער זאל מען אראפנעמען די יעצטיגע גאלאריע און בויען א נייע אביסל העכער.
מארק מיי ווארדס, דאס גייט זיין פון די גרעסטע טעותים בתולדות בתי מדרשים...
בלייב געזונט האט געשריבן: באקומען אין די פאסט די מעמבערשיפ בראשור פון קהל יטב לב דסאטמאר מהריי, מיט א היסטארישע מעלדונג אז מען גייט אי''ה ארויפבויען א שטאק אויפן ביהמ''ד הגדול מיט נאך גאלאריען וכדו'
HelpMe האט געשריבן:
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:HelpMe האט געשריבן:
לויט די סקיצע קוקט אויס ווי די פאליש גייט ווערן א שיינע גרויסע היכל התורה
חסד השם האט געשריבן:לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:HelpMe האט געשריבן:
לויט די סקיצע קוקט אויס ווי די פאליש גייט ווערן א שיינע גרויסע היכל התורה
דאס איז אן אלטע פלאן נישט פון יעצט, די פלאן לויטעט די חדרי כהנא העכערן פאליש צו ווערן א היכל התורה, העמיר זעהן יעצט מיט די נייע פלענער וואס סוועט ווערן מיט א היכל התורה
קרייסלער האט געשריבן: לדעתי זאל מען אראפנעמען ביידע גאלעריען, העכער מאכן עטוואס די פאליש דאך, ארויפרוקן דריי שטאק גאלעריען אויפן גאנץ ברייט פונעם בנין
יצחק אייזיק האט געשריבן:קרייסלער האט געשריבן: לדעתי זאל מען אראפנעמען ביידע גאלעריען, העכער מאכן עטוואס די פאליש דאך, ארויפרוקן דריי שטאק גאלעריען אויפן גאנץ ברייט פונעם בנין
דריי שטאק גאלאריען אויף אזא שמאלע שטח וועט אויסזען ווי א הויכע סעווען לעיאר קעיק ברייט ווי א פינגער... ס'איז צו שמאל דערפאר און מ'גייט נישט קענען מיטהאלטן פון אונטן גארנישט, מ'גייט נאר קענען זען די גאלאריען קעגן איבער.
די בעסטע וואלט געווען אויסצודרייען מזרח צו ליע עוועניו (אזוי ווי נייטרא און נאך), אזוי האסטו גאלאריען אויף די יעצטיגע מזרח, מעריב און דרום און גענוג א גרויסע היכלַ פאר פארענטשעס.