יוד אלף האט געשריבן:
די שליסל צו שטימע, און האבן פולי קאנטראל אויף וויאזוי עס ארויסצוברענגן ליגט אין האלטן די שטימע אין די ריכטיגע פלאץ דאס העלפט אויף דיינעמיקס, עס העלפט אויף האלטן די טאן,
העכערע טענער האלטן רוב מענטשן נישט אין די ריכטיגע פלאץ, במילא האבן זיי נישט קאנטראל נישט אויפן טאן, און נישט אויף אנדערע זאכן,
די עצה, עקסערסייז צו האלטן העכערע טענער אין פלאץ מיט אלע וואוועלס און אלע סיליבעלס
ברויך מען זיך אויסלערנען די עקסערסייזעס.
אפשר אלץ וואקאליסט, קען מען עפענען אן אשכול.
איך האב היבש א הויכע רענדזש. איך גיי אלעמאל די היי אקטיוו.. אין די מיטן פונעם רענדזש בין איך רעלאטיוו גוט. מיט רעלאטיוו אן אפענע שטימע. אבער ווען ס'קומט צו אויבן איז צרות... ס'ווערט דין ווי א נאדל.
ווען מ'איז מיעד למשל, איז שווער צו האלטן א קאנסיסטענט דיינעמיק, פארן אויך די טענער ווי עס ברויך צו זיין. א קבלת שבת ווען מ'איז אויסגעמוטשעט... זאל נישט אויסגערעדט זיין... קען זיין אז דעמאלטס קומט נישט די שטימע פון די ריכטיגע ארט (?)
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
שלומי, נארוואס געליינט דיין לעצטן פאוסט. גאר קלאר, ש'טא וואס צוצולייגן. דיין שפראך איז אויך צוקער זיס.

די מיעדקייט וואס דו האסט ברענגט אז דיינע וואוקעל קארדס אדער דיינע ארימיגע מוסקעלס זאלן אויך זיין מיעד פון ארבעטן געהעריג. זיכסטו אבער א וועג יא צו דאווענען שיין, לייגסטו מער כוח אויפן קארד, וואס דאס ברענגט אז ס’זאל זיך אנשטרענגען, און אז ס’שטרענגט זיך אן ווערט ער הארט, און אז די וואוקעל קארדס ווערן הארט, ווייברעט ער שוין נישט. ווערט מען הייזעריג..
די עצה ווען מ’איז הייזעריג איז נישט דווקה זיין שטיל, ריכטיגע עקסערסייזעס קען זיין די העלפ, מיט אסאך אסאך שלאף
א גוטע וואך. איידער איך בין ממשיך מיט די פרישע ארטיקלען וואלט איך געוואלט געבן אגעלעגנהייטפאר די חשוב'ע ליינעראריינצוגעבן ריקוועסטס.
אויב ס'איז דא עמיצער וואס וואלט געוואלט מ'זאל אויסשמועסן א ספעסיפישע נושא דא אין דעם אשכול, קען עס דא פאוסטן אדער שיקן אין אישי.
פארשטייצעך עס זאל זיין א נושא וואס לויפט אין די דירעקציע פון דעם אשכול. נישט סתם סיי וועלכע סובדזשעקט פון מוזיק וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט די נושאים פון וואס מ'האט גערעדט ביז אהער.
הצלחה.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק; אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
האמיר ביזט יעצט ארומגערעדט בכלליות איבער די נושא פון מוזיק און אירע באשטאנדטיילן, צווישן די שורות איז ארויסגעברענגט געווארן די מציאות אז מוזיק קומט פון אינעווייניג און די אינסטרומענטן זענען בלויז די שליחים עס ארויסצוברענגען לאור העולם.
וואלט אפשר צייט געווען צו אויסברייטערן אביסל די נושא פון די דאזיגע שליחים,די מוזיקאלישע אינסטרומענטן. לאמיר זיך באציען בעיקר צו די אינסטרומענטן וואס ווערן מערסטנס באנוצט ביי היימישע מוזיק. פארשטייצעך ווען עס קומט צו מאכן דעם אויסוואהל מיט וואס אנצוהייבן וועטעך יעדער זאגן אז די מערסט באנוצטע מוזיקאלישע אינסטרומענט איז 'דער פיאנויאין אנדערע ווערטער 'די קיבאורד'. רוב מענטשן הייבן אן מיט דעם (און רוב מענטשן ענדיגן מיט דעם אויכעט..) דער פיאנוי איז בלי שום ספק די הויפט אינסטרומענט מיט וואס רוב מוזיק היינט צוטאג ווערט פאבריצירט. הגם מיר זעהן נישט ס'זאל דערמאנט ווערן אין תנ"ך אדער אין גמרא אזויווי כינור, נבל, חליל וכדומה איזעס אבער למעשה היינט צוטאג די טאטע אינסטרומענט.
אמר"ש פון יאראן גערשאווסקי מיטן פיאנא איז לכאורה אינטערעסאנט אנצומערקן אז, ווען ער נעמט אן אזא מין דזשאב פארלאנגט ער מ'זאל אים אנגרייטן א ספעציפישע מאדעל עלעקטרישע פיאנא.
ווען א איין מאן באנד זאגט אז ער דארף זיין אייגענעם קיבארד, קעמען גרינג פארשטיין אז ער דארף זיינע פראגראמען כדי צו קענען טוהן זיין ארבעט.
אבער איינער וואס גייט סך הכל שפילן פיאנא (ניטאמאל בעיס), צו וואס ברויך ער דוקא א ספעציפישע מאדעל?
נאר ווי ר' שלומי האט דא אריינגעווארפן א נקודה וואס איז זייער נוגע די אשכול דא, ווערט עס פארענטפערט.
שלומי שפילמאן האט געשריבן:
און ווען דער פיאנוי שפילער ווייסט וויאזוי צו קאנטראלירן די דיינעמיקס דערפון איז דאס פון די שענסטע סאונדס וואס איז נאר פארהאן.
דער פיאנא מייסטער ברויך האבן אן אינסטרומענט מיט וואס ער קען די בעסטע רעדן די שפראך.
מיטן פיאנא איז זייער וויכטיג די וואג פון די קנעפלעך. דאס הייסט אז ער פארשטייט זיך גוט מיט די וואג פון די קנעפלעך אויף די ספעציפישע קיבארד וואס לויט ווי שטארק/שנעל ער דרוקט זיי פארציילט ער נאך א dimension פון די שפראך.
הארמאניע האט געשריבן:

זייער שטארק געזאגט

זייער א ריכטיגע נקודה אבער כ'מיין אז מער פון דעם איז די חילוק אין סאונד צווישן איין פיאנא און דעם צווייטן. מער אפן אדער פארמאכט און נאך דקותדיגע חילוקים וואס מאכט גאר אסאך אויס.
ווי למשל די nord פיאנא וואס איז באקאנט פאר די הערליכע סאונד וואס ס'נישטא זיינס גלייכן.
איך וואלט זייער געוואלט טוישן מיין ניק צו שמחה כהן... #יודיש
הארמאניע האט געשריבן:
מיטן פיאנא איז זייער וויכטיג די וואג פון די קנעפלעך. דאס הייסט אז ער פארשטייט זיך גוט מיט די וואג פון די קנעפלעך אויף די ספעציפישע קיבארד וואס לויט ווי שטארק/שנעל ער דרוקט זיי פארציילט ער נאך א dimension פון די שפראך.
און שוין! האט געשריבן:
אויב איך מעג פרעגן, וואס איז די גדלות פון בעטהאווען? אסאך פון זיינע ניגונים הערט זיך ווי קינדעריש.. חוץ טאמער איך פארשטיי פשוט נישט....
כבוד הרב 'און שוין'.
געווענטליך ווען איך פארמאג אן עהנליכן פראבלעם ווי דו האסט יעצט, פרוביר איך צו טרעפן א 'גייד' וואס ס'זאל מיר געבן אן אפעציעלן אינטרודאקשען צו די נושא וואס איך זיך צו לערנען.
צום יעצטיגן נושא - אויב דו זוכסט געוואויר צו ווערן אביסל מער איבער בעיטהאווען דארפסטו זוכן א מקור וואס וועט דיר געבן אביסל אינסייד אינפארמאציע איבער דעם ארטיסט, און עס וועט דיר צוביסלעך אריינפירן צו זיינע קאמפאזיציעס אנגעהויבן פון די מער גרינעגרע און צוביסלעך צו די מער קאמפליצירטע.
לאמיר דיר אפיהרברענגען דא א שטיקל וואס איז פון מיינע פעיוואריט בעיטהאווען קאמפאזיציעס געשריבן פאר פיאנוי. עס איז נישט קיין גרינג שטיקל צו קענען אראפשפילן, עס פארמאגט שווערע ארבעט פאר ביידע הענט וואס מ'דארף קענען שפילן אויף איינמאל און אין די זעלבע צייט אויך פאלגן די דיינעמיק מארקס (העכער שטילער וכו'). דער שטיקל איז א חלק פון א 'מאוומענט' וואס ער האט גערופן די 'מונלייט סאנאטא'. עס פארמאגט הערליכע, דראמאטישע, און פרייליכע חלקים אין זיך.
איך לינק דיר דא אהער צוויי ווידעאוס פון דעם ניגון. איין ווידעאו וויאזוי א גרויסער קלעסיקל פיאניסט שפילט עס אפ. און די צווייטע ווידעאו וואס ווייזט די מוזיקאלישע נאטן צוזאמען מיט די אודיאו, אזוי אז דו זאלסט קענען באקומען א שטיקעלע איידיע וואס עס קומט אלץ פאר אין דעם קאמפאזיציע. אסאך מאל ווען מען קוקט אויף די נאטן בשעת'ן הערן די ניגון העלפט עס פארשטיין דעם סטרוקטור פונעם ניגון אפילו אויב דו קענסט נישט ליינען קיין נאטן.