פעטיציע: א נייער "שר החסד"
נאכן טראכן און ישוב'ן שוקל זיין און מכריע זיין, בין איך געקומען צו די מסקנה, - איך קען נאר זאגן מיין מיינונג, לאמיר זען צו דער עולם איז מסכים...
איך האלט אז די מערסטע פאסיגער קאנדידאט וואס מען זאל אויפנעמען פאר דעם פאזיציע, איז איינער פון די חשובע אנשי שלומינו, וואס יעדער האט אזויפיל הנאה פון אים, דאס איז נישט קיין צווייטער ווי.....
דו!!!!!
יא דו!
דו גייסט זיין אונזער קומענדיגער שר החסד!!
אבער נישט מיט אלעס. ניין.
דו דארפסט נישט קענען פראגרעמינג, ברויכסט נישט האבן קיין עמעזאן לינק, און דו מוזט נישט אוועקגעבן פיר-און-צוואנציג שעה א טאג.
מען רעדט פון בלויז צוויי מינוט...
יא! פון צוויי מינוט קענסטו ווערן א "שר החסד".
צוויי מינוט פאר א יודיש קינד... א איד פרעגט עפעס, ער איז אין א פראבלעם, צי ער וויל סתם אזוי עפעס וויסן. דו ווייסט דעם ענטפער אדער ווייסט וואו עס אפירצוזוכן, גיב אוועק צ-ו-ו-י-י מ-י-נ-ו-ט פאר א יודיש קינד. און אז עס וועט נעמען פינעף מינוט וועט אויך גארנישט געשען.
און מיטן כח היחיד וואס וועט זיך צאמשטעלן א ריזיגער כח הרבים, מעל מכל השרים.
---
"מען קען יעדן ריפלעיסן, די שאלה איז נאר וויפיל מענטשן מען דארף דערפאר".
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.