א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

א קורצע אבער גאר שטונדענדע נייעסל האט זיך אפגעשפילט די וואך, איך טראכט סאיז ווערט אפשר א אשכול פאר זיך. (אויב איז שוין דא אזא אשכול לאטס וויסן)

אין מעמאריעל שפיטאל אין מאנהעטן איז פארגעגומען א טרייעל אויף זייער א קליינע פארנעם, 12 מענטשן האבן זיך באטייליגט אינעם עקספערימענט, די טרייעל איז אויף א געוויסע מין קענסער, rectal cancer, און וואונדער איבער וואונדער, 100% פון די באטייליגטע זענען יעצט אויסגערייניגט אינגאנצן! ווי די דאקטורים לייגן אראפ איז עס די ערשטע מאל אין היסטאריע.

די עקספערימענט איז זייער קליין אבער די רעזאלט איז היסטאריש, און די נעקסטע שריט איז צו נוצן די זעלבע טריעטמענט אויף אנדערע סערט קענסערס.

ווער סקען צולייגן מער פרטים איז מכובד.
On the right side of history
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9561
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

די נומבער הונדערט פראצענט סאונד זייער פאנטאסטיש
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

תרמב האט געשריבן:
די נומבער הונדערט פראצענט סאונד זייער פאנטאסטיש
מיינט ס”ה אלע צוועלעף מענטשן.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

לאמיר האפן בס''ד
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

יא אבער ער איז גערעכט טאקע א קליינע טרייעל אבער ב''ה אז מ' קען זאגן א גוטע נייע אין די שוידערליכע וועלט פון די ביטערע מעשה די שאלה איז נאר צו דאס איז נאר ביי די ספעציפישע סארט פאל אדער קען עס העלפן אויך ביי אנדערע
דא האט איר א לינק צו די סייט פון מעמאריעל ווי זיי זענען שטאלץ מיט די רעזולטאטן https://www.mskcc.org/news/rectal-cance ... unotherapy
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

סאיז טאקע אנבעליוועבל און כהאב געקלערט צו עפענען אן אשכול איבערדעם

אין קורצן איז עס א פאנדעמענטאלע מעדעצינישע דורכברוך, א טאטאל נייע ציגאנג צו היילן יענע מחלה הגם וואס טעארעטיש רעדט מען שוין דערפון פאר א שיינע פאר יאר

קודם כל וואס איז יענע מחלה? בעיסיקלי יענע מחלה באשטייט פון לעבעדיגע סעלס וועלכע וואקסן און פארמערן זיך במקום די געהעריגע סעלס אבער איז טעכניש בכלל נישט די גוף'ס נארמאלע סעלס

יעצט וואס איז די דורכברוך? בעצם דארף ווען די אימיון סיסטעם פייטן יעדע פרעמדע אינוואדירער און די סיבה פארוואס די גוף פארטוישט יענע מחלה אלץ אייגענע סעלס איז צוליב דעם וואס די יענע מחלה געוויקס האט אין זיך עפעס א מעקאניזם וועלכע שיקט מעסידזשעס צו די גוף'ס אימיון סיסטעם אז ער איז כאילו אן אייגענעם.. יעצט אבער אויב קען מען אידענטיפיצירן די מחלה, דהיינו אוועקנעמען די מעכאניזם פון די מחלה וועלכע מאכט מיינען די אימיון סיסטעם אז די מחלה איז אייגענע סעלס דאן וועט די אימיון סיסטעם פשוט פון זיך אליינס פייטן די יענע מחלה

סהערט זיך פאנטאסטיש אבער סאיז זייער מעגליך אז אין די נישט ווייטע ציקונפט וועט מען נישט דארפן אייננעמען מער ווי א פשוטע פיל און וועט אויסהיילן די מחלה לייכטערהייט, דער אויבערשטער זאל העלפן סזאל זיין ווי פריער
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מיטוואך יוני 08, 2022 9:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

זיי שרייבן אז די טריעטמענט העלפט פאר נאך 18 פון יענע מחלות. זאל דער אייבישטער טאקע העלפן.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6763
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

טראוועי האט געשריבן:
זיי שרייבן אז די טריעטמענט העלפט פאר נאך 18 פון יענע מחלות. זאל דער אייבישטער טאקע העלפן.
זיי זאגן אז דע חברה וואס זענען געווען אינעם טרייעל זענען 100% אויסגעהיילט אן קיין זיז כל שהוא פון יענע מעשה
גאר גוטע נייעס ב"ה
אייער עד קען געזען ווערן דורך "טויזנטער מענטשן" פאר מער קומט אין אישי
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5425
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

מסתמא האט געשריבן:
סאיז טאקע אנבעליוועבל און כהאב געקלערט צו עפענען אן אשכול איבערדעם

אין קורצן איז עס א פאנדעמענטאלע מעדעצינישע דורכברוך, א טאטאל נייע ציגאנג צו היילן יענע מחלה הגם וואס טעארעטיש רעדט מען שוין דערפון פאר א שיינע פאר יאר

קודם כל וואס איז יענע מחלה?
סעלס /
געוויקס
אביסל מער הסבר

איז עס אייביג א געוויקס ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36762
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כי הוא לבדו בורא רפואות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

Borrower האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
סאיז טאקע אנבעליוועבל און כהאב געקלערט צו עפענען אן אשכול איבערדעם

אין קורצן איז עס א פאנדעמענטאלע מעדעצינישע דורכברוך, א טאטאל נייע ציגאנג צו היילן יענע מחלה הגם וואס טעארעטיש רעדט מען שוין דערפון פאר א שיינע פאר יאר

קודם כל וואס איז יענע מחלה?
סעלס /
געוויקס
אביסל מער הסבר

איז עס אייביג א געוויקס ?
כבין נישט קיין גרויסע מבין אבער דוכט זיך מיר אז ביי דעפינישאן איז יענע מחלה קראנקע סעלס, געווענטליך וועט קראנקע סעלס וואקסן און וואקסן און אויכעט רעפלעיסן די געזונטע סעלס אן קיין אפהאלט

אין אנדערע ווערטער די קאנצעפט געוויקס (פון טויטע טישו) איז לאו דוקא א סכנה, א לעבעדיגע געוויקס דהיינו לעבעדיגע סעלס (נישט געזונטע/נארמאלע) איז א סכנה

אזוי פארשטיי איך עס
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

א ריזן פראצענט יענע מעשה קרענק זענען קאלארעקטעל, דאס הייסט די אונטערשטע קישקע איז די קאלאן, און גאנץ אונטן פון די קאלאן איז די רעקטאם (בית הרעי וואס ענדיגט זיך פארן פי הטבעת), סא טעכניש איז די רעקטאם א חלק פונעם געווענליכן קאלאן, סא אויב העלפט עס פאר רעקטעל יענע מעשה, דארף דאס על פי חשבון העלפן פאר סתם קאלען יענע מעשה.
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

It helps only for colon cancer

And only for one type: cancer that’s 5%
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

Belz123 האט געשריבן:
It helps only for colon cancer

And only for one type: cancer that’s 5%
דערווייל. אגב די דאזיגע סארט יענע מחלה געוויקס ליין איך איז פון די טויטליכע סארט

אין יעדע פלאץ אין די גוף איז די יענע מחלה אן אנדערע סארט און אין יעדע פלאץ אליין עקסטער איז דא פארשידענע אנדערע סארטן, מזאל באהיטן ווערן

עכ"פ, די דאזיגע דורכברוך איז פאנדעמענטאל א שטייגער ווי די פייזער/מאדערנא וואקסין טעכנעלאגיע, סאיז א פאנדעמענטאלע מהלך וואס מקען עס נעמען אסאך אסאך ווייטער בעזה"ש
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שמואל חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 5:27 pm

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל חיים »

איך כאפ נישט די מוראדיגע 'דורכבראך' אויסער די חלק אז מעמאריאל זוכט אביסל פי-אר. די מהלך פון נוצן PD-1 אגענטן איז שוין יארן לאנג א טעאריע און די דאקטוירים שפילן זיך רעכטס און לינקס צו טרעפן די ריכטיגע אגענט צו נוצן פאר יעדע סארט מחלה. דאס איז נישט א One Size Fits All אגענט וואס מ'קען נוצן, און די ערשטע סוקסעס איז גראדע געווען ביי דאנא-פארבער מיט אפאר יאר צוריק.
וואס איז יא די דורכבראך דא איז די פאקט אז פאר די ספעציפישע מיוטעישן פון רעקטעל קענסער האבן זיי - מיט גאטס הילף - באוויזן צו טרעפן די ריכטיגע אגענט צו נוצן.

איבער גאנץ אמעריקע און אינדרויסן אויך פרובירט מען. זה בכה וזה בכה, סטאדיס אויף סטאדיס. די ריסערטש וואס איז דא אריין אין די 12 צי 14 פאציענטן ווארפט טאקע א פרישע ליכט, און יעצט ווען מעמאריאל וועט גיין פאר די קומענדיגע פאזע טרייעל וועלן זיי לכאורה האבן פיל מער אינסטיטוציעס וואס וועלן זיך באטייליגן דערין.

קען זיין אז איך רעד שטותים, אדרבה, זאלן אנדערע מיר פארריכטן
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

שמואל חיים האט געשריבן:

האסט בעצם רעכט

יעדע מיוטעישאן איז א וועלט פאר זיך, דהיינו יעדע פלאץ האט זיך זיין סארט יענע מחלה און יעדע סארט יענע מחלה אליינס האט זיך אפאר סאב-סארטן און מדארף עס קענען ציטרעפן פאר יעדע סאב-סארט עקסטער

די חידוש איז אבער אז סאיז דא פולי געלונגען צו ניצן די דאזיגע טעאריע און מאכן דערפון א היילונג, סהאט זיך געפראווד אלץ א רעאליטעט

ווען עפעס גייט ארויס מכלל טעאריע און גייט אריין אין כלל פראקטיק איז עס א ריזן געווינס

טעאריעס איז דא אסאך און פארט שטארבן מענטשן.. איינמאל מזעהט אבער אז די טעאריע ארבעט גיבט עס מורא'דיג האפענונג און עקסעס צו פרישע ריזיגע פאנדס עס צו אנטוויקלען
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6763
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

Borrower האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
סאיז טאקע אנבעליוועבל און כהאב געקלערט צו עפענען אן אשכול איבערדעם

אין קורצן איז עס א פאנדעמענטאלע מעדעצינישע דורכברוך, א טאטאל נייע ציגאנג צו היילן יענע מחלה הגם וואס טעארעטיש רעדט מען שוין דערפון פאר א שיינע פאר יאר

קודם כל וואס איז יענע מחלה?
סעלס /
געוויקס
אביסל מער הסבר

איז עס אייביג א געוויקס ?
יא
אייער עד קען געזען ווערן דורך "טויזנטער מענטשן" פאר מער קומט אין אישי
א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

על בשורות טובות אומר: ברוך הטוב והמיטב

זאל מען נישט דארפן צוקומען דערצו,
און ווער יא, זאל טאקע האבן א גענצליכע רפואה!
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

סא וועלכע סטאקס ברויכט מען יעצט קויפן?
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע:אין געשעפט

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

סאיז דא עפעס א קאנצפיראציע אז די רעגירונג האט עפעס א רפואה פאר די מחלה אבער זיי וויל עס נישט ארויס געבן.
דא רעדט פנחס גלויבער פון דעם: https://www.yiddish24.com/miscellanies/156/62500
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

אימיון טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דאקטורים פרובירן שוין יארן אימיון טעראפי אויף פארשידענע סארטן פון די מחלה, ביי טייל מענטשן/סארט מחלה איז עס מער סוקסעספעל ווי אנדערע, סיי מיטן אויסהיילן לכתחלה און סיי מיטן בלייבן זויבער פון די מחלה. אבער דאס איז גארנישט ניי. ביי די יעצטיגע פאל האבן זיי ב"ה צוגעטראפן די ריכטיגע אימיון טעראפי און ס'האט יעדעם אויסגעהיילט און זיי זענען שוין זויבער פאר 2 יאר. וכן יעזור ה' להלאה.

***
אפשר זאל מען טויפן די קעפן פאר אימיון טעראפי
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

א געשעפט האב איך האט געשריבן:
סאיז דא עפעס א קאנצפיראציע אז די רעגירונג האט עפעס א רפואה פאר די מחלה אבער זיי וויל עס נישט ארויס געבן.
דא רעדט פנחס גלויבער פון דעם: https://www.yiddish24.com/miscellanies/156/62500
קאנספיראציעס איז דא אסאך און ברענגט נישט קיין פאקטישע רפואה
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

שרויפל האט געשריבן:
סא וועלכע סטאקס ברויכט מען יעצט קויפן?
קויפן האסטו געדארפט פאר די רעזולטאטן זענען ארויסגעקומען...
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מען הערט כסדר ״דורכברוכן״ אין היילן יענע מעשה, און דער אמת איז, אז מען האט אין די לעצטע יארן געמאכט גאר אסאך פארשריט אין היילן יענע מעשה, דאס איז נאך א טריט פאראויס, וכן יעזור השם הלאה. די אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל מאכן נאך און נאך פארשריט, ביז מען זאל דאס אינגאצען אויסראטן.
צוליב טעכנישע סיבות, וועלן די אוטאמאטישע אפדעיטס זיך אנפאנגען ערשט דינסטאג נאכט בערך 6:45.
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: אימיון טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

נא_שכל האט געשריבן:
דאקטורים פרובירן שוין יארן אימיון טעראפי אויף פארשידענע סארטן פון די מחלה, ביי טייל מענטשן/סארט מחלה איז עס מער סוקסעספעל ווי אנדערע, סיי מיטן אויסהיילן לכתחלה און סיי מיטן בלייבן זויבער פון די מחלה. אבער דאס איז גארנישט ניי. ביי די יעצטיגע פאל האבן זיי ב"ה צוגעטראפן די ריכטיגע אימיון טעראפי און ס'האט יעדעם אויסגעהיילט און זיי זענען שוין זויבער פאר 2 יאר. וכן יעזור ה' להלאה.
דאס איז די חידוש דא אז יעדער איז קלין הונדערט פראצענט, און זיי האבן זיכער געווארט צוויי יאר צו באשטעטיגן אז סיז נישט צוריק
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”