Re: נשמה ווינקל - מענטל העלט
עפעס בין איך אריינגעפאלן צו הערן די לעצטע שיעור וועגן סייקאריק און בייפאלער. און ס'איז ווי פארשטענדליך 'הארטברעקינג'!!
ממש א יישר כח פאר די שמועסן. כ'האב אז זיי ליינען דא אויך...
מענטשן פארשטייען נישט, אז מענטשן וואס זענען נעבעך סייקאריק, זענען טאקע יא געהעריגע מענטשן. "געהעריגע קלוגע מענטשן". און זיי מאכן מיט דאס גיהנום אויף דער וועלט אויף אן אופן וואס עס זענען נישטא קיין ווערטער צו ארויסברענגען. למשל, איינער וואס איז א ידען, ער קען א געוואלד, ער פארלירט נישט זיינע ידיעות! אפילו אויב ער האט סקיצאפרעניע ל"ע. און דו קענסט קיינמאל נישט וויסן ווער פונקטליך ס'האט עס. עס זענען דא מענטשן וואס זענען אויף אנטיסייקאריק מעדעצינען, און קיינער וועט נישט חלומ'ן. די מענטשן האבן נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט. יסורים יסורים יסורים. ס'איז נישט צו נעמען אויפן געדאנק!
טראכט פון א מענטש וואס פילט א געברויך, אז ער "מוז" שלאפן מיט א שטיקל קנאבל אויף זיין לינקע פיס, וואס טאר נישט אראפפאלן, ווייל נאר אזוי האבן די שלעכטע כוחות מורא פון אים! וואספארא פיין איז דאס! ירחם ה'.
סא, האק ארויס פון דיין לעקסיקאן די ווארט "משוגע'נער", אדער "נערווען קראנקער", וכדומה. און לייג אריין אנשטאט דעם א "גייענדיגער מענשטליכער גיהנום".
והרופא לשבורי לב, יחבש לעצבותם.