די דרייסיג פערציג מינוט דארף זיין בבת אחת אדער מען קען עס צוטיילען ? וואקן און א ביהמ"ד 10 מינוט פון הויז, 10 מינוט פאר שחרית 10 מינוט נאך אין אזוי אויך פאר און נאך מנחה מעריב און אריין כאפן נאך א מצווה פון שכר פסיעות (אדער אין עושין מצוות חבילות חבילות)
לויט ווי איך פארשטיי דארף מען ווערן אפגעמיטשעט כדי ארויס צו נעמען די פילע בענעפיטן פון די עקסערסייז, סאו פון א צען מינוטיגע שפאציר ווערט א געווענטליכע מענטש נישט אפגעמיטשעט נאר אז מען כאפט א גיטע לאנגע וואק, קען זיין אז עס איז סתם אזוי גוט צו וואקן צען מינוט צו מעריב ווייל עס איז גוט אז מען ריקט זיך אבער די בענעפיטן פון א לאנגע וואק און איין צי האט עס נישט
עס איז בערך אזוי ווי די שטעלסט ארויף א טאפ אייער צו קאכן און נאך פינעף מינוט געסטעך א דערמאן אז די דארפסט עפעס לויפן ארלעדיגן סאו די לעשט אויס די פלאם און די קומסט צירוק שפעטער און די לייגסט עס צירוק ארויף פאר נאך פינעף מינוט און די לויפסט ווייטער טוהן עפעס אנדערש איז ווי יעדער פארשטייט וועט די אייער נישט ווערן אפגעקאכט, די זעלבע דא דארף מען עס טוהן און איין צי כדי אן צו ווארעמען די קערפער

גאר גוט געזאגט געפעלט מיר דיין משל
א סוקסעספעלע אונליין נייעס פובליקאציע זוכט א ענערגישע פארט-טיים סעילסמאן פאר עדס אין די מאנסי אומגעגנט גוט באצאלט פאר די פאסיגע קאנדידאט.
מה הדין א אינגערמאן פון א אינגערמאן אין די נידעריגע פערציגער יארען, רירט זיך נישט ווי די גרויס די יאר איז בין בחול ובין בשב"ק, בכלל נישט אביעסט אבער מיט א שיינע פאט/ביער בייכל ווי א היימישער איד. זעהט זיך נישט מצליח זיין מיט אן עקסערסייז פראגראם. וויפל דארף מען וואקן אז ס'זאל האבן אן עפעקט פאר געזונט, זיך שפירן פריש און אפשר אראפברענגען אפאר אינטשעס. וויפל מינוט און ספיד פער וואק, וויפל מאל א וואך, און ווי אזוי קען מען וויסען אויב מ'גייט גענוג שנעל, איץון די קארעקטע מאס פאר די ווארם אפס און קול דאונס. אדער פאר וואקען איז עס נישט וויכטיג די די ווארם און קול דאונס?
מפארלירט בערך 500-600 קעלעריס פון אזא וואק, אויב מטוט עס יעדן טאג איז עס בערך א פונט אהאלב אראפ דורכן וואקן אליין, ווי אויך טוישט עס בכלל די מענטש בנוגע זיין סטרעס און אנגעשטרענגקייט וואס מאכט עסן אן קיין חשבון, סוא מוועט פארלירן נאכמער.
דאס האט מורא'דיג גוט געארבעט פאר מיר. און וויבאלד ס'איז נישט אזוי שווער פאר די קערפער איז עס גרינג אנצוהאלטן. (איך האב געוואקט 30-60 מינוט א טאג צווישן 4 און 4.7 מפ"ש) אין די קאלטע ווינטער האב איך גענוצט א טרעדמיל. אבער אין די ווארימערע חדשים האב איך הנאה געהאט פונעם באשעפער'ס הערליכע וועלטל. (אין די גאר הייסע זומער גיי איך שווימען)
אבער וואס זאל איך טוהן, איך בין פון הויט און ביין, (מיט א קליין שטיקל בויך), און די 'פאש-אפס' איז מיר עפעס וואס איך קען נישט באווייזן,
אבער די 'פאש-אפס' קען איך ניטאמאל אנהייבן, איך פאל צו די זייטן, מיינע קניען ארבעטן נישט מיט, ס'דא נאך אן עצה? אפשר דארף איך מיר אויסלערנען מער א ריכטיגע וועג? איי דאונט קנאוי.
איז דא א שטארקע חילוק פון מאכן עקסערסײז צופרי /בײנאכט?
יא, עקסערסייז וואס מ׳מאכט בעפאר מ׳עסט האט א בעסערע ווירקונג אויפן גוף, באנאכט ווען מ׳האלט שוין נאכן עסן כמה סעודות וועט די עקסערזייז נישט אזוי אויפטון, חוץ פון דעם וואס עס איז פשוט גרינגער צו מאכן עקסערזייז מיט א ליידיגע מאגן
פאר מיר איז גראדע לייכטער ביינאכט, אזא 2 שעה נאך נאכטמאל קען זיין ס'האט מיט שווערע עקסערסייז וואס איז שווער צי טוהן ווען מ'איז ממש ליידיג. צופרי איז מיר זייער שווער די Wארם-אפס, די גוף איז קאלט.
ערשט דעמאלט ווען די גוף איז קאלט אין די מאכסט שטארק דיין ענערגי ברענגט עס צו א געשמאקע טאג, אויסער דעם נאכן עסן א פול סאפער איז עס נישט אזוי גוט פאר די ארגענס,

כ'האב נאר געזאגט וואס ארבייט פאר מיר, ווען מיין גוף איז קאלט אין פארשלאפן ווי אויך ליידיג איז צו מאכן איבונגען פאר מיר פילפאכיג שווערער. 2 שעה נאך נאכטמאל איז ביי מיר נישט ''נאכן עסן''... איך רעד נאר פון וואס ארבייט ביי מיר, (נאכן מאכן איבונגען פאר עטליכע יאר). אז דו ביסט א לייסנד אינסטראקטער אדער האסט מער אינפא אדער קענסט די אלגעמיינע סטאטיסטיקס דאן קום אריין קלאר.
(אין אמת'ן פיל איך זיך סטופיד צו דערן אין פארענט פון נארמי. ער איז דאך סערטיפייד...)