די משוררים פון יענער תקופה אין שפאניע האבן געמאכט זייערע פיוטים על פי משקל, דהיינו אז די יתידות און תנועות גייען כסדר איבער מיט א סיסטעם. נעם צב"ש דעם פיוט "אדון עולם", וועלכער איז באזירט אויף א יתד נאכגעפאלגט מיט צוויי תנועות:
דער פיוט "דרור יקרא" פון דונש גייט אויפ'ן זעלבן משקל. דערפאר קען יעדער ניגון וואס גייט אויף איינס אויך גיין אויפ'ן צווייטן. אין אלגעמיין אז די מעלה פון פיוטים אויפ'ן משקל וויבאלד ס'זאגט זיך זייער געשמאק און מ'קען עס גוט זינגען, וויבאלד אלע תנועות זענען אייניג.
ס'איז מערקווירדיג אז ר' יהודה הלוי, פון די גרעסטע משוררים וועלכע האט אויך געמאכט זיינע פיוטים אויפ'ן משקל, ער מאכט אוועק דעם געדאנק אין ספר הכוזרי אלס עפעס וואס קומט פון די אראבער. ער שרייבט אז לשון קודש איז נישט אויסגעשטעלט צו זעצן די ווערטער על פי משקל, און מ'דארף דערצו אסאך פארקוקן פון דקדוק.
דאס איז עס אין קורצן. איך גלייב אז דו קענסט טרעפן דא אויפ'ן וועלטל מער באריכות. דאכט זיך אז@חוח בין השושניםהאט אמאל געשריבן דערוועגן.
יעצט א שטיקל חידה: וואס שטייט דא?
תנועה יתד תנועה יתד שתי תנועות.
◄ ווייז ספוילער
דאס ווארט "תנועה" איז צוזאמגעשטעלט פון א יתד ותנועה, און דאס ווארט "יתד" באשטייט פון צוויי תנועות.
על פי דקדוק וואלט מען בכלל נישט זאגט "הנופלת", נאר "שנפלה".
א. דא איז נישט עכט א ציטאט "ככתוב על יד נביאך" נאר א תפלה וואס פלעכט אריין ווערטער פון א פסוק.
ב. מ'רעדט פארשטייט זיך פון די עקזיסטירינדע ווארט וואס איזשויןגעקליבן ע"פ לשה"כאון אייער טענה איז לאו דווקא ריכטיג ווייל עס קען זיין א תואר (און אפשר איז אויך דא א בחינה אז ס'פאלט חלילה ווייטער).
על פי דקדוק וואלט מען בכלל נישט זאגט "הנופלת", נאר "שנפלה".
1) "שנפלה" איז א לשון וואס מ'ניצט ביי פשוטע שרייבן, אדער אפילו ביים לערנען, אזויווי אין משניות. נישט ביי לשון התפלה וואס ענליכער צו מקרא און היבש פיוט'יש. 2) הנופלת איז א לשון הוה, אלס "כל שלא נבנה בית המקדש בימיו, כאילו נחרב בימיו".
על פי דקדוק וואלט מען בכלל נישט זאגט "הנופלת", נאר "שנפלה".
מ'רעדט פארשטייט זיך פון די עקזיסטירינדע ווארט וואס איזשויןגעקליבן ע"פ לשה"כאון אייער טענה איז לאו דווקא ריכטיג ווייל עס קען זיין א תואר (און אפשר איז אויך דא א בחינה אז ס'פאלט חלילה ווייטער).
על פי דקדוק וואלט מען בכלל נישט זאגט "הנופלת", נאר "שנפלה".
1) "שנפלה" איז א לשון וואס מ'ניצט ביי פשוטע שרייבן, אדער אפילו ביים לערנען, אזויווי אין משניות. נישט ביי לשון התפלה וואס ענליכער צו מקרא און היבש פיוט'יש. 2) הנופלת איז א לשון הוה, אלס "כל שלא נבנה בית המקדש בימיו, כאילו נחרב בימיו".
נישט דווקא פאעטיש, נאר לשון מקרא. איך ווייס, אין די נבואות זענען דא גאר אסאך פסוקים וואס מיר וואלטן אנדערש אויסגעדריקט. נאר דאס איז טאקע די נקודה, מ'שרייבט דעם פסוק כמות שהוא.