Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"
שקויך פאר די ווארעמע חיזוק, איך האב פריער געענדיגט מיין טעגליכע שיעור, און כאב אינזין געהאט אז עס זאל זיין לזכותך פאר די קאמפיין.
אויך האב איך ארומגעשיקט די לינק פון די קאמפיין פאר מיינע באקאנטע אז זיי זאלן זיך משתתף זיין.
איך שעם מיך מיך די צען דאללער וואס כאב היינט געגעבן, האלוואי איך וואלט געקענט געבן יעצט מער, אבער געדענק, איך האב צוגעזאגט סכומים פאר דיך ווען איך האב מיין ישועה, און איך גלייב באמונה שלימה אז עס גייט געשעהן גאר בקרוב, און איך וועל דיך אם ירצה השם צאלן די געלט וואס כאב דא געשריבן.
איך וויל וויסן אויב איך קען דיך שיקן מיין נאמען און אישי צו מתפלל זיין, דו ביסט דאך א מלמד פאר תינוקות שלא טעמו טעם חטא, אפשר וועלן זיי באווייזן צו דורכברעכן די טויערן און הימל איינמאל פאר אלעמאל.