די ענדלאזע שיינע וועלט - מיינע בילדער
דער איינציגער באשעפער פון די וועלט, האט עס אזוי אויסגעשטעלט, קאנטראסטן פילע פון זון-שאטן היץ און קעלט, און יעדעם אראפגעשטעלט, אויף זיין אייגנארטיגע ארט און געצעלט, און דארט ענדלאז צוגעשטעלט, פארגאפנדע סצענעס וואס קוועלט. פארבינד דיין סיעט-בעלט, לאמיר גיין זעהן א צווייטע וועלט.
ס׳איז דא צוויי סארטן בילדער: א ׳בילד פון א שיינע פלאץ׳, דערנאך איז דא ׳א שיין בילד פון א פלאץ׳. איך גלייך צו זעהן די וועלט דורך א לענס - און פון מיין פערספעקטיוו. אלזא זאמלט זיך אן בילדער, אמאל אלט אמאל ניי.
אמאל איז די בילד לאו דוקא שיין, נאר חידוש, אדער צומאל סתם עפעס וואס כאפט די אויג און גייט נישט אריין אין די קעטעגאריע פון ׳שיינע בילדער וואס איר האט אליינס געכאפט׳ אבער יא עפעס וואס איך זעה פאר אינטערסאנט אדער קריעיטיוו.
און אפשר קען מען אביסל שמועסן וויאזוי מען כאפט בילדער? וואס זענען די אינגרידיענטס פאר א גוטע בילד? וויאזוי טרענירט מען די אויג צו זעהן וואו עס ליגט א גוטע בילד? וואס מיינט א גוטע בילד? וואו זענען די טויזנט ווערטער?
אין ׳יענע וועלט׳ איז דא אסאך ווירטואלע פלעצער וואו צו לייגן בילדער, און באקומען פיעדבעק, אבער אין ׳אונזער וועלט׳ קען מען זיך דא פילייכט מסדר זיין א שטיל ווינקעלע דערפאר?!
בלאג - מיינע ארכיוון