דאן פארוואס האט דער בורא יתברך שמו נישט אויסגעוועלט ענגליש אלס זיין שפראך? האם תמצא לומר אז ער האט נישט גענומען דער בעסטער שפראך פאר זיך?
א גוטע קשיא, אבער קשיות טוישן נישט פאקטן.
איך האב שוין אויבן צוגעצייכנט דעם כוזרי, וואס ברענגט ארויס די מעלות פון לשון-קודש טראץ ס'איזנישטדי רייכסטע שפראך. בנוסף, אין די צייטן פון תנ"ך איז לשון-קודש מסתמא געווען גרעסער, ווי מ'זעט פונעם פאקט אז געוויסע ווערטער אין תנ"ך ערשיינען נאר איינמאל, קומט אויס אז ווען נישט ישעיה הנביא אדער איוב וואלט געדארפט ניצן דאס ווארט וואלטן מיר בכלל נישט געוואוסט אז ס'עקזיסטירט.
דאן פארוואס האט דער בורא יתברך שמו נישט אויסגעוועלט ענגליש אלס זיין שפראך? האם תמצא לומר אז ער האט נישט גענומען דער בעסטער שפראך פאר זיך?
לשון הקודש איז נישט סתם א שפראך. עס איז דער איינציגסטער שפראך וואס די ווערטער זענען נישט סתם הסכמי, סתם אזוי אפגעמאכט אז מ'גייט נוצן דעם ווארט פאר דער זאך/טאהט, נאר עס האט אן אמת'ע קשר מיט די זאך/טאהט. די צירופי אותיות, דאס איז טאקע די חיות פון די זאך.
הסתכל באורייתא וברא עלמא. די אותיות התורה זענען א השתלשלות פון אורות. און פארשידענע צירופים זענען באמת די חיות פון די בריאה.

געשריבן קורץ, כ'האף ס'איז פארשטענדליך.
און דאס איז לכאורה וואס איז אביגדור האט געזאגט, נישט אז עס איז געשמאקער צו רעדן און ליינען

נאופס, ר' אביגדור ז"ל זאגט קלאר אז דאס איז די בעסטע שפראך. (כלשונו: ווען דער רבש"ע האט געקליבן א שפראך האט ער גענומען די פערפעקט'סטע שפראך פאר זיך.)
לשון-קודש איז צוערשט, ווי @ממוצע דערמאנט, מער ווי סתם א שפראך צוליב וואס די ווערטער זענען באמת מקושר צו די זאכן (צב"ש א פרוי איז אשה ווייל זי קומט פון אן איש), און ס'זענען דא נאך מעלות פון א לינגוויסטישן פערספעקטיוו. לשון-קודש איז מסתמא אויך געווען רייך ווען אידן האבן עס גערעדט בזמן בית ראשון, אבער די שפראך וואס מיר פארמאגן איז זייער ארעם. אויב דו נעמסט ארויס אלע ווערטער פון אראמיש, גריכיש, און אנדערע שפראכן, קענסטו כמעט נישט שרייבן אין לשון-קודש.
גוט געשריבן ביידע פון אייך.
איך טראכט נאר אז פון די אנדערע זייט - דאס אז לשוה"ק איז אזוי באגרעניצט צו אזא מספר מצומצם פון ווערטער, דאס מאכט אפשר אז די שפראך זאל טאקע נישט זיין אזוי רייך - אבער יא גאר איכות'דיג און עמוק'דיג.
אויב דארף מען מצמצם זיין א א גאנצע סענטענ'ס אין א דריי ווערטער'דיגע פראזע, באדייט דאס אז מען מוז דעריבער גאר גוט קענען די שורש פון די ווערטער פון די שפראך - און דאס געשריבענע מוז זיין מורא'דיג אויסגעהאלטן שורש'דיג, וואס דאן קומט דאס געשריבענע ארויס הערליך שיין ווען יעדע איינציג ווארט באזונדער ענטהאלט א מורא'דיגע איכות און טראגט מיט זיך גאנצעטע באדייטן.
אזוי מיין איך.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
@תירוצים, א גוגל זוכעניש אויף "Smack synonym" ברענגט ארויף: smack noun a sharp slap or blow, typically one given with the palm of the hand. :Similar slap blow spank cuff clout thump punch rap swat thwack crack whack clip biff wallop swipe bop belt bash sock