חבורת זכרו מסכת מנחות

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7268
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

ברוכים הבאים!

אי"ה ג' ואתחנן הבעל"ט הייבט מען אן מסכת מנחות

שוין דא די לוח פאר מסכת מנחות?
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע:Rockland County NY
פארבינד זיך:

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

חידוש נפלא האט געשריבן:
ברוכים הבאים!

אי"ה ג' ואתחנן הבעל"ט הייבט מען אן מסכת מנחות

שוין דא די לוח פאר מסכת מנחות?
אטעטשמענטס
Liach Zichri Minuches - Sufa Berirah-page-001.jpg
Liach Zichri Minuches - Sufa Berirah-page-001.jpg (328.69 KiB) געזען 2787 מאל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20250
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

א יאר מיט א טאג, פןן י"ב אב ביז י"ג אב..
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם

זר"ק
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע:Rockland County NY
פארבינד זיך:

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

טויזענטער אידן הייבען אן מארגען דינסטאג פרשת ואתחנן צו לערנען מסכת מנחות במסגרת זכרו - ישראל ואורייתא אן עמוד א טאג

כאפט אייך מיט און זייט מסיים אין א יאהר ארום

באקומט יעדען טאג אויף וואטסאפפ א געשמאקע שיעור געגעבען דורך הרה"ג ר' פייוויל קליין שליט"א

https://chat.whatsapp.com/FzCe27ZUWL9JGVBrq4ST9O
אטעטשמענטס
412b8046-b179-4108-bc10-20a9952a108d.jpg
412b8046-b179-4108-bc10-20a9952a108d.jpg (74.31 KiB) געזען 2640 מאל
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7268
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
באקומט יעדען טאג אויף וואטסאפפ א געשמאקע שיעור געגעבען דורך הרה"ג ר' פייוויל קליין שליט"א

https://chat.whatsapp.com/FzCe27ZUWL9JGVBrq4ST9O
מ'קען אויך באקומען אויף אימעיל?
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע:Rockland County NY
פארבינד זיך:

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

חידוש נפלא האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
באקומט יעדען טאג אויף וואטסאפפ א געשמאקע שיעור געגעבען דורך הרה"ג ר' פייוויל קליין שליט"א

https://chat.whatsapp.com/FzCe27ZUWL9JGVBrq4ST9O
מ'קען אויך באקומען אויף אימעיל?
יא, שיקט אן אימעיל צו [email protected] און שרייבט "Subscribe" אין די סאבזשעקט ליין
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7268
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

ייש"כ

מ'קען אויך באקומען פון די אנדערע מגידי שיעורים אדער נאר פון ר' פייוול?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

כדי מען זאל כאפן א בליק און די חומש רשי כפשיטו און פרשת ויקרא איבער אלע סארטן מנחות
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

זייער שיין פון זיידעניו איבער די מנחות
https://www.ivelt.com/forum/view ... 413#p96981
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

האמיר זיך נעכטן שוין פארגעקוקט און דורכגעלערנט קאפיטל ב אין ויקרא אזוי אויך אפאר פסוקים אין קאפיטל ו כ'האף ס'וועט זיין קלאר.
פון אנהייבן די משנה האב איך געזען אז ס'איז כעין די זעלבע נושא וואס מ'האט געהאט אין זבחים איבער די לשמה שלא לשמה. כ'גלייב ס'גייט זיין גרינגער נאכן דורכאקערן זבחים
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4334
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

Minuchos.jpg
Minuchos.jpg (190.59 KiB) געזען 2221 מאל
[email protected]
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4334
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

New jpg Shas Ms Mnuchos.jpg
New jpg Shas Ms Mnuchos.jpg (190.77 KiB) געזען 2220 מאל
[email protected]
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

כ'האב נישט אין ערגעץ געזען א קלארע הסבר אויף די חילוק צווישן באו להכשיר ולא הכשירו, צו באו לכפר ולא כיפרו. לויט רב. ס'איז באמת פשוט אבער לאמיר זאגן מיין פארשטאנד:

אז די עומר וואס קומט פאקטיש מכשיר זיין עפעס אינעם עולם הגשמי, דהיינו דורך די הקרבה טוישט זיך די סטאטוס פון די חיטים אינעם עולם הגשמי און מ'קען עס שוין עסן די חיטין, און די זעלבע מיט אשם נזיר ואשם מצורע, ביז יעצט האט דער מענטש נישט געמעגט אריינגיין אין ביהמ''ק אבער יעצט נאכן הקרבה קען ער אריינגיין אין ביהמ''ק. און וועגן די סיבה איז נישט שייך מקריב צו זיין לאחר מיתה ווייל די גאנצע ציל איז עפעס מכשיר צו זיין דא אינעם עולם הגשמי, אז ער זאל קענען אריינגיין אין ביהמ''ק, און נאכן מיתה איז שוין נישטא וואס מכשיר צו זיין.
ממילא וועגן דעם אויב קען עס נישט טון די פעולה פון מכשיר זיין עפעס בפועל איז אויס קרבן, ווייל גארנישט איז נישט געשען ''למעשה'' דורך די קרבן.

אבער אשם גזילות ואשם מעילות וואס באמת די קרבן טוט נישט גארנישט למעשה בעולם הגשמי. נאר ס'איז מכפר. ס'איז מער א פעולה רוחני וואס געשעהט דורך די קרבן, ס'טוישט נישט גארנישט נאכן כפרה דא אינעם עולם הגשמי. און וועגן די סיבה איז שייך מקריב צו זיין לאחר מיתה ווייל די קרבן מיט די כפרה און אן די כפרה איז נישט קיין צו גרויסע חלק אויף למעשה, איז אפילו יעצט איז נישט שייך כפרה לאחר מיתה קען מען עס נאך מקריב זיין.
ממילא אפילו ס'איז לא כיפרו ווערט נישט יעצט די גאנצע קרבן אויס, פסול. ווייל די קרבן וואלט עניוועי גארנישט למעשה אויפגעטון למעשה בפועל נאר א כפרה איז אפילו ס'איז נישט מכפר איז די נישט כפרה נישט אזוי שטארק צו פסל'ן די קרבן.

ס'איז פשוט?
אדער אפשר איז עס פאלטש פשט?
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ס'זעט אויס ווי א שיין פשט!
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

מ'קען נאך ערגעץ באקומען די זכרו מתיבתא גמרא וואס מ'האט געטיילט ביים סיום?
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

אייער_קיכל האט געשריבן:
מ'קען נאך ערגעץ באקומען די זכרו מתיבתא גמרא וואס מ'האט געטיילט ביים סיום?
מען האט געטיילט שפה ברורה.

יויש בין איך צומישט פון דעם מסכת...

קען ממש נישט האלטן קאפ.

השם יעזור..
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

בלייב געזונט האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
מ'קען נאך ערגעץ באקומען די זכרו מתיבתא גמרא וואס מ'האט געטיילט ביים סיום?
מען האט געטיילט שפה ברורה.
יא יא פון דעם רעד איך
קעמפער
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 1:23 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמפער »

[quote="פיצי קעפעלע"]טויזענטער אידן הייבען אן מארגען דינסטאג פרשת ואתחנן צו לערנען מסכת מנחות במסגרת זכרו - ישראל ואורייתא אן עמוד א טאג

כאפט אייך מיט און זייט מסיים אין א יאהר ארום

באקומט יעדען טאג אויף וואטסאפפ א געשמאקע שיעור געגעבען דורך הרה"ג ר' פייוויל קליין שליט"א

https://chat.whatsapp.com/FzCe27ZUWL9JGVBrq4ST9O [/quote]
מיר וועלן קעמפן א קעגן די ציניסטישע מדינה מיטן גאנצן כח
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7268
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

אביסל פונעם היינטיגן שיעור
טאמער די צייט וועט ערלויבן וועלן מיר ממשיך זיין ווייטער בעז"ה
(הערות זענען וועלקאם)

איתמראונז האב מיר געלערנט, מנחה שחסרהא מנחה וואס ס'פעלט פונעם שיעור מעהל [געווענדליך א צענטל פון א איפה] , קודם קמיצהנאך פארן מאכן קמיצה, ר' יוחנן אמרר' יוחנן זאגט, יביאער קען ברענגן פרישע מעהל, מתוך ביתופון זיין הויז, וימלאנהאון עס אנפילן ביזן שיעור. ריש לקיש אמרריש לקיש זאגט, לא יביאער קען נישט ברענגן, מתוך ביתופון זיין הויז, וימלאנהאון עס אנפילן ביזן שיעור.
איז די גמרא מסביר: ר' יוחנן אמרר' יוחנן זאגט מביאער קען ברענגן פרישע מעהל, מתוך ביתופון זיין הויז, וימלאנהאון עס אנפילן ביזן שיעור, קמיצהווייל די קמיצה, קבעה ליהבאשטימט עס [איז עס קובע] פאר א קרבן מנחה [ממילא וויבאלד מ'האט נאכנישט געמאכט קיין קמיצה, הייסט עס נאכנישט קיין מנחה, און ס'איז נישט פסול אלס א מנחה שחסרה] . ריש לקיש אמרריש לקיש זאגט, לא יביאער קען נישט ברענגן, מתוך ביתופון זיין הויז, וימלאנהאון עס אנפילן ביזן שיעור, קדושת כליווייל די קדושה פונעם כלי שרת, קבעה ליהטוט עס באשטימען [קובע זיין] פאר א קרבן מנחה [ממילא וויבאלד די מעהל איז שוין געווען אינעם כלי שרת, איז עס שוין נתקדש געווארן אלס מנחה, און ס'איז פסול אלס א מנחה שחסרה] .
איתיביה ר' יוחנן לרשב"להאט ר' יוחנן א קשיא געפרעגט פון ר' שמעון בן לקיש, אונז האב מיר געלערנט [אין א משנה אין נגעים] חסר הלוגטאמער ס'פעלט פונעם לוג אויל [ביי א מנחת מצורע] , אם עד שלא יצקאויב איז עס נאך פארן גיסן אויפן לינקן הענט פונעם כהן, ימלאנוזאל ער עס צוריק אנפילן [זעה מיר פון דעם אז די כלי שרת ווי ס'ליגט די לוג אויל איז נישט מקדש] , תיובתאאיז די שיטה פון ריש לקיש אפגעפרעגט, און ס'איז א ראי' צו ר' יוחנן.

זאגט רש"י: קמיצה קבעה לה - דכל כמה דלא קמיץווייל ווילאנג ער האט נאכנישט געמאכט קיין קמיצה, לא מיקריא מנחהווערט עס בכלל נישט אנגערופן קיין מנחה, ולא קרינא ביהאון אונז רוף מיר נישט אן ביי דעם, מן המנחה[דאס וואס ס'שטייט אין פסוק מן המנחה] אז מ'דארף נעמען קמיצה פון א גאנצע מנחה, פרט לשחסרהממעט צו זיין טאמער ס'פעלט פון די מנחה, כדמפרש לקמןאזוי ווי די גמרא וועט שפעטער מפרש זיין.
יעצט איז רש"י מסביר: כל לשון קביעות דאמור במנחותיעדע לשון קביעות וואס ס'שטייט ביי מנחות, כלומרמיינט צו זאגן, זקוק זה לזהאז ס'דארף צוקומען איינס צום צווייטן, ואין אתה יכול לשנות קצת ממנואון דו קענסט נישט פארענדערן אביסל פון דעם, להביא אחר תחתיוצו ברענגן אן אנדערע אנשטאטס דעם, לפי שהוקבעו יחדוויבאלד זיי זענען באשטימט געווארן צו זיין אינאיינעם.

קדושת כלי קבעה לה - בשםמיטן נאמען מנחה, וקרינא בהאון אונז רוף מיר אן ביי דעם, מן המנחה[דאס וואס ס'שטייט אין פסוק מן המנחה] אז מ'דארף נעמען קמיצה פון א גאנצע מנחה, פרט לשחסרהממעט צו זיין טאמער ס'פעלט פון די מנחה.
חסר הלוג - שמן של מצורעדי [לוג] אויל פון א מצורע [וואס רייניגט זיך], עד שלא יצקביז ער האט נאכנישט געגאסן, על כפו השמאליתאויף זיין לינקע הענט [פונעם כהן], ימלאנהזאל ער עס צוריק אנפילן, ולא אמרינןאון אונז זאג מיר נישט, דקבעה להו לוגאז די לוג אויל האט עס קובע געווען, שהוא כלי שרתוואס דאס [די כלי וואס אנטהאלט א לוג שמן] איז א כלי שרת.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

בלייב געזונט האט געשריבן:
יויש בין איך צומישט פון דעם מסכת...

קען ממש נישט האלטן קאפ.

השם יעזור..
שווערער ווי זבחים?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

פאראויס האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
יויש בין איך צומישט פון דעם מסכת...

קען ממש נישט האלטן קאפ.

השם יעזור..
שווערער ווי זבחים?
לויט מיין ידיעה, אויב האט מען שוין געלערנט זבחים, דארף מנחות זיין לייכטער
א גיטן טאג אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:54 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גיטן טאג אייך »

אושפיזין האט געשריבן:
כ'האב נישט אין ערגעץ געזען א קלארע הסבר אויף די חילוק צווישן באו להכשיר ולא הכשירו, צו באו לכפר ולא כיפרו. לויט רב. ס'איז באמת פשוט אבער לאמיר זאגן מיין פארשטאנד:

אז די עומר וואס קומט פאקטיש מכשיר זיין עפעס אינעם עולם הגשמי, דהיינו דורך די הקרבה טוישט זיך די סטאטוס פון די חיטים אינעם עולם הגשמי און מ'קען עס שוין עסן די חיטין, און די זעלבע מיט אשם נזיר ואשם מצורע, ביז יעצט האט דער מענטש נישט געמעגט אריינגיין אין ביהמ''ק אבער יעצט נאכן הקרבה קען ער אריינגיין אין ביהמ''ק. און וועגן די סיבה איז נישט שייך מקריב צו זיין לאחר מיתה ווייל די גאנצע ציל איז עפעס מכשיר צו זיין דא אינעם עולם הגשמי, אז ער זאל קענען אריינגיין אין ביהמ''ק, און נאכן מיתה איז שוין נישטא וואס מכשיר צו זיין.
ממילא וועגן דעם אויב קען עס נישט טון די פעולה פון מכשיר זיין עפעס בפועל איז אויס קרבן, ווייל גארנישט איז נישט געשען ''למעשה'' דורך די קרבן.

אבער אשם גזילות ואשם מעילות וואס באמת די קרבן טוט נישט גארנישט למעשה בעולם הגשמי. נאר ס'איז מכפר. ס'איז מער א פעולה רוחני וואס געשעהט דורך די קרבן, ס'טוישט נישט גארנישט נאכן כפרה דא אינעם עולם הגשמי. און וועגן די סיבה איז שייך מקריב צו זיין לאחר מיתה ווייל די קרבן מיט די כפרה און אן די כפרה איז נישט קיין צו גרויסע חלק אויף למעשה, איז אפילו יעצט איז נישט שייך כפרה לאחר מיתה קען מען עס נאך מקריב זיין.
ממילא אפילו ס'איז לא כיפרו ווערט נישט יעצט די גאנצע קרבן אויס, פסול. ווייל די קרבן וואלט עניוועי גארנישט למעשה אויפגעטון למעשה בפועל נאר א כפרה איז אפילו ס'איז נישט מכפר איז די נישט כפרה נישט אזוי שטארק צו פסל'ן די קרבן.

ס'איז פשוט?
אדער אפשר איז עס פאלטש פשט?
דאס איז די פשט, האסט עס זייער שיין צילייגט, שכח
א גיטן טאג אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:54 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גיטן טאג אייך »

לא לנו האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
יויש בין איך צומישט פון דעם מסכת...

קען ממש נישט האלטן קאפ.

השם יעזור..
שווערער ווי זבחים?
לויט מיין ידיעה, אויב האט מען שוין געלערנט זבחים, דארף מנחות זיין לייכטער
גאמ
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: חבורת זכרו מסכת מנחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

באקומען יעצט דעם טעקסט, ס'איז א מוראדיגע איידיע אריינצושלעפן ווי מער צום בחינה

''טייערע חבר חבורת זכרו, אלס אן אקטיווע לומד און אונזער הייליגע חבורה ווילן מיר אייך פערזענדליך איינלאדענען אנטיילצונעמען ביי די ערשטע בחינה אין מס' מנחות, וואס קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג. אויב שפירט איר אז עס איז אייך שווער צו שרייבן האבן מיר ספעציעל צוגעשטעלט די נייע מוילטיפל טשויס בחינה, ווי איר דארפט בלויז אנצייכענען אויף די ריכטיגע תשובה,און איר וועט שפירן דעם זיסן טעם פון שמחה לאיש במענה פיו,נוצט אויס די קומענדיגע טעג צו חזר'ן די בלעטער צו זיין גרייט, הצלחה רבה''
חינוך האט געזיגט!
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”