פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
אחראי: יאנאש
- וויל זיין גוט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
אויב זענען די נעמען ריכטיג איז עס א מורא'דיגע גבורת הנפש פון א משפחה זיך ארויסצושטעלן מיטן איין איינציגן ציל צו העלפן אנדערע.
אם לא עכשיו אימתי
- מיניטשער וועלט
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3431
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
Wow קודאס פאר מאמענט !!
כ'בין שטאלץ צו זיין א אמעריקאנער בירגער 🇺🇲🇺🇲
- נקודה למחשבה
- שר חמש מאות
- תגובות: 787
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
- לאקאציע:מיטן מחשבה גייט דער מענטש
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
ארי, די ביזט געווען א גיט הארץ, א קליגע מח, און א ריינע נשמה.
דיין ווייך הערצעלע מיט די הארטע וועלט האבן זיך אסאך צוזאמגעשטויסן.
די וועלט האט אסאך פארלוירן אז די ביזט נישטא מער.

שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
יא איך געדענק דאס.וויל זיין גוט האט געשריבן:אויב זענען די נעמען ריכטיג איז עס א מורא'דיגע גבורת הנפש פון א משפחה זיך ארויסצושטעלן מיטן איין איינציגן ציל צו העלפן אנדערע.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
- ליבי ובשרי
- שר האלפיים
- תגובות: 2820
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
קומט זיך אודאי קרעדיט פאר מאמענט, אבער די אווערנעס האט זיך אנגעהויבן דא ביי אונז!
- נקודה למחשבה
- שר חמש מאות
- תגובות: 787
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
- לאקאציע:מיטן מחשבה גייט דער מענטש
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
די נעמען זענען ריכטיג, די רעדסט דא פון זייער א חשובע משפחה.וויל זיין גוט האט געשריבן:אויב זענען די נעמען ריכטיג איז עס א מורא'דיגע גבורת הנפש פון א משפחה זיך ארויסצושטעלן מיטן איין איינציגן ציל צו העלפן אנדערע.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4746
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
לענ''ד האט די מאמענט געטון א עוולה מיט די ארטיקל ווי איך האב געשריבן דא
כש''כ ווען מען זעהט דא ווי פשוט'ע אידן האבן צענדליגער מהלכים וואס מען זאל טון, און וועלכע קען זיין יצא שכרו בהפסדו, איז אוודאי נישט אין פלאץ אז א צייטונג זאל אפמאכן א מהלך המערכה, דאס דארפן רבנים מכריע זיין, דאס איז נישט קיין קאנטערווערסיאלע נושא וואס איז ווערד אן ארטיקל, דאס איז א פראבלעם וואס באדראעט דורות און מען דארף גדולי רבנים צו נעמען א מהלך המערכה.
כש''כ ווען מען זעהט דא ווי פשוט'ע אידן האבן צענדליגער מהלכים וואס מען זאל טון, און וועלכע קען זיין יצא שכרו בהפסדו, איז אוודאי נישט אין פלאץ אז א צייטונג זאל אפמאכן א מהלך המערכה, דאס דארפן רבנים מכריע זיין, דאס איז נישט קיין קאנטערווערסיאלע נושא וואס איז ווערד אן ארטיקל, דאס איז א פראבלעם וואס באדראעט דורות און מען דארף גדולי רבנים צו נעמען א מהלך המערכה.
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
אוי, שוידערליך
קודאס צו @באבע מעשה און @טישטוך פארן אויפוויקלען די פערזענליכע געשיכטעס, איך בין שפראכלאז עס בלייבט מיר נאר איבער צו ווינטשן, המקום ינחם אתכם וכו'
ווען איך האב געליינט די אשכול האט עס מיר געקאסט א שלאפלאזע נאכט, זאל דער אויבערשטער אפהיטן וואס דא גייט פאר.
איך האב א נאנטע שייכת מיט א זעכצן-זיבעצן יעריגע בחור וואס קומט פון א צובראכענע שטוב, אן ערליכער פיינער בחור, אלס א 'רחמנות' איז ער גוט מיט אסאך גוטהארציגע אידן, נישט האבנדיג א נארמאלע שטוב, קומט אים אויס צו זיין אסאך אין די פרעמד אויף שבתים מיט נאך אירע, די בחור פארציילט מיר אז אין די לעצטע שטיק צייט האט ער באקמען צענדליגע אפפערס פאר דראגס אויף אלע מיני פארמאטן, רייכערן, טשאקלעדס, דזעליס וכדו', רוב מאל פאר פריי פון אפצאל "פשוט אים צו העלפן"!
ב"ה, זייענדיג א מיטגעמאכטער האט ער זיך אויפגעבויט א שטארקע כאראקטער, און ער קען זיך שטארקן, און ער האט עס נאך קיינמאל אויספרובירט, די אייבערטער זאל אפהוטן ווי ער וואלט געהאלטן ווען ער לאזט זיך ווען אריין, ער האט גענוג און נאך געלט דערפאר, ער וואלט זיך עס געקענט ערלויבן, ס'איז א פחד, די חברה ווייסן וועמען צו טארגעטן.
די אייבערשטער זאל מנחם זיין די געליטענע, און אריין געבן דרייסט און שטארקייט פאר די וואס האלטן אינמיטן די פארמעסט!

אפשר זאל ער זאגן די נעמען פון די רשעים, און איר זאלט גיין צו זייערע רבנים, עלטערן, וכו', אדער סטראשענעןאומר אני האט געשריבן:אוי, שוידערליך
קודאס צו @באבע מעשה און @טישטוך פארן אויפוויקלען די פערזענליכע געשיכטעס, איך בין שפראכלאז עס בלייבט מיר נאר איבער צו ווינטשן, המקום ינחם אתכם וכו'
ווען איך האב געליינט די אשכול האט עס מיר געקאסט א שלאפלאזע נאכט, זאל דער אויבערשטער אפהיטן וואס דא גייט פאר.
איך האב א נאנטע שייכת מיט א זעכצן-זיבעצן יעריגע בחור וואס קומט פון א צובראכענע שטוב, אן ערליכער פיינער בחור, אלס א 'רחמנות' איז ער גוט מיט אסאך גוטהארציגע אידן, נישט האבנדיג א נארמאלע שטוב, קומט אים אויס צו זיין אסאך אין די פרעמד אויף שבתים מיט נאך אירע, די בחור פארציילט מיר אז אין די לעצטע שטיק צייט האט ער באקמען צענדליגע אפפערס פאר דראגס אויף אלע מיני פארמאטן, רייכערן, טשאקלעדס, דזעליס וכדו', רוב מאל פאר פריי פון אפצאל "פשוט אים צו העלפן"!
ב"ה, זייענדיג א מיטגעמאכטער האט ער זיך אויפגעבויט א שטארקע כאראקטער, און ער קען זיך שטארקן, און ער האט עס נאך קיינמאל אויספרובירט, די אייבערטער זאל אפהוטן ווי ער וואלט געהאלטן ווען ער לאזט זיך ווען אריין, ער האט גענוג און נאך געלט דערפאר, ער וואלט זיך עס געקענט ערלויבן, ס'איז א פחד, די חברה ווייסן וועמען צו טארגעטן.
די אייבערשטער זאל מנחם זיין די געליטענע, און אריין געבן דרייסט און שטארקייט פאר די וואס האלטן אינמיטן די פארמעסט!
אם לא עכשיו אימתי
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
WOW יאסי!!
דאס איז גבורה!
(עכט קומט דא א גאנצע הספד, אבער דאס איז עבאוו ענד ביאנד וואס מען קען ארויסברענגן מיט ווערטער)

לענ''ד קענט איר נישט קיינעם אין אייער סירקל וואס איז שוין געפאלן - זאל השי"ת העלפן איר זאלט טאקע קיינמאל נישט וויסן.בלייב געזונט האט געשריבן:לענ''דהאט די מאמענט געטון א עוולה מיט די ארטיקל ווי איך האב געשריבן דא
כש''כ ווען מען זעהט דא ווי פשוט'ע אידן האבן צענדליגער מהלכים וואס מען זאל טון, און וועלכע קען זיין יצא שכרו בהפסדו, איז אוודאי נישט אין פלאץ אז א צייטונג זאל אפמאכן א מהלך המערכה, דאס דארפן רבנים מכריע זיין, דאס איז נישט קיין קאנטערווערסיאלע נושא וואס איז ווערד אן ארטיקל, דאס איז א פראבלעם וואס באדראעט דורות און מען דארף גדולי רבנים צו נעמען א מהלך המערכה.
אבער גלייכצייטיג זאגט נישט הויעך אייערע שטעלונגען.
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
צושוידערט יודן וועקסט ענק אויף זאגטס תהלים די אייבישטער זאל מבטל זיין די שודערליכע קליפה ליידער ווייס איך אויך פון פאלן ווי יודען האבען גענומען די וואן וועי טיקעט
- סראלי
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9133
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
- לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
רבנים קענען ארויסגעבן פסקים פאר באזעסענע מענטשן וואס ווילן הערן דעם דבר ה׳, אז ע״פ הלכה טאר מען נישט אנהייבן מיט די סחורה סתם פאר שוואוילטאג. אבער רוב מענטשן וואס הייבן זיך אן באנוצן מיט די סחורה (אין אסאך פעלער גייען זיי פון שטאפל צו שטאפל) זענען פון די סארט וואס עס פעלט זיי עפעס אין לעבן און זוכן מיטלן צו פארגעסן פון זייער ווייטאג א שטייגער פון די כסדר׳דיגע אלקאהאל טרונקער, די חברה גייט בדרך כלל גאנץ קנאפ אן וואס די רבנים זאגן דערצו.בלייב געזונט האט געשריבן:לענ''ד האט די מאמענט געטון א עוולה מיט די ארטיקל ווי איך האב געשריבן דא
כש''כ ווען מען זעהט דא ווי פשוט'ע אידן האבן צענדליגער מהלכים וואס מען זאל טון, און וועלכע קען זיין יצא שכרו בהפסדו, איז אוודאי נישט אין פלאץ אז א צייטונג זאל אפמאכן א מהלך המערכה, דאס דארפן רבנים מכריע זיין, דאס איז נישט קיין קאנטערווערסיאלע נושא וואס איז ווערד אן ארטיקל, דאס איז א פראבלעם וואס באדראעט דורות און מען דארף גדולי רבנים צו נעמען א מהלך המערכה.
די געזעצן איבער די מאריכאוואנע סחורה טוישן זיך אין די בלויע שטאטן און יעדער גייט האבן צוטריט דערצו. אונז אין ניו יארק גייען צאלן א פרייז ווייל יונגע חברה גייען קענען לייגן א יד דערויף
ישראל אשר בך אתפאר
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
מ'האט דיר שוין געענטפערט אז אויף נפשי באורד זיצן גרויסע פראפעסיאנאלן. ס'איז אלזא נישט "סתם א צייטונג" וואס האט אפגעמאכט.בלייב געזונט האט געשריבן:לענ''ד האט די מאמענט געטון א עוולה מיט די ארטיקל ווי איך האב געשריבן דא
כש''כ ווען מען זעהט דא ווי פשוט'ע אידן האבן צענדליגער מהלכים וואס מען זאל טון, און וועלכע קען זיין יצא שכרו בהפסדו, איז אוודאי נישט אין פלאץ אז א צייטונג זאל אפמאכן א מהלך המערכה, דאס דארפן רבנים מכריע זיין, דאס איז נישט קיין קאנטערווערסיאלע נושא וואס איז ווערד אן ארטיקל, דאס איז א פראבלעם וואס באדראעט דורות און מען דארף גדולי רבנים צו נעמען א מהלך המערכה.
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15340
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
איך האב נעכטן נאכט געליינט די גאנצע אשכול אין איין שאס. איך בין שוין לאנג נישט געווען אזוי צושאקלט.
קודם דארף יעדער וואס איז נישט געפאלן ביז יעצט צו דעם, דאנקן דעם אייבערשטן פאר אים אפהיטן פון די שרעקליכע זאך. און די איינציגסטע זאך וואס איך זעה אז עס זאל זיין אפעקטיוו איז נישט אזוי ווייט אווערנעס מיט אלע קאלירן צו ליינען פאר יונג און אלט, נאר ליבערשט אויפשטעלן א אידישע עמערדזשענסי האטליין מיט וואלענטירן ספעציעל טרענירט פאר רעפפערלס סיי פאר עמערדזשענסי, און סיי פאר איינער ווואס זעהט א חבר אפי' עס איז נישט קיין סכנה, נאר אז ער האלט ביים אריינפאלן אין אזא עדיקשן, זאל ער קענען רופן יענע עמערדזשענסי, און איינע פון די טרענירטע וואלענטירן זאלן רעדן צו אים און אים רעפערירן צום ריכטיגן ספעצאליסט. כנלענ"ד.

- crunchy
- שר האלף
- תגובות: 1071
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 13, 2021 2:45 pm
- לאקאציע:ביים רבי’נס טיש
Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?
קרעיזי קרעיזי סטארי.זיכמעך האט געשריבן:ביי איין מעשה האט דער גאס פונקטליך געוואוסט, אז איך וועל דיר שרייבן דעטאלן וועסטו זיך זיכער דערמאנען (איך וויל נישט דא שרייבן וד"ל) אויב האלסטו מיט די נייעס, די צווייטע האט מען טאקע פארווישטאבער איך בין גאר נאנט מיט א ברודער פונעם קרבן און איך האב מיטגעהאלטן דעם טלטול הדרך פון די ירידות, טראומע, ריהעב און ליידער דעם ביטערן שוידערליכן סוף און ביי ביידעגעשיכטעס איז א היימישע אגענט געווען אינוואלווד.שמן זית האט געשריבן:אמת'ע מעשה?
זיכמעך, האקט
וואס האט מען געזאגט פאר די גאס ביי יענע 2 מעשיות, פון וואס זענען זיי אוועק?
זיכמעך האקט נישט...
פארוואס ווייסט מען נישט אז ס'איז טויטליך????
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4261
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
און וועלכע לאנד האט דער בחור געוואוינט?
- נעם אין אכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2486
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
זייער זיעער בקיצור, נישט די אדענטען זענען שולדיג לדעתי, גענוג און נאך אויב נישט רוב קויפן עס ביי גויאישע דילערס, די פראבלעם איז דער לאך דער עדיקשן, און פון דעם דארף מען רעדן, און ביי אונז איז עס ליידער בכלל נישט קיין טאפיק, נישט נאר די עדיקשן נאר אחע אנדערע וואס זענען פונקט אזוי פאטאל.]
- הקולמוס שלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2796
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
- לאקאציע:אומאן!
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
אינעם נפשי שטייט, ארץ ישראל.וואס עפעס? האט געשריבן:און וועלכע לאנד האט דער בחור געוואוינט?
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!
נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
- נישט ווי יעדעם
- שר האלף
- תגובות: 1568
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
- לאקאציע:נישט צו ווייט
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
אז דער שרייבער וואוינט אין אר"י (ד.מ. די ברודער)הקולמוס שלי האט געשריבן:אינעם נפשי שטייט, ארץ ישראל.וואס עפעס? האט געשריבן:און וועלכע לאנד האט דער בחור געוואוינט?
די בחור האט געוואוינט אין אמעריקע
- !never give up
- שר חמישים
- תגובות: 77
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 01, 2022 1:58 am
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
in monseyנישט ווי יעדעם האט געשריבן:אז דער שרייבער וואוינט אין אר"י (ד.מ. די ברודער)הקולמוס שלי האט געשריבן:אינעם נפשי שטייט, ארץ ישראל.וואס עפעס? האט געשריבן:און וועלכע לאנד האט דער בחור געוואוינט?
די בחור האט געוואוינט אין אמעריקע
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
האט מיר געזאגט א איד וואס איז אן אדיקטעד אויף דראגס פון יארן יארן
אויב איז אמאל געווען געפערליך דאס "סמים" האט עס היינט נאך א געפערליכע זאך דערצו. מען אימפארטירט פון ווייסעךוואו די סם און אפיו אגענטן זאגן עס איז ריין, און נישט אדיקטיוו, מישן חברה אריין ווייסעךוואס כדי עס זאל ציען מער און מער און מען זאל זיך דערפון נישט קענען גרינג אפשאקלן. און אסאך מאל ליגט דארט אומבאקאנטע באשטאנדטיילן וואס ענדיגט זיך פאטאל.
און אויב האב איך נישט געגלייבט איז אויסגעקומען צו פארן מיט א דריווער וואס לפי תומו האט זיך אפגערעדט וואס איז די נייעס רעדט מען זיך אפ אז עס קומען פאר אסאך טויט פאלן לעצטנס פיל מער פון אמאל, און זיי זוכן הסברים דערויף.
דער אונטערשטער שורה, אויב איז עס שעדליך ברוחני און דערפאר אן איסור איז עס אויך גורם ווי מען זעט הפקירות וואס ברענגט ע"ז און מינות און אויך שפיכות דמים די אייגענע ה' ירחם.
א לעבן קען מען נישט צוריקברענגן, דערפאר מוז מען עס היטן בעפאר. און סם המות איז נישט דער מיטל פאר היטן עס. חמורא סכנתא!

אפשר זאל זיין א פשוטע גוטע מארקעטינג קומפיין ארויסצוברענגען די חומר הענין בגשמיות א שטייגער וואו די דירשו עדס - אידישליכע עדס מיט א שטארקע מעסעדש
- טשעירמאן
- שר האלפיים
- תגובות: 2287
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
- לאקאציע:אויפן באלעמער
Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
איי מיין הארץ האט איינגעקלעמט און פלאטערט נאך אלטס פון די ארטיקעל און הספד איבער אהרעלע.. א נשמה ציכטיג און ריין.. תמומית'דיג.. איי די בילדער פון אפשערן. א צדיק'על.. די בילדער פון א ליכטיגע בחורעל.. פארוואס צונעמט מיך אזוי די בילדער? ווייל דא זעסטע א בילד פון א לעבעדיג נשמה א בחור'ל סווארט אויף אים א וועלט, אבער ליידער נגזרה הגזירה והאילן נגדע
הרב אמנון יצחק האט אמאל געוואלט איבערווייזן איינעם איבער השראת הנפש, יענער האט געטענה'ט אז דאס אז מען וויינט ווען איינער גייט אוועק איז נאר צוליב א מאטרעליסטעשע שאדען סהאט נישט מיט עפעס העכערס, האט הרב אמנון דארטן ברבים איבערגעדרייט א גלעזל קאוק און געפרעגט פון יענעם צו סקומט אים יעצט צו וויינען? פשט איז, ווען א מענטש גייט אוועק פון עולם המעשה פארשטייט און יעדער פילט אז מען האט פארלוירען א געלעגנהייט פון צו ארייכאפן און אויפטון אויף די וועלט, און דאס איז ביי א געווענליכע מענטש וואס גייט כדרך העולם, וואס זאל מען זאגן און פילען ווען מען זעט אזא מציבה פון א יונגע ביימעלע וואס האט נישט עספיעט אויפצושטעלן אן אייגענע קרן אן אייגענע נעסט?
נאך א נקודה באקאנט וואס הרה''ק מטשארטוקב זצ''ל האט געזאגט פאר הגאון ר' מאיר שפירא זצ''ל ביים חנוכת הבית פון די לובלינער ישיבה ''כבין נישט מקנא די יעצטיגע מצווה כבוד התורה ווייל דאס קען דאך קומען מיט פניות וכו' וואס איך בין אייך יא מקנא די שטילע מצווה וואס האט אייך געברענגט צו די מצווה אויף דעם איז יא דא וואס מקנא צו זיין
ביי אונזער פאל איז עס מיטן דאטשיק פארקערט: פאר די שטאך אליין, נו איז נישט נישטא וואס צו מקנא זיין, אבער ווער קען דען זיך אפי' פארשטעלן וואסערע צער עוני הגוף והנפש וואס די צארטע און איידעלע נשמה איז אלטס אריבער, וואס דאס האט צוגעברענגט צום שטעכן?אויף אלע גוים געזאגט און אויף דעם איז נישטא וואס מקנא זיין און די אייבערשטער זאל אונז און אונזערע קינדער אפהיטען
וועגן די וואס גלייבן נישט די ציפערן לעניית דעתי זעה איך אויך נישט וויאזוי מזאל קענען באהאלטן אזאנע גרויסע נומבערס ,אבער דאס איז בכלל נשיט די נקודה מזאגט דיר אזויפיל אז איין טעימה קלה ברענגט א צווייטע, און דענאך א שטעך, און נאכער פאטעל, ממילא דארף מען אוועקשטיין דערפון בעוד מועד פינטעל

יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.