[ווי די ווארט גייט -איך געדענק נישט פון וועם- פארוואס האט השי”ת אליינס געזאגט פאר אברהם צו מקריב זיין יצחק, אבער צו אויפהערן איז א מלאך געווען גענוג? זאגט מען נאך פון צדיקים אז ”צו קענען פארברענען א איד דאס קען נאר די אייבישטער הייסן” און א מלאך איז נישט גענוג פארדעם.]
נעמען פון די געליטענע איז לכאו’ זיכער נישט שייך, שפיכת דמים פון א גאנצע פאמיליע, די נעמען פון פארקויפערס און צושפרייטערס, אויף זיי דארף מען הערן וואס אונזער תורה האלט.
יאפ, סיי וואס מ'רעדט דא ארום איז נאר כדי צו שאפן עווערנעס און אביסעלע אויסשמועסן און הערן געדאנקען איינע פון די צווייטע, אבער די אמת'ע לייזונג ברויך קומען פון א קאאליציע צווישן היימישע דראג אביוז פראפעסיאנאלן מיט עקספיריענס, עסקנים, און איבערהויפט רבנים.
@היכי ווען נישט די זאגסט אז די ביסט 'נישט' קיין פראפעשענאל וואלט איך דיר קיינמאל נישט געגלייבט.... אלס א געליטענער -ווי געשריבן ביים פתיחת האשכול- בין איך נבהל ונשתומם פון דיין קלארקייט און ווי גוט די האסט ארויס די נושא! צען פונקטן!! און אויב ביסטו נאכנישט אינעם 'ליין' אל תמנע טוב און שפרינג אריין! סיריעסלי!
איך בין צוטרייסעלט אז א מצב וואס שפילט זיך אויס אין פארענט פון אינזער נאז, קענען זיין מענטשען וואס האבן נישט קיין אאננוננג דערפון... טייערע ברודער! יאהונדרעטערקרבנות קאסט אונז די דראג עפידעמיע יעדע יאר! מיין ברודער ע''ה האט מיר אמאל געזאגט אז כמעט יעדע צוויי וואכן האט ער נאך א לוי' פון אן א.ג. חבר וואס איז געשטארבן געווארן פון אווערדאוז.... (און פארשטענדליך האט מען פאר די גאס געזאגט נישט אויפגעשטאנען, עקסידענט און נאורט דעקאטא, הארץ פראבלעם, וכו' וכו') און די ריהעב'ס ווי מיין ברודער ע''ה האט זיך געפינען דורכאויס די יאר'ן האבן זיך געפינען פון אלע חסידות'ן און אלע חצרת'ן, פון רעבישע ביז צופראסקעטע שטיבער, יונגלעך און מיידלעך, בחורים, גרושים, און חתונה געהאטע....
פאר איך האב זיך אראפגעזעצט שרייבן די תגובה האב איך געפרעגט א חבר מיינער וואס ארבעט פאר חסד של אמת אויב ס'איז אמת, האט ער רעאגירט ''דאס איז נאר וואס דיין ברודער האט געוויסט...'' (!!!)
פארלייקענען די מציאות איז ווי אריינשטעקן דעם בת היענה קאפ אינעם זאמד!
@היכי ווען נישט די זאגסט אז די ביסט 'נישט' קיין פראפעשענאל וואלט איך דיר קיינמאל נישט געגלייבט.... אלס א געליטענער -ווי געשריבן ביים פתיחת האשכול- בין איך נבהל ונשתומם פון דיין קלארקייט און ווי גוט די האסט ארויס די נושא! צען פונקטן! ;l;p- ! און אויב ביסטו נאכנישט אינעם 'ליין' אל תמנע טוב און שפרינג אריין! סיריעסלי!
ניין, איך בין צו סענסעטיוו דערצו. איך קען נישט נאכאמאל איבערלעבן וואס איך האב איבערגעלעבט 7 יאר צוריק.
איך ווייס אז אלס א געליטענער וועסטו דאס פארשטיין.
עס האט מיר גענומען אפאר יאר ביז איך האב זיך אויפגעהערט באשולדיגן פאר מיין חבר'ס טויט. עס האט מיר אייביג געגבערט אז אפשר אויב איך וואלט ווען נישט געווען אזוי שארף מיט אים וואלט ער זיך נישט דערווייטערט פון מיר, אפשר דאס אפשר יענס, היינט ווייסעך שוין אז דאס איז קיינמאל געווען אין מיינע הענט און איך קען זיך נישט באשולדיגן פאר א צווייטנס באשליסן (מיין ב"ב צו פארדאנקען).
און די אלע אנדערע וואס איך האב זיך צוגעקוקט ווי זיי גייען צעגרינד אבער גארנישט געקענט טאן אויס מורא אז עס וועט זיי אויך סתם דערווייטערן.
איך האב זיך דייקא אפגעלאזט פון קומען אין קאנטאקט מיט סיי ווער עס ניצט, וויבאלד איך קען עס נישט דערהייבן. רעדן פון די נושא איז שווער, און נארמאל שמועס איך קיינמאל דערפון, אבער דיין קוראזש פון שרייבן דעם ארטיקל האט מיר געשטופט אויך צו רעדן דערוועגן.
דאס איז אבער דא אויף אייוועלט, אין ריעל לייף בין איך נישט גרייט אפילו צו שמועסן מיט איינעם וועגן די נושא (חוץ אמאל פאר חיזוק, און נאר צו מיין ווייב).
איך בין זיכער אז ס'דא פיל מער ניקס דא אויף אייוועלט וואס האבן פערזענליכע מעשיות צו פארציילן, עס איז נאר ביטער שווער עס אפצוטייפן מיט הארץ קלאפעניש און שווערע זכרונות.
אבער דו האסט געעפנעט די טיר און אפשר וועלן זיך נאך ניקס אנרופן און פארציילן פערזענליכע מעשיות. ווער עס האט א פערזענליכע מעשה צו פארציילן, זייט וויסן אז דאס וועט העלפן אנדערע, עס וועט פארגרינגערן פאר אנדערע געליטענע נישט זיך צו שפירן אליינס, ווי אויך איז דאס די בעסטע און גרינגסטע מיטל צו ברענגען 'עווערנעס'. א ערשט האנטיגע אנעקדאט איז שטערקער פון זיי וועלכע ויצעקו.
איר מוזט נישט אנהייבן מיט די גאנצע מעשה, איר קענט אנהייבן מיט א קלייניקייט. איר ווייסט דאך אז אז איך און @באבע מעשה האבן אויך נאר פארציילט אויפ'ן שפיץ גאפל.
אלזא, קומט אריין און לאמיר זיך זעלבסט מחזק זיין און אויך העלפן אנדערע דא צו פארשטיין די נושא.
@היכי ווען נישט די זאגסט אז די ביסט 'נישט' קיין פראפעשענאל וואלט איך דיר קיינמאל נישט געגלייבט.... אלס א געליטענער -ווי געשריבן ביים פתיחת האשכול- בין איך נבהל ונשתומם פון דיין קלארקייט און ווי גוט די האסט ארויס די נושא! צען פונקטן!! און אויב ביסטו נאכנישט אינעם 'ליין' אל תמנע טוב און שפרינג אריין! סיריעסלי!
איך בין צוטרייסעלט אז א מצב וואס שפילט זיך אויס אין פארענט פון אינזער נאז, קענען זיין מענטשען וואס האבן נישט קיין אאננוננג דערפון... טייערע ברודער! יאהונדרעטערקרבנות קאסט אונז די דראג עפידעמיע יעדע יאר! מיין ברודער ע''ה האט מיר אמאל געזאגט אז כמעט יעדע צוויי וואכן האט ער נאך א לוי' פון אן א.ג. חבר וואס איז געשטארבן געווארן פון אווערדאוז.... (און פארשטענדליך האט מען פאר די גאס געזאגט נישט אויפגעשטאנען, עקסידענט און נאורט דעקאטא, הארץ פראבלעם, וכו' וכו') און די ריהעב'ס ווי מיין ברודער ע''ה האט זיך געפינען דורכאויס די יאר'ן האבן זיך געפינען פון אלע חסידות'ן און אלע חצרת'ן, פון רעבישע ביז צופראסקעטע שטיבער, יונגלעך און מיידלעך, בחורים, גרושים, און חתונה געהאטע....
פאר איך האב זיך אראפגעזעצט שרייבן די תגובה האב איך געפרעגט א חבר מיינער וואס ארבעט פאר חסד של אמת אויב ס'איז אמת, האט ער רעאגירט ''דאס איז נאר וואס דיין ברודער האט געוויסט...'' (!!!)
פארלייקענען די מציאות איז ווי אריינשטעקן דעם בת היענה קאפ אינעם זאמד!
איך האב דא נעכטן מפקפק געוווען אין די ווארהייט פון די נאמבערס 'הונדערטע טויטע' עס איז שוין צו געקומען אהער נאך אפאר בלעטער און איך זע אז איך בין נישט די איינציגסטער וואס וואונדערט זיך ווער זענען די מענטשן וואס שטארבן? פארוואס ווייס איך נישט פון קיין איינס בו בזמן וואס אנדערע ווייסן פון הונדערטע, און אנדערע וואס גייען גאר אין שיקום פאר לענגערע צייט. אתמהה!
ס'איז גאנץ פשוט פארוואס דו ווייסט נישט, ווייל דאס איז א זאך וואס די ארומיגע צו באטראפענע דערפון זוכט צו באהאלטן זייער שטארק, וועגן די בושות וואס דאס ברענגט. דו דארפסט דאנקען דעם אייבערשטען אז ס'איז נישט געווען מיט דיינס א נאנטער וואס דעמאלטס וואלסטו שוין געוואוסט מן הסתמא פון אנדערע אויך, זיך אנהייבנדיג נאכצופרעגן.
איבער דיין קשיא וויאזוי מ'קען דאס באהאלטן? וויאזוי נישט? עס איז דא גענוג קעיסעס פון אנדערע סארטן וואס ווערן ליידער פארדעקט און באהאלטן אויך צוליב די בושות וואס דאס ברענגט, כ'וועל נישט דא שרייבן וואס איך מיין אבער כ'שטעל זיך פאר אז ס'פעלט נישט אויס.
וואס דארפסטו מער פון דעם, אז אין דעי אשכול איז דא די 2 זייטן, איין זייט, פון מענטשן וואס טוען אין די נושא, מענטשן וואס האבן באקאנטע וואס טוען דערין, חברותא פון הצלה מעמבער, מענטשן וואס האבן גערעדט צו חסד של אמת מעמבער'ס, זיי אלע זאגן אז ס'איז הימל שרייענד, איינער ווייסט פון 50 איבער א האלבע יאר, 100 אדער 200 איבער א יאר. דאס איז איין זייט.
פון די צווייטע זייט איז דא אפאר מענטשן וואס פרעגן ''וויאזוי קען זיין אז איך ווייס נישט??'' נישט אז זיי האבן זיך אמאל אינטערעסירט דערויף, נישט אז זיי ווייסן פון הצלה מעמבער'ס אז ס'איז נישט אזוי שלעכט? נאר פשוט ''וויאזוי קען זיין אז איך ווייס נישט?'' חש''א אדער הצלה האבן עפעס א דיעל מיט דיר דיר צוצוברענגען נאטיצן פון יעדע קאל? דו באקומסט ליסטעס פון בעלי חיים אדער ריהעב'ס מיט אלע פרישע מענטשן דארט יעדע חודש? פון וואו זאלסטו וואוסן?
דאנק דעם אייבערשטען אז דו ווייסט נישט, און אז דו הערסט פון אנדערע דעם טרויעריגע מציאות, פרוביר זיך נישט צו פארהוילן דערפון, נאר ענדערש זאג אביסל תהלים טעגליך פאר אלע וואס קענען דאס נוצן, מ'הייסט דיר נישט אנהייבן טון דערין אז דו ווילסט נישט, אבער מאך נישט אוועק די מציאות מיט אזא נארישע שאלה, און תהלים מעגסטו אויך זאגן.
עס האט מיר גענומען אפאר יאר ביז איך האב זיך אויפגעהערט באשולדיגן פאר מיין חבר'ס טויט. עס האט מיר אייביג געגבערט אז אפשר אויב איך וואלט ווען נישט געווען אזוי שארף מיט אים וואלט ער זיך נישט דערווייטערט פון מיר, אפשר דאס אפשר יענס, היינט ווייסעך שוין אז דאס איז קיינמאל געווען אין מיינע הענט און איך קען זיך נישט באשולדיגן פאר א צווייטנס באשליסן (מיין ב"ב צו פארדאנקען).
אוי טאטע! נאר הקב''ה ווייסט ווי סאך שלאפלאזע נעכט איך האב געהאט, זיך פייניגענדיג אז אפשר... אפשר האב איך געהאט א חלק און מיין ברידער'ס טראגישע טויט... כ'וואלט געדארפט טוהן מער... ווייניגער... שטערקער... שוואכער.... איידעלער... שארפער... נאר א געליטענער וועט דאס פארשטיין.
היכי תמצא האט געשריבן:
איך האב זיך דייקא אפגעלאזט פון קומען אין קאנטאקט מיט סיי ווער עס ניצט, וויבאלד איך קען עס נישט דערהייבן. רעדן פון די נושא איז שווער, און נארמאל שמועס איך קיינמאל דערפון,
אבער דיין קוראזש פון שרייבן דעם ארטיקל האט מיר געשטופט אויך צו רעדן דערוועגן.
טעג און וואכן האב איך זיך געראנגעלט מיט די מחשבה צו איך זאל עס יא אדער נישט טוהן. ביז כ'האב אנגעפרעגט א גוטער איד דערוועגען און ער האט מיר שטארק געשטיפט דערצו, זאגענדיג אז אפי' אויב נאר 'איינער' וועט ווערן באוויסטזיניג וועגען די נושא א דאנק מיין ארטיקעל האט זיך עס געלוינט און עס וועט זיין א טובה פאר די נשמה.
היכי תמצא האט געשריבן:
איך בין זיכער אז ס'דא פיל מער ניקס דא אויף אייוועלט וואס האבן פערזענליכע מעשיות צו פארציילן, עס איז נאר ביטער שווער עס אפצוטייפן מיט הארץ קלאפעניש און שווערע זכרונות.
אבער דו האסט געעפנעט די טיר און אפשר וועלן זיך נאך ניקס אנרופן און פארציילן פערזענליכע מעשיות. ווער עס האט א פערזענליכע מעשה צו פארציילן, זייט וויסן אז דאס וועט העלפן אנדערע, עס וועט פארגרינגערן פאר אנדערע געליטענע נישט זיך צו שפירן אליינס, ווי אויך איז דאס די בעסטע און גרינגסטע מיטל צו ברענגען 'עווערנעס'. א ערשט האנטיגע אנעקדאט איז שטערקער פון זיי וועלכע ויצעקו.
איר מוזט נישט אנהייבן מיט די גאנצע מעשה, איר קענט אנהייבן מיט א קלייניקייט. איר ווייסט דאך אז אז איך און @באבע מעשה האבן אויך נאר פארציילט אויפ'ן שפיץ גאפל.
אלזא, קומט אריין און לאמיר זיך זעלבסט מחזק זיין און אויך העלפן אנדערע דא צו פארשטיין די נושא.
ביטע, ביטע. איך זאג אייך עס ווערט גרינגער.
(אויב איר מוזט נוצן א ספער ניק, דאן טוט דאס)
גם אני מצטרף.
טייערע חבר. האסט א פערזענליכע מעשה פון אזא סארט ליידער? קום ארויף און דערצייל עס! ס'וועט זיין א טובה פאר אונז. פאר יענעם. און פאר דיר אליינס!
נארוואס געליינט פון אנהייב ביזן סוף אין איין אטעם... כ'ווייסט נישט וואס צו טראכטען. די עיקר: המקום ינחם אותך בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, מזאל קיינמאל נישט וויסען פון 'אזוינע' צער!
יונג און איידל איז ער געווען, טיף און סענסיטיוו. נישט די גרינגסטע יוגנט אריבער. אבער פון גרויסע פראבלעמען האט מען נישט געוואוסט, ביז איין טאג זענען די עלטערן אלארמירט געווארן פון די ישיבה קטנה, אז ער האט געחלש׳ט פאר שוואכקייט, און ווערט אריינגעפירט אין שפיטאל. דארט האבן די טעסטס געצייגט קלאר: אלקאהאל, ענערגיע געטראנק, און א גרויסע פראצענט פון וויד.
ליידער, דאס פופצן יעריגס איז אן אדיקט צו מאריחוואנא.
ווייניגער ווי צען יאר שפעטער, נאך גלות ליידן אין אלע סארטן ריהעבס, אנגעהויבן אין פלארידע, ארץ ישראל, לאס אנזשעלעס, טשעסטער, און נאך. נאכן ארעסטירט ווערן איינמאל און נאכאמאל פארן אנהאלטן פון די געווירצן אין קעשענע, נאכן געפינען ווערן צוויי מאל פארווארפן אין זייט פונעם ראוד באוואוסטלאז, נאכן ווערן געשאַקט דורך די הצלה פיר מאל, און נאכן צוריקברענגען דעם פולס מער ווי פינף מאל.
נאכן וויינען אז ער וויל אויפהערן, נאכן גיין צום רבי׳נס ציון און יאמערן פאר הילף, נאכן גנב׳ענען פון אלע פושקעס אין געגנט, נאכן האבן אן עקסידענט אום ראש השנה ווייל ׳ער האט נישט געכאפט אז ס׳איז דער יום הדין׳ זייענדיג אזוי פארטייבט, נאכן צושלאגן ווערן עטליכע מאל פון א כאפטע ווילדע דראגיס, נאך מאסיווע תשובה אטאקעס וואס האבן געהאלטן פאר א טאג אדער ווייניגער, און נאך פילע מאטערנישן.
האט מען געפינען אונזער טייערע נשמה, אין איין נישט שיינעם טאג, ליגן אין א האטעל צימער אן קיין צייכענעס פון לעבן ה״י. נישט קיין זעלבסטמארד, נאר אן אווערדאוז. נאכן זיין אראפ פאר א שטיק צייט פון די סחורה, האט ער גענומען זיין ארגינעלן דאזע וואס האט אים ארויסגעצויגן פון אונזער שמוציגע וועלט.
געפראוועט א לוי׳ און געזאגט קדיש, קוים וואס דער בית החיים האט אים געוואלט ארייננעמען.
און מיט זיך האט ער באגראבן די שרעקליכע פאקטן און אנקעטעס, וויפיל היימישע אינגעלייט און בחורים זענען אינעם זעלבן מצב און אויפן זעלביגן דירעקציע ווי אים. ער האט מיר נישט איינמאל געזאגט ״איך ווייס אז דער מהלך וועט זיך ענדיגן אדער אין טורמע אדער אין בית העלמין״ אבער אין חבוש מתיר עצמו. אדיקטס, אפילו על פתחו של גיהנם זענען נישט מסוגל אפצולאזן, נאר מיט די ריכטיגע הילף.
יא, מיין ברודער איז אוועק פון אווערדאוז ה״י. זיינע דיעלערס דרייען זיך פראנק און פריי איבער די גאסן, און איך פרעג די זעלבע קשיא - נישט נאר פון די דיעלערס, נאר פון אלע שלעכטע מענטשן וואס האבן אים געגעבן חיזוק און הנאה געהאט זיך צו אונטערהאלטן פון זיינע שוואכע צייטן, פון זיי פרעג איך אויך ווען די טרערן באנעצן מיר יעדעס מאל פון פריש: פארוואס האסטו געהרג׳עט מיין ברודער?

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך, אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
יעצט איז אריינגעקומען 'טישטוך' מיט זיין מעשה לאמיר האפן אז די מעשה וועט נישט ווערן באדעקט (מאכן א קאווער-אפ), נאר וועט בלייבן אויפן אויבערפלאך ביי א יעדן איינעם, צו מתפלל זיין און מטכס עצה זיין איבער דעם פראבלעם.
איך האב באשלאסן אז איך גיי אראפשרייבן די מעשה פון מיין ברודער, נאר כדי אז מען זאל וויסן אז עס איז נישט נאר דא איין אזא מעשה. און ביודעי קאמינא אז עס זענען ליידער דא הונדערטע היימישע, אידיש רעדנדע, אונגערישע, קאטשעניא, טויטע קעיסעס א יאר פון אווערדאוז ה״י און עס הייבט חלילה אן ווערן א שעת חירום, זאל זיך דער רבש״ע דערבארעמען.

אוי טישטוכ'ל. שכ'ח פאר'ן אריינקומען מיט דיין הארץ רייסנדע מעשה. אוי, איך קען זאגן אז איך שפיר מיט א טראפ ווייל איך האב עס נאר געהאט מיט א נאנטע חבר, אבער פאר דיר איז עס א ברודער. אוי ווי עס רייסט.
לגבי די שאלה פון מסר'ן, זעה איך נישט א צד צו מתיר זיין דאס נישט מסר'ן די רוצחים (לפחות נאכן סטראשען אנאנימיסלי), אבער טאמער איינער האט מורא דאס צו טאהן, זאל ער פרעגן א דיין וואס טוט אין די ענינים.
מסר׳ן און איבערגעבן צו די פאליציי איז אפשר אן אויסוועג, אבער אין אונזער דור איז שוין נישט קיין קונץ זיך ארויסצוזען פון טורמע. די חברה ווייסן גאר גוט וויאזוי צו באהאלטן זייערע שענדליכע ווערק. אראפרייסן און פארשעמען דורך מפרסם זיין וועט קיינמאל נישט אויפטון, ווייל רוב פון די דיעלערס זענען נישט קיין היימישע אידן וואס דרייען זיך אין ראדני, אויב זיי דאווענען.
די איינציגסטע וועג צו פארמיידן קרבנות איז דורכן אנכאפן דעם שלאפנדן עולם ביי די אויערן און אויפשאקלען ווי א סעלצער באטל.
מענטשן שטארבן פון דראגס! שטיי ווייט דערפון! שלא תמות כדרך שמתו פלוני ופלוני ופלוני ופלוני און די שורה איז ענדלאז!!!
חסד של אמת זאל עפענען די ארכיוון, די רבנים זאלן דערפון רעדן. מען זאל דאס ארויסרייסן מן השורש נאך מער ווי דער אינטערנעט, א מענטש וואס איז אויף וויד זאל ווערן אויטאמאטיש אויסגעשפיגן פון קהל עדת הנארמאלע מענטשן. עס איז נישט קיין ׳טשיל׳, עס איז א שפיל מיט פייער!