א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות *הערות און קאמענטארן*
געשריבן: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 3:11 pm
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט https://www.ivelt.com/forum/
בעזרת השם.אלטע שרייבער האט געשריבן:זייער שיין כהאף איר וועט טאקע אויסשמועסן אלע רייכע חומר אין דעם נושא, א שטטיגער ווי דער געבוי פון א פיוט, א איבערבליק און די הוסטאריע פון אלע פייטנים, וכו
יישר כח פאר אייער פידבעק.הקולמוס שלי האט געשריבן:יישר כח! איר מאכט רייכער אינזער וועלטעל מיט גוטע חומר!
יעזור הקב”ה להלאה.
פארוואס ווערט נישט אשר צוטיילט א-שר?גוטע נקודה האט געשריבן:לדוגמא, לאמיר צוריק נעמען דעם פיוט ברוך קל עֶליון, ווען מיר וועלן אריין קוקן אין דעם, וועלן מיר זעהן, אז יעדער צלע האט אין זיך 5 תנועות, בָּ-רוּךְ-קֵל-עֶלְ-יוֹן. אֲשֶׁר-נָ-תַן-מְנוּ-חָה. לְנַפְ-שֵׁ-נוּ-פִדְ-יוֹם. מִ-שֵׁאת-וַאֲ-נָ-חָה. וְהוּא-יִדְ-רוֹש-לְצִ-יוֹן. עִיר-הַ-נִ-דָ-חָה. עַד-אָ-נָה-תּוּגְ-יוֹן. נֶ-פֶשׁ-נֶאֱ-נֶָ-חָה.
א חט"ף איז נישט קיין תנועה.הר ההר האט געשריבן:פארוואס ווערט נישט אשר צוטיילט א-שר?
אהא, איך האב געמיינט אז וא-נ-חה האט ער עס נישט צוטיילט וויל עס איז צוויי פתח אויפאמאל.farshlufen האט געשריבן:א חט"ף איז נישט קיין תנועה.הר ההר האט געשריבן:פארוואס ווערט נישט אשר צוטיילט א-שר?
יישר כח.נא_שכל האט געשריבן:איך האב זייער הנאה פון די זאכן וואס די שרייבסט, גיין אן ווייטער. יישר כח.
איר האט גראדע נישט שלעכט געטראכט. עס איז דא אזא מהלך אויך אז ווען עס איז צוויי מאל די זעלבער נקודה ווערט עס נישט פאררעכנט אלץ צוויי.הר ההר האט געשריבן:אהא, איך האב געמיינט אז וא-נ-חה האט ער עס נישט צוטיילט וויל עס איז צוויי פתח אויפאמאל.farshlufen האט געשריבן:א חט"ף איז נישט קיין תנועה.הר ההר האט געשריבן:פארוואס ווערט נישט אשר צוטיילט א-שר?
אוי וויי. איך האב פראבירט צו קוקען אינעם גאנצען ידיעת התורה אפטיילונג און נישט געפונען אז איינער זאל דאס האבן דערמאנט, האב איך געקלערט דאס צו שרייבן. אבער איז דא נאך ערגעץ ווי מען רעדט דערפון? איך וויל נישט סתם זיין קיין מעלה גרה.אלטער האט געשריבן:
פארוואס זאגסטו אז ביסט מעלה גרה? דאס וואס דו האסט געשריבן, מיט דאס וואס שטייט דארט איז א דבר השלם. איך האב פון דארט נישט פארשטאנען די יסודות. נאכן ליינען דיינס, הייב איך אן צו פארשטיין די יסודות פון פיוטים, קען איך עס צאם שטעלןגוטע נקודה האט געשריבן:אוי וויי. איך האב פראבירט צו קוקען אינעם גאנצען ידיעת התורה אפטיילונג און נישט געפונען אז איינער זאל דאס האבן דערמאנט, האב איך געקלערט דאס צו שרייבן. אבער איז דא נאך ערגעץ ווי מען רעדט דערפון? איך וויל נישט סתם זיין קיין מעלה גרה.אלטער האט געשריבן:
איך פרעג אויב איך בין מעלה גרה, איך האב געוואלט וויסען אויב עס איז דא נאך ערגעץ דא אן אשכול איבער דעם, וואס אויב יא בין איך סתם מעלה גרה?אלטער האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אז ביסט מעלה גרה? דאס וואס דו האסט געשריבן, מיט דאס וואס שטייט דארט איז א דבר השלום. איך האב פון דארט נישט פארשטאנען די יסודות. נאכן ליינען דיינס, הייב איך אן צו פארשטיין די יסודות פון פיוטים, קען איך עס צאם שטעלןגוטע נקודה האט געשריבן:אוי וויי. איך האב פראבירט צו קוקען אינעם גאנצען ידיעת התורה אפטיילונג און נישט געפונען אז איינער זאל דאס האבן דערמאנט, האב איך געקלערט דאס צו שרייבן. אבער איז דא נאך ערגעץ ווי מען רעדט דערפון? איך וויל נישט סתם זיין קיין מעלה גרה.אלטער האט געשריבן:
איך האב נאר פארגעסן צוצולייגן, אז דער מהלך פון יתד ותנועות איז אויך א פיוט משקל. נאר דער פשוטער מהלך פון משקל ווערט גערופן, שיר פשוט, און דער מהלך פון יתד ותנועות, ווערט גערופן, שיר מורכב. (וויבאלד עס איז מורכב פון יתידות ותנועות)גוטע נקודה האט געשריבן:יתדות ותנועות
מיר האבן ארום גערעדט פון דעם ענין פון משקל הפיוט. און עס איז טאקע זייער א שיינער געדאנק צו מאכען א פיוט אויף א משקל, עס איז אבער נאכאלץ נישט בתכלית השלימות.
וואס איז? דער פראבלעם איז אזוי. האסט געמאכט א שיינער פיוט, גערעכנט ווי פיל תנועות די ווילסט אריינלייגן אין יעדן צלע, אבער וואס טוט מען מיט די שוה (נע) און מיט די חטף פתח וכדו', די דאזיגע שוואכע תנועות מאכן דאך אויך א קול, און עס ווערט א פראבלעם פאר די משקל התנועות.
דהיינו, אז אפילו דו ווילסט זיי נישט רעכענען, קענסטו אבער דאס נישט אויסלאזען און אוועקוקן דערפון, ווייל סוף כל סוף איז ער דאך א חלק פון די תנועות, און עס שטערט אטעמאטיש דער גענויער משקל התנועות.
ווייל ווי געזאגט, רעכענט מען נישט ביי ברוך קל עליון, אֲ-שֶר נתן מנוחה, נאר אֲשֶר, ווייל דער אל'ף איז א חט''ף. און ווי אויך ביי ואנחה, איז עס נישט וַ-אֲ-נָ-חָה, נאר וַאֲ-נָ-חָה, אבער דאס אז מען רעכענט דאס נישט, מאכט נישט אז עס זאל זיך נישט הערן. ממילא איז דער משקל התנועות נאכאלץ נישט אינגאנצען מסודר.
זענען די מומחים אין פיוט אויפגעקומען מיט א פרישער מהלך, וואס דער מהלך וועט טוישען דער ביז יעצטיגער מהלך פון פונעם משקל הפיוט, און מען וועט דאס ריפארמירן אויף אינגאנצען א נייער אופן, און דער מהלך פון פיוטים האט דאן באקומען א מוראדיגער גלאנץ, און רייכקייט, און דער מהלך הייסט ''יתדות ותנועות''.
לויט די פיוטים פארשער איז דער חידוש אנגעקומען צו די אידן דורך די אראבער, ווי מיר זעהען טאקע אז נאר די אידן וואס האבן געוואוינט אין זייערע געגענטער האבן זיך באנוצט מיט דעם, ווי דונש בן לברט, ר' יהודה הלוי, דער אבן עזרא, וכדו'. אבער אזוי איך קען נישט קיין אראביש, איז מיר נישט מעגליך דאס צו דערגיין.
(עס איז אפי' דא א בריוו וואס דער אבן עזרא האט געשיקט צום רבינו תם, וואונדערענדיג זיך אויף אים אז אפילו ער וואוינט אין צרפת, דאך מאכט ער אויך פיוטים על משקל)
ווי אזוי ארבעט יתידות ותנועות?
דער מהלך פון יתידות ותנועות בקיצור איז ווי פאלגענד.
מען נעמט אן עבד, א שוואכערע קול, און מען האקט דאס צוזאמען מיט אן אדון, און דאן הייסט דאס א יתד, א נאגל.
לדוגמא דער ווארט כְ-מוֹ, האט אין זיך א שוא (עבד) מיט א חולם (אדון) אקעי האב איך שוין א יתד.
יעצט נאכדעם וואס איך האב שוין א יתד, שטעלט איך אריין א קול תניעה (אדון) וואס איז פון די שטארקערע סארט, לדוגמא אֶ, און דערנאך לייגט מען צו נאך איין תנועה (אדון) לדוגמא ליִ וואס דאס איז שוין יעצט יתד ושתי תנועות.
יעצט לאמיר דאס אפליינען, כְמוֹ אֶליִ , יא? שטימט?
און אזוי ארום באשאפט זיך דער פיוט.
(דער סיבה פארוואס דאס הייסט א יתד איז וויבאלד דאס איז צוזאמען געהאקט. און ווי אויך נאגעלט דאס דער גאנצער פיוט)
יעצט לאמיר נעמען א דוגמא א פיוט, דרור יקרא פון דונש בן לבראט, און דאס צוטיילן אפען משקל, און מיר וועלן זעהן אז ער האט עס געמאכט על סדר, יתד ושתי תנועות, יתד ושתי תנועות.
דְ-רוֹר (יתד) יִקְ (תנועה) רָא (תנועה) לְ-בֵן (יתד) עִם (תנועה) בַת (תנועה)
וְ-יִנְ (יתד) צָרְ (תנועה) כֶם (תנועה) כְ-מוֹ (יתד) בָ (תנועה) בַת (תנועה)
נְ-עִים (יתד) שִמְ (תנועה) כֶם (תנועה) וְ-לֹא (יתד) יֻשְ (תנועה) בַּת (תנועה)
שְ-בוּ (יתד) (וְ?) נוּ (תנועה) חוּ (תנועה) בְ-ּיוֹם (יתד) שַ (תנועה) בָּת (תנועה)
און אזוי פארט עס ווייטער צלע נאך צלע, בית נאך בית, דער גאנצער פיוט.
דער מעלה פון דעם מהלך איז ווי געזאגט, אז דער גאנצער פיוט שטימט אקוראט דער זעלבער, יעדער צלע איז פינקטלעך אייניג אין syllables, סיי מיט די אדונים (קמץ, פתח, צירי, וכדו') און אפי' אויך דער עבדים (שוא, חטף, מלואפם) און אזוי אויך יעדער בית, און דער גאנצער זאך לויפט גלייך אויף גלייך. און דורך דעם קומט אויך אויס אז דער ניגון וואס מען לייגט אויף דעם ארויף פארט אויף א פינקליכער טרעק, אנדעם וואס מען זאל דארפן טוישען וויפול ווערטער אדער syllables עס גייט אריין אין א פאל. און מען טרעפט זיך קיינמאל נישט מיט דעם פראבלעם אז מען דארף צוזאמען כאפן אפאר ווערטער.
(און אויב יא איז דער חסרון אין דעם ניגון, און נישט אין די ווערטער. דהיינו א ניגון קען אויך געמאכט ווערן אויף א שטייגער פון, פינף פיר, פינף פיר, אז דער קשיא פונעם ניגון, איז לענגער ווי דער תירוץ)
אפי' אויב צומאל זענען די ווערטער פון איין צלע מיט די ווערטער פון א צווייטער צלע נישט אייניג אין צאל, דאך וועט עס אבער אייביג שטימען מכח די syllables. און אזוי פארט דער פיוט גאר געשמאק.
ווי פיל יתדות צו וויפיל תניעות מען לייגט אריין דאס ווענדט זיך אינעם מחבר הפיוט, איינער מאכט יתד ותנועה איינער מאכט צוויי תנועות ליתד, יעדער טוט דאס ווי אזוי אים געפעלט.
לדוגמא דער פיוט כי אשמרה שבת וואס איז געדריקט אין די זמירות פון שבת צופרי, דאס איז א עפעס גאר שיינער פיוט, ממש מבהיל'דיג וואס דאס האט געמאכט דער ''מלך'' הפייטים דער ''הייליגער אבן עזרא'', און ער האט זיך ארום געשפילט מיט די יתדות ותניעות, (און ווי אויך מיט נאך אסאך כללים אין פייט) ממש כחומר ביד היוצר.
ער גייט דארט על סדר פון שתי תנועות ויתד ושתי תנועות, שתי תנועות ויתד ותנועה.
(דאס איז חוץ פון דעם וואס די טייטש פון די ווערטער וואס דער אבן עזרא מיט זיין צחות הלשון געבט זיך דארט אויס זיינע געפילן איבער דעם שבת, וואס דאס איז דאך ממש להפליא.)
יישר כח פאר דיר.התחברות האט געשריבן:איך מוז גיב זיין: WOW!
הפיוט המפורסם אדון עולם, הוא מיוסד על יתד ושתי תנועות.
אה, נישט וואס איך האב געטראפן.גוטע נקודה האט געשריבן:איך פרעג אויב איך בין מעלה גרה, איך האב געוואלט וויסען אויב עס איז דא נאך ערגעץ דא אן אשכול איבער דעם, וואס אויב יא בין איך סתם מעלה גרה?
יישר כח פאר אייך.?אפשרטאקע האט געשריבן:הערליך קלאר און מסודר געשריבן. מיר ווארטן אויף נאך
אביסעל קלאר צו מאכן דעם ענין.גוטע נקודה האט געשריבן:(היינט אין די מאדערענע וועלט איז אנגענומען אז ר' אלעזר הקליר איז יא געווען בזמן הגאונים. פארוואס?
דאס איז צוליב דעם וואס א גרופע יונגען מיט גוט אויסגעקעמטע האר אויף צוריק, מיט די שיינע נעק טיי און רינדעכיגע ברילען, מיטן בלויען העמד, און חלילה נישט קיין קאפעל. האבן שטודירט אין יונעווירסעטעטן, און צווישען זייערע שטודירונגען איז אויך געווען דער ענין פון ''פיוט''. און זיי זענען געקומען צום החלטה, אז רבותינו הראשונים כמלאכים בעלי התוס' ומרי דשמעתתה, זענען נישט גערעכט געווען מיט זייערע השערות... און זיי איז אויסגעקומען זעסער צו זאגן אז ער איז געווען בימי הגאונים. איך דער שרייבער וואלט זיי געראטען זיך צו זוכען אנדערע בעלי פלוגתות.)
דאס איז נאך גין גאלד אנקעגן אנדערע לשונות וואס די כופרים חוטאים ופושעים האבן זיך אויסגעדריקט, אבער די אנדערע לשונות קען אפילו נישט נעמען דער חוצפה נאכצוברענגן.הסברה, כי ר‘ אליעזר קליר הנהו קדמון ואולי אלעזר בר’ שמעון, נזכרת גם בתוספות חגיגה (יג.) ד“ה ”ורגלי החיות“, אבל מבוארת יותר ברא”ש (הובא בפנים). הכל יודעים את באור בעל הערוך כי קליר הנהו בא מקלורין (מלה יונית) על שם שאכל עוגה ועל ידה זכר לשירה וזמרה. זאת היא אגדה יפה ולא יותר.
הסברה שמזה שלא חבר הקליר ליו“ט שני, הוכיחו הקדמונים, שלא היו בימיו יו”ט שני של מנהג כי אם יו“ט שני של ספק, הנה טובה לדרשה ולא לבקרת.
יישר כח פאר אייך.אלטע שרייבער האט געשריבן:א גרויסע שכח נאכאמאל! כה לכה! כ'באלעק מיך די פינגער מיט א יעדע ווארט!