ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

בס"ד


ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

צווישן מיינע הארד דרייוו קעמערלעך ליגט באגראבן א געשיכטעלע ס'האטזעך אפגעשפילט מיט א שיינע פאר שמיטות צוריק, א געשיכטע וואס איז איינגעקריצט מיט שווערד'ישע געפילן וואס קענען זיך נישט אפמעקן.

מיין עלטער איז געווען ערגעץ צווישן הגיע לחינוך און דער טינעידשער יארן, כ'בין געשטאנען קעגן איבער א גראסערי ווען אויף די אנדערע זייט שטראסע האט געוואקט א נאנטע כאווער מיינע, זעמער ביידע געווען תינוקות של בית רבי פארקאש, און זיך באגריסט מיט די פיצי הענטעלעך (גאנץ גרויס געוואקסן ב"ה).

עפעס האט אין מיר אויפגעבליצט א רייץ צו דערציילן א פרישע ווילדע נייעס פאר מיין קעגנאיבערוואקעדיגע כאווער, און מיט מיינע קליינע ידים שלא חטאו האבעך עם געווינקען אריבערצוקראסן דער שטראז ווייל מיינע לעפצן האבן עפעס פריש צו שילדערן (סאמטינג לייק – מיין קאזין האט געקויפט א נייע קאר און מיין ריזיגע טאטע-בחור ברודער האט מיך געזאגט אז ער איז שטערקער ווי דער רבי).

מיין כאווער, היבש א קליינער, אבער דאך א וואכזאמער האט געווארט א דקה אז דער שטראז זאל ווערן ליידיג פון אוטומאבילן, און זיך באלד ארויסגעלאזט אויף די לאנגשטרעקיגער רייזע פאר זיינע פיסעלעך: נעמליך, פון איין זייט גאס צו דער צווייטע.
זיינע וואכזאמע יונגע שווארצאפלען האבן געלאקערט נאך יעדן פארעדיגן אביעקט, איך האב שוין כמעט געזען שטיין נעבן מיר, ממש ביים סיום פונעם קראס וועג, עטוואס'ע פיס אפגערוקט פונעם זויגערופענעם סיידוואלק, איז א קאר'עלע געקומען צו פליען היבש ווילד, און זיין נאז האט אריין געהאקט אין מיין ליבער כאווער דודי.

שטייט א יונגעלע, פאניקירט און דערשראקן, ער זעט אויפן ערד ליגן זיין כאווער וואס ער האט נארוואס אריבערגערופן דעם גאס, עטס קעטס מער גלייבן, כ'בין געווען דערשראקן ביז צום טויט, פון די זייטן זענען פילע מענטשן געקומען צו לויפן, קונדן פון דער גראסערי האבן באלד ארויסגעברענגט בענק און טישן, וואסער און בעטן, און סייוועכע אביעקט וואס דער געשעפט פארמאגט פאר אן עקסידענט עמערזשענסי, הצלה איז אלארמירט געווארן, און חרבונא'לע (חרבוני בלשון חיבה) שטייט אין די זייט מיט טרערלעך וואס קומען פון זיינע יונגע אויגי'ס.

שולדגעפילן האבן אנגעהויבן קומען אומאיינגעלאדנט, איך בין אהיימגעלאפן טראמטיזירט ווי א טראמפיייטער נאך א רבי'שע חתונה, פאר מיינע עלטערן האבעך מורא געהאט צו דערציילן, "מ'העט נאך זאגן איך בין שולדיג" האט מיין מח געלויטעט, מיין קינדערישע וויסנשאפט האט נאכנישט געוויסט פון עפעס שלעכטס איבערן ערדקוגל און איך בין צוגעגאנען צו מיין שאפקעלע זוכן צווישן מיינע אוצרות'לעך, וועלכע פון מיינע חנוכה מתנות קען איך שענקען פאר דודי, אים צו פארצייען.
דאס זענען געווען מיינע השגות, כ'האב געמיינט אז אן עקסידענט איז א בא – בא, און א קארעלע איז א דא – דא, און אויב וויל איך איבערבעטן דארף איך געבן מיין גרעסטע פרעזענט סיי ווען באקומען.

א טאג שפעטער, כ'האב געגרייכט 'מיין חדר' מיט אנגעצויגענע טריט, אין מיין טאש איז געליגן די גוטע קארעלע וואס כ'האב זיך פארדינט - נאך נישט גיין אין מאמע'ס בעט פאר אגאנצע חודש, און מיט שווערע קינדערישע קאמפלעקסן בין איך צוגעגאנגען צו דודי, יא, אזויווי איר הערט, דודי איז געווען אין חדר געזונט און פריש, ניסים האבן פאסירט און נאך עטליכע מינוט ליגן פ'דער ערד האט ער זיך אויפגעשטעלט מיט 248 גאנצע גלידער.

כ'האב אהין געגעבן מיין קארעלע ז"ל, דודי'ס געזיכט האט אויפגעלאכטן און ער האט מיך פארצייט אוייף מיין אומגעטון'ער עוון.

יארן שפעטער, ווען כ'האב געהערט די געשיכטע מיט ר' שרגא אנשין, האבבעך צאמגעשטעלט וואסערע ניסים 'איך' האב דא געהאט – ווילט איר אוודאי הערן דער געשיכטע מיט ר' שרגא לרפו"ש בתשח"י, אלזא לאמיר אייך שילדערן.

מיט א שטארקע געפיל צו קינדער האט ער באלד נאך זיין 'כולל תפיסה – סיסטעם טערמין' באשלאסן צו ווערן א באס דרייווער, שרגא איז געווען גאר אן ענערגישער, און מיט בושה איז ער נישט געווען קיין מחותן, סאו ער האט נישט קיין פראבלעם אז מ'העט אום רופן 'שרגא באס דרייווער', און ער האט זיך צוגעזעצט צום רעדל פונעם געל געשמירטן וואגן, און טעגליך געטראגן קינדערלעך צו די ת"תים.

זיין ארבעט האט ער אויסגעפירט גאר געטריי, און אין זייטיגע שטונדן האט ער גענוצט זיין טעטיגער און טוכטיגער כאראקטער ארויסצוהעלפן פארשידענע ארגאניזאציעס, א שטייגער ווי חסד של אמת, חברים און נאך.
זיך אנטרעפן מיט ר' שרגא ביים שבת נאכמיטאג שפאציר ווען מען לאדנט אפ די קישקע און גאלע איבער די וויליאמסבורגער גאסן, איז געווען א געשמאק, זיין געשמאקן פיסקל האט געהאט צו דערציילן על דא ועל שמא, און שרגא איז געווען באליבט ביי גאר אסאך מענטשן, און אזוי האבן זיך יארן גערירט און ר' שרגא האט אנגעהויבן ר'ויסשיקן זיינע קינדער פון שטוב, עס איז צייט אז זיי זאלן ווערן באס דרייווערס.

מיט אלע זיינע קפאליפיקאציעס און חסד ארגאניזאציעס האט מען אים פיל מאל אנגעטראגן גוטע זשאבס, אבער זיין נאטור האט אים געבונדן צום רעדל און זיין באליבטער געלע באס איז געווען צו נאנט צו זיין הארץ ביייייייייייייייייייייייייייז............................

עס איז געווען א ברוינע דינסטאג (אפשר לייט גרין), שרגא האט געדרייווט זיין געל'ן חבר איבער וויליפעסטער שטראסעס, אינעם באס איז געזיצן א יונגעלע מיטן נאמען 'שמואלי פריעד' (אלע נעמען פיקטיוו) ווען מען האט געגרייכט דארט און דארט (נעמען פון גאסן געהאלטן און געהיים) איז געקומען שמואלי'ס רייע ראפצוגיין פונעם באס, שרגא האט אים נאך געזען אראפגיין, ער האט געמיינט אז שמואלי איז שוין אן אריבערגעקראסטער, אבער..........................................

די לוויה פון הילד שמואלי איז באשטימט געווארן אויף דאנערשטאג צופרי, צווישן די פילצאליגע באגלייטער איז געשטאנען ר' שרגא אנשין אויף וועם דער ברוינע מיטוואך האט זיך פארטוישט און א שווארצע שדים טונקעלע דאנערשטאג, ער האט געשפירט די שטעכעדיגע בליקן פון אלע זייטן.
פון דער רעכטער זייט האט ער געשפירט בליקן וואס שרייען 'ביזט א מיאוסן רוצח - אדם מועד לעולם וכו', און פונעם לינקער זייט האט ער געשפירט בליקן פון רחמנות, "ביזט א נעבעך" האבן די בליקן געשאסן שטראלן.

"כ'בין מינימום א רחמנות, און אויב נישט א רוצח" האט זיין מח אויסגעפירט א מסקנא. דער שבעה איז פארביי, דער ניחום אבילים אויך, יעדער פראבירט צוריקצוגיין צום נארמאלן לעבנסשטייגער, אויסער איינער, ר' שרגא, ער, ער איז אריינגעפאלן אין בעט צובראכן ווי א שארבן, און דארט דרייט ער זיך שוין פאר פופצן יאר צום שלעכטן, קוים אמאל א קידוש 'לבנה' – אדער 'חמה' גאר וואס ער באכלעפטשעט זיך ארויס פון שטוב, זיין ווייב איז אויס מענטש'עטע און זיינע קינדער זענען פארלוירן.

יעדער האט שוין פראבירט צו דערמינטערן און מוטיגן דעם צובראכענעםם שרגא, אויבערחכמים האבן אים שוין אפילו צוריק אנגעטראגן דעם באס דרייווער פאזיציע, אבער פאר שרגא'ס אויגן ליגט א בילד ווי שמילי פריעד ליגט אונטער זיין געלע'ר פריינט – טויט.

טייערע רעב שרגא, כ'וווייס נישט צו דו ליינסט אייוועלט אבער איינער פון דייינע נאנטע פראוועט זיכער א באזוך דא פון מאל צו מאל, בשעת ווען אויף שמואלי'ס טאטע איז שוין לאנג פאריבער די גזירת השכחה, און ער דעמאנט זיך פון שמואלי ביים יארצייט און אין בית הקברות, ליגסטו אין בעט און האלטסט מיט ווי דער מלאך המוות הארגעט דיין עקזיסטענץ פיר און צוואנציג 365, דיינע אומשילדיגע שילדגעפילן לויפן דיר נאך שנעלער ווי פרעה מיט פידזשאמעס.

שרגא: דו ביסט אומשילדוג ריין, דו ביסט דאך אלעמאל געווען זוי געטריי צו די קינדער, יעדער פון אונז מאכט אמאל זאכן וואס קענען אפשר גורם זיין צו א צווייטן'ס טויט, צו ווען מען טוט עבירות און איינער שטארבט דערפון, צו ווען מען זאגט אאפ א משולח און יענער כאפט אן ההארץ אטאקע ווייל ער קען נישט חתונה מאכן.
דו האסט עס נאר נעבעך געדארפט זען מיט דיינע אויגן, קום ר' שרגא קום, שטיי אויף, קיינער טרראכט נישט אז דו האסט עס חלילה געטון במזיד, דיינע 15 יארן אין בעט האבן שוין געוויזן פאר דער אידישער וועלט וואסערע הארץ דו האסט.

אדרבה דיינע פאזיציעס אין ארגאניזאציעס ווארטן אויף דיר, און דיינע שבת נאכמיטאג שפאציר פריינט ווילן דיר ווידעראמאל טרעפן.
דער טייוול האט שוין געהארגעט שמואלי, לאז אים נישט הארגענען נאך איינעם! כ'בעט דיך, המקום ינחם אתכם ר' שרגא, דו דארפסט א גרעסערע ניחום אבילים ווי שמואלי'ס טאטע, זאלסט מער נישט וויסן פון קיין צער, נאר שטענדיג קענען ראטעווען מענטשן און זען זייערע ישועות פאר דיינע לעכטיגע אויגן.

און דא האב איך ריאלאיזד פון וואס איך בין געראטעוועט געווארן, כוואלט מיר נישט געקענט מוחל זיין. שכויעך טאטי, פארן ראטעווען דודי פון טויט און מיך פון לעבעדיגע טויט.
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
יעקל פויער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 06, 2022 5:42 am

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקל פויער »



שטארק!
משה יצחקאוויטש
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2022 1:23 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקאוויטש »

שטארק געשריבן.
דער אויבערשטער זאל העלפן אלע אידן
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19760
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

wow
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

עמאשענעל..
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19760
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

את פתח לו האט געשריבן:
wow
זייער א רייכע פעדער
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6645
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

זייער שטארק אין רירנד!
לעצט פארראכטן דורך יעקב פריינד אום מיטוואך אוגוסט 31, 2022 9:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

יעקל פויער האט געשריבן:


שטארק!
משה יצחקאוויטש האט געשריבן:
שטארק געשריבן.
דער אויבערשטער זאל העלפן אלע אידן
שטום צו, טענקס
גראדע שכל האט געשריבן:
עמאשענעל..
שכויעך
את פתח לו האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
wow
זייער א רייכע פעדער
דאנק דיר פאר ביידע
יעקב פריינד האט געשריבן:
זייער שטארק אין רירענד!
טענק יו
שכויעך פאר אלע קאמפלימענטס עס מיינט אסאך ביי מיר
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יא. רירנד איז די ווארט.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6645
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

עס פלעגט זיין אין וויליאמסבורג איינער וואס פלעגט ארויסלייגן סעפטי טיפס פאר באס דרייווערס אין פאר קינדער, איך האב דעמאלסט געהערט אז עס איז וועגן אזא מעשה, ער האט געהאט אזעלעכע שולד געפילן אז ער האט געוואלט מאכן אזא תשובת המשקל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער זייער רירנד!

וואס האט דאס אבער מיט זעלבסטמארד?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

פעיק ניוז האט געשריבן:
זייער זייער רירנד!

וואס האט דאס אבער מיט זעלבסטמארד?
אזעלכע שולד געפילן הארגענען די מענטש, לאזן אזעלכע שולד געפילן און זיך נישט שלאגן דערמיט איז ...זעלבסטמארד
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4986
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

שיין געשריבן
אוועטאר
עליית הדורות
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 07, 2022 6:05 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עליית הדורות »

הארציג, געלאזט א טרער פאר דעם איד
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5519
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע:מחנה ישראל

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

מרוגש ביז גאר! הארציגע שפראך
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע:במקום שאין איש

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

זייער שיין געשריבן, גאר הארציג
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

הארציגן דאנק פאר אלע קאמפלימענטס
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

ביידע געשיכטעס זענען הונדערט פרעצענט אמת, נאר די נעמען און אפאר קלייינע דעטאלן זענען פיקטיוו
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

אוי האסטו מיר אנגעצויגען ביים אנהייב מיט דודי...

א פיינער פעדער! האף מיר עס זאל אנקומען צו די ריכטיגע אויערן.



ישר כח
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4142
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נתן בן ופסי האט געשריבן:
מרוגש ביז גאר! הארציגע שפראך
איילוליילי
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 29, 2022 12:09 pm

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איילוליילי »

זייער שטארק!!

איך גלייך אבער נישט דאס ווארט 'כולל תפיסה – סיסטעם טערמין'
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע:אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

זייער רירענד ייש''כ
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6352
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: ר' שרגא אנשין מיט זעלבסטמארדישע שולד - געפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

מרוגש עד דמעות. יעזור ה'.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”