ברודער מיין, ביטע העלף מיך

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

jews4zeldin
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 2:31 pm

ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jews4zeldin »

איך שרייב נישט דא קיין ארטיקל איך שרייב אן אמתע געשיכטע מיט נאסע אויגן וואס שפילט זיך אפ היינט דאנערשטאג כי תצא תשפ"ב
הנני העני ממעש נעם איך די פעדער אין האנט
שרייבן אביסעלע פון מיין לעבענס געשיכטע,

צום אלעם ערשט לאמיר אנהייבן מיט די פרטים פון היינט און צוביסלעך צוריקגיין די טעג מיין מצב יעצט איז איך בין 22 יאר חתונה געהאט, מיט א קינד א מיידעלע
איך וואוין אין מאנסי איך באלאנג צו א גרויסע קהילה וואס איז סטאנציענירט אין א אנדערע שטאט, און דאס איז מיין בעסיק פראפייל, עכ"פ וואס איך קען דא שרייבן ברבים

מיינע טעג באשטיין פון חשכות און יסורים
אין די גאס הייס איך צו זיין א געלונגענע אינגערמאן אבער מיין אינעוויניג פון מיר גייט דורך א אושוויץ במלוא מובן המילה
איך זוך נישט איבערצוטרייבן גארנישט איך וויל פשוט קענען איבער געבן מיין לעבן

איך פיל א מורא'דיגע טיפע דעפרעסיע,
אומבאשרייבליכע איינזאמקייט, ענקזייעטי, געפילן פון פארשעמקייט, רוישיגע מחשבות, איך פיל אליין אויף דער וועלט אן קיינעם, פאניק אטאקס יעדע ביינאכט, א דורכשניטליכע טאג וויין איך אין מיין בעט לכל הפחות 3 שעה
און דאס אלעס דארף מיין ב"ב צוזעהן, מיינע יסורים זענען ביטערער ווי גאל
איך האב א שטארקע שנאה אויף מיר אליין וכהנה כהנה פראבלעמען
איך זיץ א גאנצע טאג אין וויין, איך האב אויפגעגעבן מיינע חברותות אין כולל איך זיץ ליידיג א גאנצע טאג

איך בין שוין געווען ביי היפש אסאך טעראפיסטן יעדע האט א געשיכטע פאר זיך אבער זאכן זענען געבליבן שטיין אן קיין שינוים איך האב נישט געפילט אז זיי פארשטייען צו מיין דורכגאנג
אין די לעצטע האלבע יאר בין איך געגאנגען צו איינע פון די גרעסטע סייקעטריסטן וואס די היימישע עולם באנוצט זיך ער האט מיר פרובירט מיט כל מיני מעדעצינען
געטוישט אהער אין אהין אבער מיין הארץ טוט וויי צו שרייבן אז קיין שום רעזולטאטן האב איך נישט געזעהן
איך נעם אפאר ssri און נאך מעדעצינען א יעדן טאג
און דאס אלעס טוה איך אויף מיין אייגענע הענט, איך טרעף טעראפיסטן און סייקעטריסטן אן קיין הילף פון אינדרויסן אן קיין עסקנים וואס זאלן שטיין צודערזייט

מיין טעג זענען איין שטיק יסורים איך זיך ווי איך קען אנטלויפן ווער קען מיר העלפן ווער קען דא זיין פאר מיר ?

מיינע טייערע ברודער דא אויף איי וועלט אפשר קענט איר מיר העלפן מיט עצות און הדרכה
איך בעט ענק העלפטס מיר
איך פיל איך קען שוין נישט מער!
(געלט איז נישט קיין פראבלעם אויפן מינוט)
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

אויוויי. זאל אייך דער אויבערשטער אויפרעכטן בקרוב.


צום ענין;
וואס מיינט דאס אז איר טרעפט טעראפיסטן אן קיין הילף פון עסקנים?

מיינט דאס אז די עסקנים ווילן נישט העלפן? קענען נישט העלפן? אדער ווייסט איר נישט ווער די עסקנים זענען?
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

איך וויין.
באשמירטער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:06 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשמירטער »

מיין הארץ גייט אויס פאר דיר
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

שטומפיג האט געשריבן:
אוועטאר
כח און מח
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

אגב: פון אינטער די קוליסן ווייס איך, אז המספיק גייט בעז"ה עפענען א האטליין מיט הילף און עצות והדרכה פאר אלע אזאלעכע פראבלעימען וכדומה! כווייס נישט קיין פרטים אבער חזקה על המספיק וכו'
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »


אוי הלוואי איך וואלט דיר געקענט העלפן
געב נישט אויף!
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

געזאגט אפאר קאפיטלעך תהילים פאר אייערט וועגן, דער אייבישטער זאל אייך בקרוב אויפרעכטן בשלימות, שמחה ונחת והרחבת הדעת ומנוחה.
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
out of the blue
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 5:53 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך out of the blue »

איך וויין פאר דיר זאלסט ווערן אויפגעראכטען בקרוב ממש ! נאך דאס יאר!
סדא צוויי אשכולות
viewtopic.php?f=71&t=42240&hilit=%D7%9E ... 7%A2%D7%9C
viewtopic.php?t=53744
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

ס'דא אהן א שיעור גוטע און געלונגענע טערעפיסטן!
איך גיי נישט דא אדווערטייזען דא קיינעם, אבער ס'ממש א שאד אז די קאנטאקסט נישט קיינע פון די מענטאל-העלט עסקנים וואס זאלן דיר ארויס העלפן.
אדרבה! עפן נאר א 'נפשי' און דארט וועסטו שוין זעהן אסאך היימישע פראפעסיאנאלע טערעפיסטן און עסקנים!

איך וויין פאר דיין מצב און איך האף פאר דיין ישועה!
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6230
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אויב דו ביסט אריבער אסאך טראמא אין דיין לעבן עצה איך דיר זאלסט פראבירן EMDR therepy מיט א גיטע ספעציעליסט
להבין ולהשכיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:29 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין ולהשכיל »

איך האב נישט קיין ווערטער. איך בעט פאר דיין וואוילזיין.
איך בעט דיר, געב נישט אויף, ווייל די אנדערע זייט העלפט נישט...
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »



דאס הארץ טוט וויי צו זען דיין מצב. דער אויבערשטער זאל דיר אויפרעכטן און אויסהיילן דיין נפש בקרוב ממש!

איך פיל א מורא'דיגע טיפע דעפרעסיע,
אומבאשרייבליכע איינזאמקייט, ענקזייעטי, געפילן פון פארשעמקייט, רוישיגע מחשבות, איך פיל אליין אויף דער וועלט אן קיינעם, פאניק אטאקס יעדע ביינאכט, א דורכשניטליכע טאג וויין איך אין מיין בעט לכל הפחות 3 שעה
און דאס אלעס דארף מיין ב"ב צוזעהן, מיינע יסורים זענען ביטערער ווי גאל
איך האב א שטארקע שנאה אויף מיר אליין וכהנה כהנה פראבלעמען
איך זיץ א גאנצע טאג אין וויין, איך האב אויפגעגעבן מיינע חברותות אין כולל איך זיץ ליידיג א גאנצע טאג

איין קליינער הערה; דער אויבערשטער האט נישט באשאפן דעם מענטש אזוי ביי 'דיפאלט', דאס איז געשען פון 'עפעס', עפעס באדערט אייך וואס דאס איז גורם די פיין, יעצט; קיינער צווינגט דיר נישט צו אויסזאגן וואס דאס איז נאכמער פון דעם; עס מעגליך אז דו ווייסט באמת נישט וואס, וואס יא? דיין סאב-קאנטשעס ווייסט דאס יא.. די עצה דערצו איז דאס צו אפירזוכן מיט א רואיגקייט, און קלאפן די מציאות אין פנים אריין. (האסט שוין דאס געהערט מסתם טויזענט מאל, אבער דאס טוישט נישט די פאקט אז דאס איז עס.)

און ביזן קרעטשמע זאלסטו זען צו טון חסד, 'גמילות חסדים' איז די שטערקסטער גאזאלין אין אזא פאל.

מיט האפענונג צום גוטן, הצלחה.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

קודם ווייס אז אונז זענען דא מיט דיר, א מינוט וואס די האסט צי שרייבן א גוטע זאך וואס איז דיר יא געלונגען (אפילו לויט דיר) שרייב אז די האסט געהאט א גוטע זאך היינט, דארפסט נישט שרייבן וואס אויב די קענסט נישט.

געדענק יעדע טריט פאראויס איז א טריט אפילו ס'איז קליין און אפילו מען פאלט צירוק כאטש ביסטו נישט געפעלן צוויי טריט אויף צירוק.

חזק ויאמץ לבך, העולם לא נברא אלא בשבילי איז אויך פאר דיר, חזר חזר און נאכאמאל חזר דיך דאס איין, און נעם יעדע קליינע טריט וואס די קענסט אפילו א האלבע מינוט פון קורת רוח פארן באשעפער האסטו שוין א זכות און לשער. וועסט דיך בויען בויען און בויען, ביי א טערעפיסט טוט יענער אויך גארנישט ער פרובירט נאר די זאלסט קענען טוהן, סא זיי דיך און וועלכע מצב ס'זאל נאר זיין אז דיין דיך זאל קענען גיין פון מצב צי מצב ווייל די דארפסט א דיך צי קענען אנגיין.
jews4zeldin
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 2:31 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jews4zeldin »

תולה ארץ האט געשריבן:
ס'דא אהן א שיעור גוטע און געלונגענע טערעפיסטן!
איך גיי נישט דא אדווערטייזען דא קיינעם, אבער ס'ממש א שאד אז די קאנטאקסט נישט קיינע פון די מענטאל-העלט עסקנים וואס זאלן דיר ארויס העלפן.
אדרבה! עפן נאר א 'נפשי' און דארט וועסטו שוין זעהן אסאך היימישע פראפעסיאנאלע טערעפיסטן און עסקנים!

איך וויין פאר דיין מצב און איך האף פאר דיין ישועה!
לאמיר אביסעלע מער אויסשמועסן די ענין
טעראפיסטן האב איך שוין באזוכט כמעט א מנין דורך אויס מיינע יארן דאס איז נישט די פראבלעם פון פארשאפן א טעראפיסט
די פראבלעם איז ווען די מענטש איז טיף פארפלאנטערט מיט וואס דער סתם עמך lcsw קען זיך נישט אן עצה געבן (יא עס איז דא אזאנס)
און די מענטש גייט אדורך יסורים און פארוואגעלנישן אן זעהן קיין ענדע צום טונעל ווען דער טעראפיסט זאגט אים איך ווייס נישט וואס מען קען טון!
און שטעל דיך פאר אזא נאכט וויאזוי מיין בעט זעהט אויס ווי געווייקט פון טרערן עס איז און ווי גיי איך צו וועם וויין איך זיך אויס?
זיין אליין אויפן וואסער ווען מען האט שוין פרובירט יעדע וועג און מיין יכולת
טייערע ברודער ענקער חיזוק מאכט מיר וויינען
לעצט פארראכטן דורך jews4zeldin אום דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 3:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בארג קריכער
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:12 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארג קריכער »

רעליעף. קען זיי בייהילפיג.

Dr. Nudman פון די גרעסטע און די ליין פאר מעדעצין
זיין נאמבער איז 2124814151
לעצט פארראכטן דורך בארג קריכער אום דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:10 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
jews4zeldin
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 2:31 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jews4zeldin »

איך האב שוין פרובירט ריעליף א דריי פערטל יאר צוריק
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

טייערע ברודער! כבין מיט דיך!
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4813
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

אנטשולדיגט פאר אלע אויבערשטע תגובות,
ביטע זייטס זייער פארזיכטיג, מען רעדט דט פון א אידישע נשמה מיט אסאך דורות וואס וועלן נאך ארויס קומען דערפון.
און יעצט צום אינגערמאן וואס מיטשעט זיך, צום אלעם ערשט "עס איז דא א וועג ארויס" איך האב שוין מיט געהאלטן מער ווי איינס און מער ווי צווי אזוינע פעלער, עס איז דא א וועג ארויס, ארויס מיין איך "אינגאנצן ארויס קריכן" יא! עס איז דא א מציאות, אפילו "טעראפיסטן האבן שוין אויףגעגעבן"..
נישט דורך "נפשי" אדער אנדערע אויבערדערמאנטע עצות,
מען ברויכט האבן די ריכטיגע הילף, דאן וועט איר זעהן די ישועה,
אפשר פראבירט איר אנצורופן "ריליף" זיי דארפן זיין אויסנאם גוט און אויסגעהאלטן,
אפשר שמועסט איר עס אדורך מיט אייער דיין, אדער א פארשטענדליכע איד,
איין זאך איז זיכער איר "מוזט" עפעס טוהן, אבער נישט קיין געכאפטע מעשיות,
והשם הטוב יעזור
איינער מיט רעליף'ס נומ'? זיי האבן שוין באוויזן זייער גוטע זאכן "מיט א קלארע דעת תורה"


האקט
רעליף האט אייך נישט געהאלפן? וואס האבן זיי געזאגט?
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

jews4zeldin האט געשריבן:
לאמיר אביסעלע מער אויסשמועסן די ענין
טעראפיסטן האב איך שוין באזוכט כמעט א מנין דורך אויס מיינע יארן דאס איז נישט די פראבלעם פון פארשאפן א טעראפיסט
די פראבלעם איז ווען די מענטש איז טיף פארפלאנטערט מיט וואס דער סתם עמך lcsw קען זיך נישט אן עצה געבן (יא עס איז דא אזאנס)
און די מענטש גייט אדורך יסורים און פארוואגעלנישן אן זעהן קיין ענדע צום טונעל ווען דער טעראפיסט זאגט אים איך ווייס נישט וואס מען קען טון!
און שטעל דיך פאר אזא נאכט וויאזוי מיין בעט זעהט אויס ווי געווייקט פון טרערן עס איז און ווי גיי איך צו וועם וויין איך זיך אויס?
זיין אליין אויפן וואסער ווען מען האט שוין פרובירט יעדע וועג און מיין יכולת
טייערע ברודער ענקער חיזוק מאכט מיר וויינען
לויט ווי איך זעה שרייבסטו שפעטער אז ריליף האט דיר אויכעט נישט געהאלפן.
איך וויל דיר נישט וויי טוהן אבער האסט שוין אמאל געטרייט מעדיקעישען?
ס'איז אפשר שווער צו פארנעמען די געפיל אז 'איך בין אויף פילן' אבער איך אליינס ווייס 'צענדליגע' היימישע אינגערלייט וואס זענען געווען אין דיין מצב און ב''ה היינט זענען זיי גליקליכע געזינטע עלטערען צו שיינע משפחות!

די עיקר אבער! געדענק! ס'דא א וועג ארויס!
אל תתייאש!! די קענסט און די וועסט זיך בעז''ה ארויסזעהן פון דיין מצב!
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

שרעקליך!
זאלסט האבן א ישועה שלימה בקרוב ובניקל.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
בעטו ובזמנו
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 11:16 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעטו ובזמנו »

בס"ד

שלום לך

איך האב געליינט דיינע ווערטער, און עס טוט מיר זייער וויי דיין מצב, און איך בין מתפלל און האף פאר דיין גענצליכע רפואה בגוף ובנפש.

הקדמה: איך בין נישט קיין טעראפיסט בכלל, איך קען זיך נישט אויס אין די מעדיצינישע וועלט, אבער איך האב א אידישע הארץ, און זייענדיג פארמישט אין העלפן אידן וויל איך אייך נאר זאגן אפאר ווערטער, ויהי לרצון אז זיי זאלן זיין פאר דיין הילף, און אולי פאר אנדערע אויך.

לויט ווי דו שרייבסט, זעהט אויס אז דו גייסט דורך גאר א שווערע צייט פון ווייטאג און פיין, אן וויסן פונקטליך וואס דאס איז און פון ווי דאס קומט, און בעיקר וויאזוי ארויסצוקריכן דערפון.
עס איז זיכער א גוטע און וויכטיגע זאך צו דערגיין און פארשטיין וואס דאס איז און פון ווי דאס קומט, ווייל נאר אזוי קען מען באמת זיך ארויסזעהן דערפון.

אבער, לאמיר צונעמען בלויז דיינע אייגענע ווערטער, כדי צו בעסער פארשטיין די מצב, און זעהן ווי לעכטיג דיין מצב איז באמת און ווי שיינעדיג עס גייט זיין בעתיד בע"ה.

דו ביסט 22 יאהר אלט, דאס הייסט אז דו ביסט נאך יונג און דו האסט בע"ה א לאנגע לעכטיגע עתיד פאר דיר. זאכן אין לעבן טוישן זיך זייער זייער שנעל.

דו ביסט חתונה געהאט, דאס מיינט אז ב"ה האסט זוכה געוון צו טרעפן א בן זוג וואס איז און וועט זיין דיין עזר צו לאנגע געזונטע יארן.

דו ביסט חתונה געהאט, דאס מיינט אז דו ביסט געווען א בחור וואס איינער האט דיר אויסגעוועלט פון אלע דיינע חברים, און געזען אין דיר אסאך מעלות.

דו האסט א מיידעלע קע"ה, דאס מיינט אז דו און דיין בני בית זענען ב"ה געזונט און שטארק, און דו וועסט בע"ה ווייטער בויען א לעכטיגע אידישע שטוב.

דו געהערסט צו א גרויסע קהילה, דאס מיינט אז דו ביסט ארומגענומען מיט ידידים, משפיעים, מורי דרך און קלוגע לייט וואס וועלן דיר בע"ה קענען העלפן.

עד כאן איז דיין בעסיק פראפייל ווי ד שרייבסט.

ברודער טייערע, פון דיין אייגענע פראפייל אליינ'ס קענסטו טאנצן און שפרינגען, לכל הפחות 3 שעה א יעדע נאכט.

א יעדע נקודה וואס דו שרייבסט, איז דאך מלא מלא רחמים וחסדים גמורים פונעם רבוש"ע, מען דארף נישט מאריך זיין ווייל יעדער ווייסט ליידער וויפיל מענטשן מאכן נענבעך מיט, סיי מיט שידוכים, סיי מיט קינדער, סיי מיטן נישט געהערן קיין ערגעץ, סיי מיט געזונט, און דו מיט בלויז די צוויי שורות ברענגסטו ארויס די געוואלדיגע גוטס וואס אונזער אב הרחמן האט דיר באשאנקן.

ווייטער,

אין די גאס הייסטו א געלונגענע יונגערמאן, דו ווייסט וואס דאס מיינט? מענטשן קוקן דיר אן נישט נאר ווי א נארמאלע מענטש נאר ווי א געלונגענע מענטש, דאס הייסט אז דו האסט אין דיר נאכמער מעלות, וואס מאכן מענטשן קוקן אויף דיר אזוי, עס קען זיין חן, עס קין זיין געשמאק, עס קען זיין חכמה, עס קען זיין געפיל וואס קומט ארויס פון דיר, עס קען זיין טאלאנט וואס מענטשן זעהן אין דיר.

יעדע איינס פון די זאכן קען און וועט דיך טראגן בע"ה גאר ווייט אין לעבן, אויב דו אליינ'ס וועסט אנערקענען אין דעם.

דו האסט אויפגעגעבן דיינע חברותות, דאס הייסט אז דו ביסט א בעל מקרא ומשנה, וואס האט ליב תורה און פארשטייט צו א בלאט גמרא אדער א סעיף אין שו"ע, און האסט געהאט חברותות וואס האבן געוואלט מיט דיר לערנען.

וויפיל מענטשן מוטשענען זיך צו פארשטיין א פסוק חומש און א בלאט גמרא, וויפיל ווארטן אז איינער זאל זיי בכלל אנקוקן.

לאמיר נעמען יעדע נקודה פאר זיך, און אריינטראכטן אין דעם, עס ארויסזאגן מיט די מויל איינמאל און נאכאמאל, די שמחה און אושר נפשי וועט וואקסן בע"ה פון טאג צו טאג, פון צובראכנקייט וועט ווערן דערהויבנקייט, פון נגע וועט ווערן עונג, פון שנאה וועט ווערן הנאה, און פון פארשעמטקייט וועט ארויסקומען לעכטיגקייט.

יעצט,

די געפיהל פון איינזאמקייט, פארשעמטקייט, שנאה אויף דיר אליינ'ס, און וואס דו ברענגסט ארויס, זענען נישט זאכן וואס מען זאל אוועקמאכן חלילה וחס, נאר נאכן לערנען און חזר'ן דיין אלע גוטס וואס דו האסט יא, וועט מען אסאך גרינגער קענען ריכטיג צוזנעמען ואאס באמת באדערט, וואס קוועטשט, וואס פייניגט, און וויאזוי מען דערזעהט זיך ארויס דערפון בע"ה בקרוב.

נאכאמאל,איך קען אייך נישט און איך ווייס נישט אויב עס איז דא אנדערע שוועריקייטן וואס דו גייסט אריבער וואס ברענגען דיר צו דעם מצב, אלעס דא איז געשריבן נעמענדיג דיינע ווערטער.

השי"ת זאל דיר געבן כח און חיזוק אן קיין שיעור.
אוועטאר
out of the blue
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 5:53 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך out of the blue »

אזוי גוט צינעמען די גוטס פון יעדע זאך .
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

jews4zeldin האט געשריבן:
איך שרייב נישט דא קיין ארטיקל איך שרייב אן אמתע געשיכטע מיט נאסע אויגן וואס שפילט זיך אפ היינט דאנערשטאג כי תצא תשפ"ב
הנני העני ממעש נעם איך די פעדער אין האנט
שרייבן אביסעלע פון מיין לעבענס געשיכטע,

צום אלעם ערשט לאמיר אנהייבן מיט די פרטים פון היינט און צוביסלעך צוריקגיין די טעג מיין מצב יעצט איז איך בין 22 יאר חתונה געהאט, מיט א קינד א מיידעלע
איך וואוין אין מאנסי איך באלאנג צו א גרויסע קהילה וואס איז סטאנציענירט אין א אנדערע שטאט, און דאס איז מיין בעסיק פראפייל, עכ"פ וואס איך קען דא שרייבן ברבים

מיינע טעג באשטיין פון חשכות און יסורים
אין די גאס הייס איך צו זיין א געלונגענע אינגערמאן אבער מיין אינעוויניג פון מיר גייט דורך א אושוויץ במלוא מובן המילה
איך זוך נישט איבערצוטרייבן גארנישט איך וויל פשוט קענען איבער געבן מיין לעבן

איך פיל א מורא'דיגע טיפע דעפרעסיע,
אומבאשרייבליכע איינזאמקייט, ענקזייעטי, געפילן פון פארשעמקייט, רוישיגע מחשבות, איך פיל אליין אויף דער וועלט אן קיינעם, פאניק אטאקס יעדע ביינאכט, א דורכשניטליכע טאג וויין איך אין מיין בעט לכל הפחות 3 שעה
און דאס אלעס דארף מיין ב"ב צוזעהן, מיינע יסורים זענען ביטערער ווי גאל
איך האב א שטארקע שנאה אויף מיר אליין וכהנה כהנה פראבלעמען
איך זיץ א גאנצע טאג אין וויין, איך האב אויפגעגעבן מיינע חברותות אין כולל איך זיץ ליידיג א גאנצע טאג

איך בין שוין געווען ביי היפש אסאך טעראפיסטן יעדע האט א געשיכטע פאר זיך אבער זאכן זענען געבליבן שטיין אן קיין שינוים איך האב נישט געפילט אז זיי פארשטייען צו מיין דורכגאנג
אין די לעצטע האלבע יאר בין איך געגאנגען צו איינע פון די גרעסטע סייקעטריסטן וואס די היימישע עולם באנוצט זיך ער האט מיר פרובירט מיט כל מיני מעדעצינען
געטוישט אהער אין אהין אבער מיין הארץ טוט וויי צו שרייבן אז קיין שום רעזולטאטן האב איך נישט געזעהן
איך נעם אפאר ssri און נאך מעדעצינען א יעדן טאג
און דאס אלעס טוה איך אויף מיין אייגענע הענט, איך טרעף טעראפיסטן און סייקעטריסטן אן קיין הילף פון אינדרויסן אן קיין עסקנים וואס זאלן שטיין צודערזייט

מיין טעג זענען איין שטיק יסורים איך זיך ווי איך קען אנטלויפן ווער קען מיר העלפן ווער קען דא זיין פאר מיר ?

מיינע טייערע ברודער דא אויף איי וועלט אפשר קענט איר מיר העלפן מיט עצות און הדרכה
איך בעט ענק העלפטס מיר
איך פיל איך קען שוין נישט מער!
(געלט איז נישט קיין פראבלעם אויפן מינוט)
מיינע טייערע ברידער@ JEWS4ZELDIN אני הקטן איך בין א גרוש הכהן איך האב געהאט אויך שווער לעבן, מיינע יאר גאנג האבן שוין 4/5 קינדערלעך, איך בין שוין געווען א פאר סייקעטריסטן וואס די היימישע עולם באנוצט זיך ער האט מיר פרובירט מיט כל מיני מעדעצינען איך מיטש מיך נאך אלץ ארום, איך בין שוין געווען פאר טעראפיסטן אויך .....
ליידער נישט דא קיין עסקנים אין דעי פעלד.....
לעצט פארראכטן דורך Ny-17 אום מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:13 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”