ברודער מיין, ביטע העלף מיך

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5223
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אויב האסטו שוין פראבירט טעראפיסן און מעדיקעישאן און עס האט נישט געהאלפן, וואלט איך דיר געראטן צו פראבירן ענערדזשי, hk, אד"ג.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע:ביי טישל

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

איך קען נישט דיין מעשה.
אבער איך מיין אז עס נישט דא א יונגערמאן וואס קען נישט ווערן געהאלפן.
עס נעמט אסאך צייט.
איך האב שטארק געליטן פון ocd
איך בין גאגאנגען אפאר יאר אויף הילף חוץ פון מעדיקעישן

[אסאך מאל וויל די נפש נישט ווערן געהיילט - עס איז דא אזא זאך. מען וויל בלייבן ביים פראבלעם.{ביי מיר איז אזוי געווען} ]
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
jews4zeldin
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 2:31 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jews4zeldin »

איך זעה אז עס איז פארהאנען אסאך גוטע אידן וואס האבן מיר גע'אישי'ט
אבער א גרויסע עולם האט מיר געשיקט נעמען פון טעראפיסטען וואס לעת עתה איז דאס נישט וואס איך זיך גראדע גיי איך יעצט צו איינעם
איך זוך איינער וואס איז א גרויסע עסקן און די פעלד און איז וויליג צוהעלפן מיטן גאנצן הארץ א פארוואגעלטע אינגערמאן
איינער וואס וועט מיר קענען זיין אן אנליינער! און אים קענען רופן ווען איך בין און פיין וכ"ו
ווייל אויף די מינוט בין איך אליין אויפן וואסער
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

זייער אסאך מאל טרעפט זיך דער מענטש אין א מצב פון יאוש און ער מיינט אז עס איז נישטא קיין וועג ארויס. אבער אין די ענדע קומט מען ארויס. אל תתייאש!

יעצט צו טעראפי העלפט? מיר האט עס געהאלפן, און איך ווייס פון עמיצן וואס האט אבער נישט געארבעט ביים זעלבן טעראפיסט און גייט צו א צווייטן מיט האפענונג. איך שפעקעליר אז דו האסט א קאמפליצירטע היסטאריע, וואס איז שווער פאר א טערעפיסט צו לייזן.
איך מיין אז דו האלטסט מעגליך אן מיט עקשנות געוויסע פיינפולע געפילן, און דו באטראכסט דעם טעראפיסט ווי א געביגלטער דרויסנדיגער וועלכער האט נישט קיין השגה וויאזוי ריכטיג צו לייזן די רעטעניש. די ערשטע זאך דארפסטו האבן איינער א טעראפיסט וועם דו האסט טראסט 100%. וועם דו ביסט גרייט צו זאגן אלעס אלעס וועגן דיר.

א קלייניגקייט וואס איך פלעג נוצן, איז פראבירן צו פאקאסירן אויף אנדערע זאכן און לאזן די פראבלעם לויפן סינאנים אין די זייט. זיין פארנומען מיט ענדזשויעבל זאכן, האלטן פארנומען די קאפ אויף ווי לענגער מיט נאך זאכן, ווייניגער טראכן און מער טון - קומען - גיין.

איך ווייס נישט צו איך העלף דיך דא אדער נישט. אבער איך טריי.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

'
jews4zeldin האט געשריבן:

די פראבלעם איז ווען די מענטש איז טיף פארפלאנטערט מיט וואס דער סתם עמך lcsw קען זיך נישט אן עצה געבן (יא עס איז דא אזאנס)
ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. האסט אויספרובירט א psyd?

---

איך ליין דיין פיין און איך האב מיטלייד. די חיזוק וואס דו באקומסט איז הערליך שיין און איך בין זיך מחייה אז עס העלפט דיר כאטש אביסל.

עס קען נעמען יארן צו ווערן געהאלפן. עס קען זיך ווענדן אין די ריכטיגע צוזאמשטעל פון די מעדיצין, די ריכטיגע טעראפיסט, און אויך די ריכטיגע צייט פונעם מענטש. עס איז קיינעמ'ס שולד אבער אמאל דארף א מענטש הערן גאר אסאך ווערטער, עצות, און השגות ביז איינס קלעבט, אמאל דארף א מענטש דורכמאכן גוטס און שלעכטס ביז געוויסע שלאגן דעם ריכטיגן נערוו און ברענגען דעם מענטש צום נעקסטן שטאפל, אמאל דארף א מענטש אויך דורכגיין די יארן פשוט ווייל מיט די יארן קומען פרישע שטריכן צום מענטש.

איך וואלט דיר זייער געוואלט זאגן 'נאדיר אן עצה וואס גייט דיר גלייך העלפן', אבער איך גלייב אז דו האסט שוין אויספרובירט די אלע. איך וויל דיר אויך זאגן אז צום סוף וועט זיין גוט, אבער דאס ווייסטו שוין אויך. איך וויל דיר זאגן האלט נאר אן, האלט זיך שטארק, אבער איך ווייס אז דאס אליינס טוסטו שוין אויך.

וואס איך קען דיר יא זאגן איז אז דו ביסט נישט אליינס (דאס ווייסטו לכאורה אויך), און אפילו אויב דו קענסט נישט איין איינציגע פערזאן וואס מאכט מיט ענליך ווי דיר, זייט וויסן אז כמעט יעדער דא קען יא כאטש איינער וואס מאכט מיט ענליכס. איך פארשטיי אז בלויז די פאקט אז עס זענען דא אנדערע וועט אייך נישט היילן, אבער אייער מצב איז נארמאל, עס איז נישט אומדערהערט, איר זענט נישט עפעס א מאדנע באשעפעניש. איר זענט טאקע א געלונגענעיונגערמאן ווייל א קראנקייט נעמט נישט אוועק געלונגענקייט. די קראנקייט שטייט אין וועג פון אויסניצן אייער געלונגענקייט, אבער עס קען עס נישט אויסרייסן, קיינער און גארנישט קען אוועקנעמען אייערע מעלות, אייער געלונגענקייט. עס דיינס און נאר דיינס. דיין מצב קען דיר צוריקהאלטן און שטערן אבער איינמאל איר וועט זיין געזונט אדער אפילו ווערן נאר אביסעלע בעסער וועט איר ווידעראמאל האבן די מעגליכקייט אויסניצן אייערע מידות און טאלאנט. איר וועט צום סוף זיגן און פארבלייבן מיט אלע אייערע מעלות.

איר האט א קראנקייט וואס איז נישט אין אייערע יכולת זיך אליינס אפצושאקלען דערפון, ווען יא, וואלט איר שוין דאס הונדערט מאל געטאן. געדענק, עס איז נישט אז איר ווילט נישט ווערן בעסער, עס טוט אייך דאס מערסטע וויי אט דאס אז איר ווערט נישט בעסער, דאס איז די גרעסטע ווייטאג איבער אלעם. אויף די זעלבע צייט געדענק אויך אז עס יא דא א לייזונג צו אלעס, אפילו מ'זעט עס נישט, אפילו אז מ'האט עס נישט, און אפילו אויב אלעס צייגט להיפך. ווילאנג עס גייט נעמען און וואס עס גייט ווירקליך העלפן קען איך אייך נישט זאגן.

אפאר אינטערעסאנטע געדאנקען וואס איך האב געהערט פון פראפעסיאנאלן:

זעלבסטווערד - ניין, נישט זעלבסטזיכערהייט, סעלף עסטים, סעלף קאנפידענץ, אדער די אלע אנדערע אלגעמיינע געדאנקען, נאר עפעס טיפער און גרונטליכער ווי דאס אלעס און דאס איז זעלבסטווערד.

אמאל קען א מענטש טראכטן וואס בין איך ווערד? און אויף דעם גייט מען זוכן תירוצים ווי אזוי איבערצוצייגן זיך אדער יענעם אז ער האט א ווערד, און אט דארט שטעקט די פראבלעם. פארוואס? ווייל עס איז נישטא קיין שום ספעציפישע זאך וואס מאכט איינעם עפעס ווערד. א יעדער איינער איז אויף א פשוט'ע אופן ווערד גענוי דאס זעלבע. איר האט א ווערד פשוט ווייל דער אייבערשטער האט אייך אראפגעלאזט דא אויפ'ן וועלט.

דאס פשוט'ע פאקט אז דו, איך, און יעדער איינער עקזיסטירט, דאס איז די שטערקסטע, גרעסטע, און איינציגסטע צייכן אז מיר האבן א ווערד. אז דער בורא האט געזען אז ס'וויכטיג דיר אראפצושיקן דא אויפ'ן וועלט, דאן ווייסטו פאר א פאקט אז דו האסט א ווערד. עס איז נישט מעגליך זיך צו דינגען דערויף. דיין אייגענע עקזיסטענץ איז א ראי' אויף דיין ווערד. דאס זעלבע איז מיט מיר און מיט יעדע באשעפעניש און אפילו א דומם, אונזער ווערד שטאמט פשוט פון די פאקט אז דער בורא האט געזען פאר וויכטיג אונז דא צו פלאצירן. דאס קען קיינער און גארנישט פון אייך צונעמען, אפילו איר אליינס קענט דאס נישט פון אייך צונעמען. אייער ווערד איז א פאקט פונקט ווי די זון, די ערד, און די גאנצע ברירה.

געדענקט, זעלבסטווערד איז נאטירליך, מ'ווערט דערמיט געבוירן און מ'נעמט דאס מיט זיך צום עולם האמת, אינדערצווישן ווערט עס נישט פאר קיין רגע פארשוואונדן. איר האט אייביג א ווערד.

ראדיקאלע אקצעפטירונג (Radical Exceptence) - צומאל מאכט זיך א זאך וואס איז פשוט צו שווער אנצונעמען, די פיין איז צו גרויס, עס איז צו ווייטאגליך צו אנערקענען. אן אריינגיין אין ספעציפישע ביישפילן, בין איך כמעט זיכער אז איר פארשטייט וואס איך זאג און אז איר שפירט דאס אמאל (אויב נישט, איז עס נישט נוגע).

צומאל איז די זאך, סיי וואס עס איז, אזוי ווייטאגליך און פיינפול עס צו אנערקענען אדער אננעמען אן ווילן א תירוץ, און דאס שטייט געווענליך זייער שטארק אין וועג, דאס איז צומאל די אפהאלט פון זיך רוקן פאראויס.

מיר האבן אלע צומאל פארשידענע פראגן. פארוואס פונקט איך? ווי אזוי קען דאס פאסירן? פארוואס איז עס יא/נישט מיין שולד? פארוואס טוט עס אזויפיל וויי? ווי אזוי איז עס מעגליך? פארוואס און ווי אזוי, דאס איז א פראגע וואס מיר אלע פרעגן זיך כסדר אויף פארשידענע זאכן אין לעבן.

צומאל פארגעסט מען, מ'נעמט עס אן און מ'רוקט זיך ווייטער. אבער צומאל איז די פאקט צו ווייטאגליך, צו שווער אנצונעמען. עכ"פ, אזוי זעט עס אויס און אזוי שפירט עס.

אין אזא פאל ווען דאס שטערט אין לעבן און עס ווערט א שטרויכל, איז דאס בעסטע עס צו ראדיקאל אקצעפטירן. אוודאי, ס'אקצעפטירט זיך נישט אזוי גרינג, וועגן דעם איז עס 'ראדיקאל'. דער מענטשליכער מוח וויל אייביג פארשטיין און דער מענטשליכער נאטור איז אייביג צו ווילן וויסן, אבער צומאל איז דאס אונזער ערגסטע פראבלעם.

צומאל מוז מען אויסקרויזן אונזער נאטור און גיין ראדיקאל. דאס מיינט, אננעמען די פאקט כמו שהוא. פארוואס? ווייל דאס איז די פאקט. ווי אזוי? ווייל דאס איז די פאקט. פשוט און גראד. די ציל איז נישט צו באגראבן אדער אוועקצושטופן די נאטירליכע געפילן און געדאנקען פון ווילן פארשטיין און וויסן. גאר פארקערט, לאז די קשיות ווייטער שרייען זייערס. אבער איינמאל מ'ווייסט אז זיי שטייען אין וועג, איז מען שוין א האלבע געהאלפענער.

אז זיי שטייען אין וועג פון זיך פאראויס רוקן און אננעמען די ןוייטאגליכע מציאות, דאן מוז מען גיין צו עפעס וואס איז שטערקער פון זיי, נעמליך די מציאות אליינס. איינמאל מ'איז גרייט צו אנערקענען די מציאות וועלן די פראגן אויסזען מינדערוויכטיג. אוודאי וועט די פיין זיין שרעקליך, אוודאי וועט עס וויי טאן, אפער דאס אלץ וועט צעביסלעך אויס איינמאל מ'רוקט זיך פאראויס.

ווי אזוי קען מען אננעמען די מציאות אויב מ'שטופט נישט אוועק די קשיות וואס שטייען אין וועג? פשוט, געדענק אז ראדיקאלע אקצעפטירונג איז די שליסל, און אז דורך אקצעפטירן די מציאות וועלן די שאלות פון זיך אליינס פארשוואונדן ווערן.

עס גייט נישט פאסירן אין איין טאג, וואך, אדער חודש, און וויבאלד זיך שלאגן און אוועקשטופן די קשיות וואס שטייען אין וועג איז אויסדרוקליך נישט די ציל, דאן וועט דאס טאקע נעמען לאנג. אבער יעדעס מאל וואס מ'זעט אדער שפירט א שפאלט אז מעגליך אפשר איז שוין טאקע די צייט עס אנצונעמען, דערמאן זיך דאן אז אט דאס איז די וועג ארויס. עס גייט נישט? שטופ נישט, לאז עס ווייטער גיין. אבער איין שיינעם טאג וועט מען עס אקצעפטירן ראדיקאל אן קיין פראגן.

אזא מהלך איז דא.

-----

צומאל קען זיין פארשידענע זייטיגע מחלות וואס קענען פארערגערן די גייסטישע מחלה/צושטאנד. למשל, אויב איר האט שלאף פראבלעמען, דאן גיי צו א sleep specialist, אפשר האט איר א sleep disorder.

אזוי קענט איר פרובירן צו איזאלירן אנדערע פראבלעמען וואס איז יעצט גערעכנט אין איין בינטל מיט די גייסטישע מחלה און זען אויב עס איז נישטא נאך עפעס צו דער זייט וואס פארערגערט די גייסטישע מצב.

חזק ואמץ לבך. זאל אייך דער אייבערשטער שיקן א רפואה שלימה געשווינד און אצינד. א כתובה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

די עולם קומט דא אריין אזוי קלאר מיט חיזוק און עצות ממש שטארק סגיט חיזוק פאר יעדע וואס איז נאר אמאל געווען פארפלאנטערט מיט גייסטישע ענינים פארפלאנטערט מיט זיינע געפילן אבער פאר איינעם וואס איז אינעווייניג ער האלט אינמיטן גיין צו טעראפי און ער זעהט נאכנישט די עק פון טונעל נאר פארקערט סזעהט איהם אויס ווי ער גייט נאר טיפער אריין אינעם בלאטע טונעל און ער גייט קיינמאל נישט ארויסקומען און מען קען נישט אייביג זאגן טויש טעראפי ווייל קען זיין אז די טעראפיסט איז גאר גוט פאר איהם נאר סנעמט צייט און סאיז נישט דא קיינער וואס זאל זאגן פאר די מענטש איך האב דיך אויסגעהערט און די טעראפיסט און די ביסט אויפן גוטן וועג גיי אן וויטער די גייסט אנקומען
איך האלט יעצט אינמיטן די וועג און יא כזעה די אלע תגובות וואס מען שרייבט אבער איינער פערזענליך וואס קען מיך און זאגט די ביסט אויפן גוטן וועג אדער חלילה פארקערט האב איך נישט כפיל אז דאס קען אזויפיל טוישן און דאס איז נישט אייביג די ארבעט פון די טעראפיסט
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3098
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

איף קען נישט העלפן, אדער ידידי היקר מיין הארץ איז מיט דיר, און איך וועל זאגן עטליכע קאפיטלעך תהלים פאר דיינעט וועגן די באשעפער זאל דיר באלייכטן די אויגן און צוטרעפן צום ריכטיגן העלפער בסייעתא דשמיא.

און ביז דערווייל, געדענק אז די באשעפער איז דער כל יכול און אין א רגע קען ער אייך אויפרעכטן ווי איר קענט נישט חלומ'ן, לאמיר בעטן די רגע זאל שנעל אנקומען און ביז די קרעטשמע זאלט איר עס גרינג דורכמאכן.

און פארגעס נישט צו דאנקן דעם באשעפער אויף די אזויפיל לעכטיגע חסדים פון א געזונטע אשת חיל און לעכטיגע טאכטער מיט פרנסה, אה ווער קען משיג זיין!

מיר האפן פאר בשורות טובות
אוועטאר
האלצשטיין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8066
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אוועטאר
האלצשטיין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8066
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אויב איך מעג פרעגן, וואס איז דאס וואס דו שרייבסט פריער אז טעראפיסטן איז נישט וואס דו זוכסט יעצט, איז עס די סיבה וויבאלד דו גייסט יעצט שוין צו צו טעראפי, אדער דו האסט שוין פשוט אויפגעגעבן צו ווערן געהאלפן דורך טעראפיסטן במילא זוכסטו יעצט א גוטער איד אן עסקן וואס איז גרייט פאר דיר שטענדיג?
גליל העליון
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:38 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליל העליון »

אישי מיך
כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5870
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

מען דארף איין גוטע איד וואס מען קען זיך אנלאנען, און דאס איז רוב מאל דער שליסל צי ווערן געהאלפן.

טערעפי העלפט אבער דארט איז דא אפס ענד דאונס אסאך, צימאל ביי די דאון חלק האט מען נישט מיט וועם צי שעפן חיזוק עס דורכצישטיפן און דאן קען די טערעפיסט נישט העלפן ווייל ....

איך בין זיך משתתף מיט דיין תפלה צום בורא כל העולמים ער זאל דיר צישיקן דער ריכטיגע חבר/רב/דיין/גוטע איד. דאן וועסטו שפירן וואס ערבות ישראל מיינט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

shimon7323 האט געשריבן:

אמת, יעדעס ווארט.
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

Bissli האט געשריבן:
אויב האסטו שוין פראבירט טעראפיסן און מעדיקעישאן און עס האט נישט געהאלפן, וואלט איך דיר געראטן צו פראבירן ענערדזשי, hk, אד"ג.
וואס איז ענערדזשי, hk, אד"ג ?
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2704
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

איך האלט עס נישט אויס פאר אייך!
תשפה גייט מען אין קאנטרי
סוף וואך פ' קרח, ר"ח תמוז - JUN 2
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

shimon7323 האט געשריבן:
מען דארף איין גוטע איד וואס מען קען זיך אנלאנען, און דאס איז רוב מאל דער שליסל צי ווערן געהאלפן.

טערעפי העלפט אבער דארט איז דא אפס ענד דאונס אסאך, צימאל ביי די דאון חלק האט מען נישט מיט וועם צי שעפן חיזוק עס דורכצישטיפן און דאן קען די טערעפיסט נישט העלפן ווייל ....

איך בין זיך משתתף מיט דיין תפלה צום בורא כל העולמים ער זאל דיר צישיקן דער ריכטיגע חבר/רב/דיין/גוטע איד. דאן וועסטו שפירן וואס ערבות ישראל מיינט.
מיטהאלטנדיג א קעיס פון דער נאנט ווייס איך ווי וויכטיג די "אנלאנער" חלק איז פארן באטרעפנדן. פארט דוכט זיך אז אליבא דאמת איז א 'קראטש' ווי עס ווערט גערופן א שטיקל אפהאלט פון צו קענען שטייגן און מאכן פראגרעס. אוודאי קען מען און מען מוז! האבן סופארט און א סופארטיוו ענווייראמענט, א אפענע אויער צו וועמען זיך אויסצורעדן און איבערשמועסן (אויב מען האט א גוטער און א טיפער קשר מיטן ספאוס איז דאס די מערסטע פראקטיש, פארט - ספעציעל אין אזא פאל - דארף מען אכט געבן וואס און וויפיל מען שעירט. די סופארט איז בפירוש נישט דער טעראפיסט פאר וועמען - איידיעלי עכ"פ - מען עפענט זיך אינגאנצן), אבער אויב מען כאפט זיך אלעמאל אן אויף א צווייטן לערנט מען זיך נישט אויס ווי אזוי צו גיין אליין.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

וואס איך טראכט - אין מיין אומפראפעסיאנאלע אפיניאן, און אנדערע האבן עס אויך בארירט - איז אז מען מוז אלעמאל קענען דיפרענטשיעיטן, מחלק זיין, צווישן זיך, וואס מען איז אליין דער עצם, און די שוועריגקייטן וואס מען גייט אריבער. זייענדיג גאר שטארק אריינגעטוהן אין די פראבלעמען פארגעסט מען אמאל וואס מען איז, פון וואו מען קומט ולאן אתה הולך, אנשטאט פילט מען כאילוַ ווי איין שטיק פראבלעם.

אויב דו האסט שוין אויספרובירט IFS ווייסטו פון דעם נקודה פון דער "סעלף" און די "פארטס", און די עבודה איז צו אויסארבעטן די פארטס און קענען ווי מער, לענגער און אפטער זיין אינעם סעלף. וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז אז אפילו ווען מען האלט נאך זייער ווייט פון זיין אין סעלף, דארף מען עכ"פ פרובירן צו געדענקען און זיך חזר'ן אז דאס וואס מען שפירט און מען מאכט מיט איז בלויז די "פארטס", אבער נישט דער סעלף אליין. עס איז א הימל און ערד חילוק צווישן איינער וואס זיינע שוועריגקייטן דעפינירן אים און דאס איז וואס ער איז, און א צווייטער וואס איז א מענטש פאר זיך וועלכער מוטשעט זיך טאקע מיט פראבלעמען. מען מוז האבן דעם מענטש - טאקע באגראבן אונטער א בארג פראבלעמען אבער עס עקזיסטירט פארט - צו קענען איבערקומען דעם בארג.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10087
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע:אימבאקאנט

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

jews4zeldin האט געשריבן:
איך שרייב נישט דא קיין ארטיקל איך שרייב אן אמתע געשיכטע מיט נאסע אויגן וואס שפילט זיך אפ היינט דאנערשטאג כי תצא תשפ"ב
הנני העני ממעש נעם איך די פעדער אין האנט
שרייבן אביסעלע פון מיין לעבענס געשיכטע,
ר' יוד די האסט זייער א פיינעם פעדער, די עולם וויינט מיט, יעדער ווארט אויף דיין שנעלע ישועה.

די גייסט אי''ה געהאלפן ווערן דאס איז זיכער, אויפגעגעבן האסטו נישט, ווען יא וואלסטו נישט געשריבן היינט, געב ווייטער נישט אויף די גייסט אי''ה זיין א געזינטע מענטש בקרוב.

אויף דערווייל, לאמיר דא שרייבן פאר מיר אפאר שירות אפשר קען עס העלפן פאר נאך אפאר יודן.

איך דארף באמת העלפ, איך האב עכטע גייסטישע פראבלעמען וואס מאכט מיין לעבן ביטערלעך שווער סיי פאר מיר און סיי פאר מיינע גאר נאנטע, איך גיי מיר ווייטער נאכפרעגן און ארבעטן אנצוקומען צו די ישועה, ווייטער נישט אויפגעבן חלילה.

אבער איך ווייס אז וואס איך האב נאר, מיינע שווערע נאטורן, מיינע ביטער שווערע עבר מיינע פעקעדזשעס וואס איך שלעפ, מיינע פחדים אויף די ציקומפט, דאס אלעס מאכט מיר נישט פאר קיין פראבלעם.

איך האב דאס אלעס דערווייל ווייל אזוי איז באשערט, איך וואלט נישט כהיום געקענט זיין אנדערש נישט קיין חילוק וואס איך וואלט אנדערש געטין אין די עבר, אזוי ווי איך בין אזוי דארף איך יעצט צו זיין, מיינע פייניגונגען איז עפעס וואס פאר עפעס א סיבה דארף איך עס דורכגיין, און איך גיי עס דורכגיין, און דערווייל בין איך אוקעי מיט די פראבלעמען, איך האב עס נישט געטין בידים עס איז טאקע עכט ביטער, אבער עס איז נישט מיין פראבלעם.

איך האב נישט אויסגעוועלט מיין נפש, מיינע נאטורן, מיין משפחה חברים, און מיינע קינדערישע און בחורישע יארן. איך האב באקומען די פעקל וואס איך האב יעצט, און איך פראביר צו בויען די בעסטע לעבן שייך, און איך גיי אי''ה מצליח זיין, דאס אז איך האב יעצט די פראבלעם, איז נישט מיין פראבלעם בכלל, עס איז א פראבלעם וואס די באשעפער האט מיר געשטעלט אלץ שליח צו קעיר נעמען דערפין, און איך גיי טין די שליחות בשלימות.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ר' דן האט געשריבן:

אזוינע שטארקע ווערטער האביך שוין לאנג נישט געליינט. כה לחי פאר דיין קוראזש! און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן צוזאמען מיט אונז אלע וואס פלאגן זיך, יעדער אויף זיין פארנעם, קיינער איז ציכטיג.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מי חכם האט געשריבן:
וואס איך טראכט - אין מיין אומפראפעסיאנאלע אפיניאן, און אנדערע האבן עס אויך בארירט - איז אז מען מוז אלעמאל קענען דיפרענטשיעיטן, מחלק זיין, צווישן זיך, וואס מען איז אליין דער עצם, און די שוועריגקייטן וואס מען גייט אריבער. זייענדיג גאר שטארק אריינגעטוהן אין די פראבלעמען פארגעסט מען אמאל וואס מען איז, פון וואו מען קומט ולאן אתה הולך, אנשטאט פילט מען כאילוַ ווי איין שטיק פראבלעם.

אויב דו האסט שוין אויספרובירט IFS ווייסטו פון דעם נקודה פון דער "סעלף" און די "פארטס", און די עבודה איז צו אויסארבעטן די פארטס און קענען ווי מער, לענגער און אפטער זיין אינעם סעלף. וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז אז אפילו ווען מען האלט נאך זייער ווייט פון זיין אין סעלף, דארף מען עכ"פ פרובירן צו געדענקען און זיך חזר'ן אז דאס וואס מען שפירט און מען מאכט מיט איז בלויז די "פארטס", אבער נישט דער סעלף אליין. עס איז א הימל און ערד חילוק צווישן איינער וואס זיינע שוועריגקייטן דעפינירן אים און דאס איז וואס ער איז, און א צווייטער וואס איז א מענטש פאר זיך וועלכער מוטשעט זיך טאקע מיט פראבלעמען. מען מוז האבן דעם מענטש - טאקע באגראבן אונטער א בארג פראבלעמען אבער עס עקזיסטירט פארט - צו קענען איבערקומען דעם בארג.
הערליך ארויסגעברענגט. וויפל נעמסטו א שעה?
תכנת שבת
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכנת שבת »

חזק מאוד!
תכנת שבת
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכנת שבת »

ר' דן האט געשריבן:
jews4zeldin האט געשריבן:
איך שרייב נישט דא קיין ארטיקל איך שרייב אן אמתע געשיכטע מיט נאסע אויגן וואס שפילט זיך אפ היינט דאנערשטאג כי תצא תשפ"ב
הנני העני ממעש נעם איך די פעדער אין האנט
שרייבן אביסעלע פון מיין לעבענס געשיכטע,
ר' יוד די האסט זייער א פיינעם פעדער, די עולם וויינט מיט, יעדער ווארט אויף דיין שנעלע ישועה.

די גייסט אי''ה געהאלפן ווערן דאס איז זיכער, אויפגעגעבן האסטו נישט, ווען יא וואלסטו נישט געשריבן היינט, געב ווייטער נישט אויף די גייסט אי''ה זיין א געזינטע מענטש בקרוב.

אויף דערווייל, לאמיר דא שרייבן פאר מיר אפאר שירות אפשר קען עס העלפן פאר נאך אפאר יודן.

איך דארף באמת העלפ, איך האב עכטע גייסטישע פראבלעמען וואס מאכט מיין לעבן ביטערלעך שווער סיי פאר מיר און סיי פאר מיינע גאר נאנטע, איך גיי מיר ווייטער נאכפרעגן און ארבעטן אנצוקומען צו די ישועה, ווייטער נישט אויפגעבן חלילה.

אבער איך ווייס אז וואס איך האב נאר, מיינע שווערע נאטורן, מיינע ביטער שווערע עבר מיינע פעקעדזשעס וואס איך שלעפ, מיינע פחדים אויף די ציקומפט, דאס אלעס מאכט מיר נישט פאר קיין פראבלעם.

איך האב דאס אלעס דערווייל ווייל אזוי איז באשערט, איך וואלט נישט כהיום געקענט זיין אנדערש נישט קיין חילוק וואס איך וואלט אנדערש געטין אין די עבר, אזוי ווי איך בין אזוי דארף איך יעצט צו זיין, מיינע פייניגונגען איז עפעס וואס פאר עפעס א סיבה דארף איך עס דורכגיין, און איך גיי עס דורכגיין, און דערווייל בין איך אוקעי מיט די פראבלעמען, איך האב עס נישט געטין בידים עס איז טאקע עכט ביטער, אבער עס איז נישט מיין פראבלעם.

איך האב נישט אויסגעוועלט מיין נפש, מיינע נאטורן, מיין משפחה חברים, און מיינע קינדערישע און בחורישע יארן. איך האב באקומען די פעקל וואס איך האב יעצט, און איך פראביר צו בויען די בעסטע לעבן שייך, און איך גיי אי''ה מצליח זיין, דאס אז איך האב יעצט די פראבלעם, איז נישט מיין פראבלעם בכלל, עס איז א פראבלעם וואס די באשעפער האט מיר געשטעלט אלץ שליח צו קעיר נעמען דערפין, און איך גיי טין די שליחות בשלימות.
אונביליעוועביל!
תכנת שבת
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 am

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכנת שבת »

אזא אשכול! איך מיין אז פאר מיר האט זיך די גאנצע אייוועלט געלויענט נאר צו זעהן דעם מי כעמך ישראל וואס שיינט דא ארויס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האב נישט קיין עצות אין די ענינים.

איך מוז דיר אבער זאגן צוויי זאכן, איינס, אז איך וויין יעצט.

צווייטנס, אז די תגובה איז זייער גוט געשריבן, ספעלינג, גרעמער, אינהאלט, אויסשטעל.

דריטענס, לויט די תגובה זעהסטו טאקע אויס צו זיין עבאוו עוורידזש קלוג און געלונגען. (דאס קען טיילמאל ברענגען די צרות, אלץ יוסיף דעת, יוסיף מכאוב.)

עקסטער קומט דיר א מעדאל פארן אזוי שווער ארבעטן אויף זיך, און נאך איינס פארן זיך אויסגיסן דאס הארץ אין פאבליק, דאס פאדערט אסאך כוחות.

צום לעצט, דו ביסט גוטע נייעס, דו האסט נאר "אויך" פראבלעמען.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

דייקן האט געשריבן:
איך האב זיך היפש איבערגעקלערט אויב צו שרייבען דא אדער אין אישי, אבער למעשה האב איך באשלאסען צו שרייבען דאהי, ווייל אזוי וועט עס האפענטליך מחזק זיין מער אידען, און דערפאר שרייב איך אויך מיט מיין מער באקאנטער ניק.

ערשטענס זאגסטו ליידער אזוי גוט, אז ס'איז נישט פארהאן אזעלכע יסורים ווי יסורי הנפש רח"ל, ווי מ'שפירט אז מען איז נישט זיך, און כאילו א דיבוק האט זיך אריינגעזעצט אין מח און האט איבערגענומען די אייגענער מח, און פון אינדרויסען דארף מען נאך שפילען די געים און זיך אנטאן א מאסקע אויפן פנים, ווער רעדט נאך אז מען פראבירט עס צו באהאלטען אפילו פון די נאנטע משפחה און חבירים (אין מיין פאל האב איך עס באהאלטען אפילו פון מיין ווייב, אבער דאס רעקאמענדיר איך נישט פאר קיינעם), איך געדענק נאך די טעג וואס איך האב געוויינט און געדאווענט צום באשעפער אז ער זאל שוין נעמען מיין נשמה ח"ו, ווייל איך האלט עס ממש נישט אויס, יעדער סעקונדע שפירט זיך ווי לאנגע יארען, און די איינציגער וועג וואס איך האב פראבירט זיך צו מחזק זיין איז געווען דורכן טראכטען כאילו ביז די קומענדיגער נאכט וועט משיח קומען אדער ח"ו ..., ווייל אזוי קוק איך עס אן כאילו ס'וועט זיך נאר ציען פאר נאך איין טאג.
איי פארוואס שרייב איך דאס אלעס, ווייל איך געדענק אז פאר מיר איז געווען א שטיקל חיזוק ווען איך האב געליינט דא אויף אייוועלט אין עפעס א אלטער ארטיקל אז יסורי הנפש איז די שטערקסטע יסורים, און אזוי האב איך געשפירט כאילו איינער געבט מיר אנערקענונג אויף מיינע יסורים, און דאס איז מיר געווען אביסל חיזוק, איז ממילא האף איך אז ס'וועלען זיין אזעלכע וואס וועלען אויך באקומען חיזוק דורך מיין פריערדיגע פאר שורות.

צווייטנס איז גאר וויכטיג פאר יעדער איינער וואס האט [ערענסטע] יסורי הנפש רח"ל צו גיין ווי שנעלער צו א פסיכיאטער [און מען זאל, פארשטייט זיך, זיך נאכפרעגען פאר דעם ביי א דעת תורה וואס קען זיך אויס אין דעם פעלד ווער איז א גוטער אויסגעהאלטענער פסיכיאטער] פאר מעדיצינען, און פאר טערעפי, און מען זאל נישט שפירען ח"ו כאילו מען איז עפעס א "משוגענער", ווייל ס'איז א נארמאלער קרענק אזויווי אנדערע קרענק, און אזויווי מען קען זיין קראנק ח"ו אויף די הארץ אזוי קען מען זיין קראנק ח"ו אויף די קאפ, און ס'זענען געווען כמה גדו"י מפורסמים וואס האבען זיך אויך געראנגעלט מיט די פראבלעמען, און דאס איז למעשה געווען מיין גרעסטער פראבלעם, אז איך האב אפגעשטופט דאס גיין צו א פסיכיאטער עטליכע יאר, און איך האב זיך אומזינסט געמוטשעט עטליכע יאר.

דריטנס איז גאר וויכטיג צו וויסען אז בעזהשי"ת איז דא א וועג ארויס, און נאכן צוריקקומען צו זיך וועט מען שוין כמעט נישט קענען רילעיטען צו די אמאליגע יסורים, און מען וועט זיך שפירען בעז"ה ממש ווי תחיית המתים, און רובא דרובא דרובא מענטשען מיט יסורי הנפש קריכען ארויס פון דעם מיט די הילף פון די ריכטיגע מעדיצינען און די ריכטיגע טערעפי.

יעצט וועל איך שרייבען גאר בקיצור די טערעפי וואס האט מיר פערזענליך געהאלפען בעז"ה, און אפשר וועט עס העלפען פאר אנדערע, והיה זה שכרי.
א מענטש דארף וויסען אז ער האט די פולשטענדיגער בעלות איבער זיינע פעולות, און ס'איז נישט מעגליך פאר די מחשבות אדער הרגשים פון א מענטש אים צו צווינגען צו טאן, אדער נישט צו טאן, געוויסע פעולות [און דאס וואס א מענטש פירט זיך אויף אנדערש ווען ער האט יסורי הנפש איז עס נאר ווייל ס'איז עם שווערזיך אויפצופירען ווי געווענטליך, און נישט ווייל ס'איז אוממעגליך, און ווי אויך ווייל ער איז איינגערעדט אז ס'איז אים אוממעגליך זיך אויפצופירען ווי געווענטליך], און ווי אויך דארף מען וויסען אז די מענטש האט אויך די פולשטענדיגער בעלות איבער זיינע מחשבות, ד. ה. אז ס'איז דא די ערשטער מחשבה אדער הרגש וואס קומט אריין אין די מענטשענס קאפ, וואס אויף דעם האט ער טאקע נישט די דירעקטער בעלות (נאר דורכן טאן די קומענדיגע פעולות וועלען די מחשבות פון זיך אליין אויפהערען אריינצוקומען אין קאפ אזוי פיל), אבער דאס האלט נאר אן ווייניגער פון א סעקונדע, און פון נאך די ערשטער סעקונדע האט די מענטש די בעלות צו איגנארירען די ערשטער מחשבה/הרגש אדער צו טראכטען פון דעם, איז וואס די מענטש דארף טאן, איז איגנארירען דער מחשבה, ווייל נאכען וויסען אז מחשבות אדער הרגשים קענען נישט צווינגען די מענטשנ'ס פעולות, איז שוין נישט וויכטיג צו טראכטען פון די מחשבות/הרגשים, און פארשטייט זיך אז די ערשטע פאר מינוט וועט די מחשבה/הרגש האלטען אין איין צוריקקומען צום מענטשנ'ס קאפ (ד. ה. די מחשבה הראשונה וואס ציט זיך א סעקונדע), אבער דורכן אנגיין מיטן לעבען ווי כאילו גארנישט, און נישט פאוקעסען אויף די מחשבה/הרגש [און נישט דוקא פאוקעסען אויף אנדערע זאכען, נאר זיך אויפפירען כאילו דער מחשבה איז קיינמאל נישט אריינגעקומען אין קאפ, און ווייטער אקיופייען די קאפ מיט די געווענטליכע מחשבות וואס ער וואלט געהאט אויב נישט פאר דער דראענדיגער מחשבה/הרגש], וועט עס ביז געציילטע מינוטען אוועקגיין בעז"ה, אבער ס'איז וויכטיג צו וויסען אז אויך טאמער וועלען די "בליץ מחשבות/הרגשים" וואס קומען פאר א סעקונדע, זיך נישט אויפהערען ביז אפאר מינוט, נאר זיי וועלען האלטען אין איין קומען, איז עס אויך נישט א פראבלעם, ווייל די עיקר יסורי הנפש קומט דורכן אריינטראכטען אין די מחשבות/הרגשים און אינגעיזשע"ן אין זיי (איך האב נישט א ווארט אין אידיש פאר דעם), און נישט פון די עצם מחשבה/הרגש [און די מעדיצינען וואס מען נעמט איז נאר אויף אפצושוואכן די מחשבות/הרגשים אז ס'זאל זיין גרינגער זיי צו איגנארירען, אבער בעצם איז מעגליך זיי צו איגנארירען אויך אן דעם, ווייל ווי געשריבען האט די מענטש די פולע בעלות אויף זיינע פעולות און מחשבות (פון נאך די ערשטער "בליץ מחשבה")].

נ. ב. אלץ וואס איך האב געשריבען איז נאר לויט מיין פערזענליכער עקספעריענס, אבער פארשטייט זיך אז יעדער איינער'ס אומשטענדען איז אנדערש, און מען קען נישט מקיש זיין איין מציאות צו א צווייטער, און פארשטייט זיך אז ס'דינט נישט אויף מעדיצינישער עדווייס אד"ג, נאר אויף למעשה דארף יעדער איינער זיך דורכרעדען מיט א דעת תורה וואס קען זיך אויס אין די ענינים און/אדער א באקאנטער לייסענסד דאקטער.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7496
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איך שפעקוליר צו שרייבן צו נישט, כהאב נישט וואס צוצולייגן צו דיינע שיינע תגובות פונעם עולם, איך בין נישט קיין עסקן, קיין דאקטער און קיין אונטערלאנער.

אזויפיל יא, אז די אלע מגיבים דא פילן מיט נישט ווייל זיי קוקן עס אן גענצלעך פון אויבן אראפ. א מענטש קען נישט מיטפילן א צווייטנס צער אויב באגרייפט ער ניטאמאל וואס דאס מיינט בכלל.

ניין, נישט יעדער דא איז אין אייער אייגנארטיגע מצב, אבער ווי ס'שיינט האט א גרויסער עולם פארזוכט דערפון למחצה לשליש ולרביע, גענוג צו ווערן אויפגעשוידערט צו הערן ווען עימיצער גייט דאס דורך אויף א פילפאכיגן פארנעם.

ס'איז ליידער היינט א נחלת הכלל, נישט יעדער וועט דאס הויך מודה אבער ס'איז א מציאות. (ס'קומט זיך קרעדיט פאר די לעצטעריגע ווינטן פון עסקנים אויף דעם געביט).

איך קען דיר זאגן בלויז דאס פאלגענדע:

אנדערש ווי אויף אידישקייט ענינים און נסיונות וואס די גמרא פארציילט אז יענער וואס האט מכיר געוועזן דעם "אין הדבר תלוי אלא בי" און זיך גענומען אין די האנט אריין ביז ער האט זוכה געווען צו קונה זיין עולמו בשעה אחת, איז דאס נישט שייך דא. דעס איז נישט קיין ענין פון בחירה, דאס א גלות בתוך גלות פאר קיינעם געוואונשטן. דעס קען מען נישט אליינס קאנטראלירן און עוקר מן השורש זיין דאס דארף הילף.

אבער אינעם גייסט פון 'אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים' דארף מען זיך וויסן אז 'איך' קען דאס נישט היילן, 'איך' קען דאס נישט סטאפן, 'איך' בין אין הענדקאפס. דא דארף קומען איינער מיט א זעג און דאס אויפשניידן, אויפרייסן אויפברעכן אפילו אויב אין די פראצעס שפריצן פינקען פייער וואס זעט אויס ווי א סכנה.

ווי אנדערע האבן ערווענט דארפט מען דורך עסקנים אדער רבנים וואס פארשטייען דערצו אנקומען צום ריכטיגע טעראפיסט אדער דאקטער. אבער אזויפיל יא, דעם ווען מ'האט פיינעלי בוחר געווען דארף מען זיך אויף אים פארלאזן אויף הונדערט פראצענט אז ער טראגט עס אויף ריכטיגן וועג בסייעתא דשמיא. מ'קען נישט יעדע רגע אים סעקאנד געסן, וועלן פארשטיין זיין מהלך, און אין הארכן נאר 90% ווייל ווער זאגט ער איז למעשה גערעכט? אפשר וועלן די מיטלען ערגער מאכן דאס אדער יענץ?

איין זאך, 'איך' קען גארנישט טוהן,' איך' בין אין א פעקל, 'איך' בין פארהאקט אין פארקלעמט. מ'דארף זיך פארמאכן די אויגן קאמפלעט און הארכן אלע מיטלען פונעם רופא בלינדערהייט. אין בעסטן פאל קען מען עס מיטטיילן מיט א עסקן און אויב ער עגריעט אז ס'פארט גוט דאן פאלגט מען אפילו אויב נישט דער עסקן, נישט דער דאקטאר האט
מסביר געווען פונטקליך פארוואס און פארווען.

טראסט און אויפגעבן קאנטראל איז שליסל צו סוקסעס אינעם 'אין חבוש מתיר עצמו' סיטואציע, אז נישט איז מען לחלוטין אינעם 'אין הדבר תלוי אלא בי' קאטעגאריע און דאס איז נישט שייך דא.

טראסט, טראסט, טראסט. טאקע נאר איינעם נאר דעם ריכטיגן אבער אין לך אלא כהן שבימיך, דעם ווען דער אייבערשטער האט אייך צוגעפירט נאכן טוהן די נארמאלע השתדלות געוואר צו ווערן צו וועם צו גיין, יענער איז די כהן שבימיך און יענער קען פסקנ'ן צו די נגע איז טהור אדער טמא.

צום שלוס, איך האב געליינט דיין ארטיקל און געוויינט, נישט געהאט טרערן נאר געוויינט, מיין הארץ האט געבאכעט און מיינע פינגערס זיך געטרייסלט. פאר א מינוט האב ארויסגעשטעקט פונעם אשכול אבער למעשה באשלאסן צו מגיב זיין. ווייס איך נישט צו כ'האב עס געטאן פאר אייער טובה וועגן אדער צו בארואיגן מיין געוויסן.

אבער וויסן זאלסטו אז די סיבה פון מיין וויינען איז ווי אויבן דערמאנט, יעדער האט דאס שוין אמאל געשפירט בזעיר אנפין איינער מער איינער ווייניגער. איינער דרייט זיך ארויס מיט ספרי מוסר וחסידות, איינער מיט ניגונים, דער אין ביזנעס אדער עסקנות. ווער מיט טעראפי אדער מעדס און אזוי יעדער אויף זיין שטייגער. אבער מ'בלייבט נישט דערמיט בס"ד, מקריכט ארויס מיטן אויבערשטנס הילף.

השית זאל אייך אויפרעכטן בתוך שאר חולי ישרא', איר זאלט בקרוב טרעפן דעם ריכטיגן מענטש, וויסן צו וועם צו גיין און וועם זיך אונטערצוווארפן און הארכן.

השיבה שופטינו כראשונה, ויעצינו כבתחילה, והסר ממנו יגון ואנחה. דאס גייט אינאיינעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”