...דאס זעלבע די מלחמה לה' בעמלק מדור דור (שמות יז, טז) די מלחמה צו קענען ממשיך זיין די מסורת האבות מדור דור, אז מען זאל קענען איבערגעבן פאר אונזערע קינדער בלי שום שינויים, ווי מען האט פריער דערמאנט דער קדושת יום טוב זאגט, זכור את אשר עשה "לך" עמלק (דברים כה, יז), ער האט געוואלט אריינברענגען דעם "לך" אז דו פארשטייסט אליינס, און מען דארף נישט קוקן אויף דער תחילת הקדושה.
ווען מען קוקט זיך אום אויף די היינטיגע זמנים, און מען זעהט די גזירות קעגן ערליכע אידן בכל מקומות מושבותיהם, און די כחות הטומאה פון דער סטרא אחרא און עמלק וועלכע זוכן עוקר צו זיין דעם חינוך הטהור און מסורת האבות, מען זוכט זיך צו משתלט זיין אויף אונזערע הייליגע תלמוד תורה'ס, ארויפלייגן נייע לימודים, וואס איז ממש א סכנה פאר דער גאנצער עתידות פון דער תורה הקדושה.
איך ברענג עס ארויס, ווייל איך מיין אז דער ציבור באגרייפט נישט, אין וואספארא מצב הסכנה דער כלל ישראל געפונט זיך. עס איז נאכנישט געווען זינט אידן זענען דא אין אמעריקע אזא צרה ברוחניות אויף דעם אל תגעו במשיחי (דברי הימים-א טז, כב) אלו תינוקות של בית רבן (שבת קי"ט ע"ב), עס איז אן עת צרה היא ליעקב, און מען דארף האבן אסאך רחמי שמים, אז די רשעים זאלן נישט האבן קיין שליטה.
מען פירט שוין א מלחמה אכט יאר מיט אלע אופנים, די פארלאפענע וואך איז געווען א דיון אין בית המשפט איבער דער גזירת החינוך, און מיר מוזן אנקומען צו תפילות פון אידישע קינדער, אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי (ישעיה יא, ט).
ביי דער גזירה פון המן שטייט אין מדרש, עס איז יעצט מוצאי שבת, עס שטייט אין מדרש (אסת"ר פ"ז י"ח) אז אליהו הנביא איז געגאנגען צו די אבות הקדושים און צו משה רבינו, און זיי דערציילט איבער דער גזירה פון המן. האט משה רבינו געפרעגט, כלום יש אדם כשר באותו הדור, אויב עס איז דא אן אדם כשר וועלכער זאל מתפלל זיין פאר זיי. האט מען געזאגט אז עס איז דא מרדכי הצדיק וועלכער קען מתפלל זיין. האט משה רבינו געזאגט, לך והודיעו כדי שיעמוד הוא משם בתפילה, ואני מכאן נבקש רחמים עליהם לפני הקב"ה, משה רבינו וועט מתפלל זיין למעלה אינאיינעם מיט דער תפילה פון מרדכי הצדיק, צוליב דעם האט מרדכי הצדיק געזאגט לך כנוס את כל היהודים (אסתר ד, טז) און מען האט איינגעריסן, פאר דער ביטול הגזירה.
מורי ורבותי! הימים האלה נזכרים ונעשים בכל דור ודור (שם ט, כח), יעצט איז דער זמן, עס קומט טאקע דער יום טוב פורים, פון כל הפושט יד נותנים לו (שו"ע או"ח סי' תרצ"ד סעי' ג'), וואס עס שטייט אין אלע ספרים, אז אין דעם טאג פון פורים קענען אלע אידן מתפלל זיין, תנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי (שם ז, ג), מיר דארפן בעטן דעם בורא כל העולמים, אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, עס זאל זיין כאשר קימו על נפשתם ועל זרעם דברי הצומות וזעקתם (שם ט, לא).
דער רמב"ם זאגט אין אנהויב פון ספר המצוות, אויף דעם וואס עס זעהט אויס ווי די מצוה פון פורים וואס די חכמים האבן מוסיף געווען אויף די מצות התורה, זאגט דער רמב"ם דאס לשון, וציוו לקרות המגילה בעונתה כדי להזכיר שבחיו של הקדוש ברוך הוא ותשועות שעשה לנו והיה קרוב לשועתנו וכו', "וכדי להודיע לדורות הבאים שאמת מה שהבטיחנו בתורה כי מי גוי גדול אשר לו אלוקים קרובים אליו וגו'" (דברים ד, ח) וכו', דאס טייטש דער גאנצער יום טוב פון פורים איז געשטעלט כדי צו ארויסברענגען אז אידן זאלן וויסן, אז אידן האבן א כח פון כי מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו כה' אלקינו בכל קראנו אליו.
יעצט ווען מען שטייט טאקע אין די טעג צו מאכן א זכר, וואס אידן האבן מבטל געווען די גזירה איז יעצט די צייט, מיר זאלן אוחז זיין אין מעשי אבותינו בידינו, אין כוחנו אלא בפה, כל זמן שישראל מצפצפין בבתי מדרשות אין הידים ידי עשיו (עי' ב"ר פס"ה כ').
דער בורא כל העולמים זאל העלפן, אין זכות וואס מען איז מרחיב די גבולי הקדושה און מען בויעט אויף נייע בתי מדרשים אויפ'ן נאמען פון דעם הייליגן רבי'ן זי"ע און מען וויל גיין און זיך פירן אין דעם וועג וואס ער האט געלערנט, און מקבל זיין זיין קדושה, זאל אונז זיין זכות באגלייטן, און מען זאל זוכה זיין צו קענען מגדל זיין ערליכע אידישע דורות, מען זאל האבן די זכיה צו גיין אין זיינע דרכים, און ממשיך זיין אין דער עבודת הקודש בלי שום שינוי.
דער בורא כל העולמים זאל העלפן אז אלע גזירות רעות זאלן בטל ווערן, עס זאל זיין ותטה לב המלכות עלינו לטובה ותגזור עלינו גזירות טובות, מיר זאלן אלע זוכה זיין צו מקבל זיין די אלע גרויסע השפעות וואס מען איז מקבל אין די גרויסע טעג, מיר זאלן זוכה זיין בקרוב צו זעהן בישועתן ובשמחתן של ישראל בביאת גואל צדק, במהרה בימינו, אמן.