בחורהזעצער האט געשריבן:
גראדע געדענק איך עפעס א כלל, אז וועם די נאז הענגט אראפ איז דאס א סימן צו יראת שמים וכדומה, כ'מיין אז ר' משה ארי' פריינד זצ"ל האט געהאט אזא נאז.
זו לא שמענו, כיוצא בה שמענו. א טונקעלער פארשוין מיט א (ברייטער) פלאטשיגער נאז ווייזט אויף א פרעזידענט קאנדידאט.
היודע כל החכמות אם אינואוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
יש לך אדם שממונו חביב עליו וכו' בילדותי שמעתי שמי שה"אצבע" ארוך יותר מה"קמיצה" אוהב יותר "כבוד" מ"ממון" ואם הקמיצה יתירה על האצבע אוהב יותר "ממון" מ"כבוד" האם יש לזה מקור? [לא עשיתי הרבה בחכמה זו קריתי לפני חצי שנה בערך כל הבוך של לאפאטער שיש בעברית שמצאתי בהיברו בוקס, ולהבדיל קצת מזהר וכמה חיפושים על האינט. ושם לא מצאתיה]
msp האט געשריבן:
לא שמעתי אבל שמעתי שמי שיש לו ידיים ארוכות הוא סימן שמקיים נטילת ידיים בממון של אחרים
מ''ש לא שמעתי אם כוונתך על מקור א''כ ברוך שכונת לדעתי הרטושה וא''כונתך על עצם הדבר לא שמעתי אינו ראי' ומצפים למי שכן שמע ויודע אם יש לזה מקור ומ''ש שמי שיש לו ידים וכו' היש לזה מקור?
להבין שמועות האט געשריבן:
יש לך אדם שממונו חביב עליו וכו' בילדותי שמעתי שמי שה"אצבע" ארוך יותר מה"קמיצה" אוהב יותר "כבוד" מ"ממון" ואם הקמיצה יתירה על האצבע אוהב יותר "ממון" מ"כבוד" האם יש לזה מקור? [לא עשיתי הרבה בחכמה זו קריתי לפני חצי שנה בערך כל הבוך של לאפאטער שיש בעברית שמצאתי בהיברו בוקס, ולהבדיל קצת מזהר וכמה חיפושים על האינט. ושם לא מצאתיה]
לידיעה בעלמא, דער בוך פון לאפאטער אויף ה"ב איז בלויז ראשי פרקים, נישט קיין פולע איבערזעצונג.
היודע כל החכמות אם אינואוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
בחורהזעצער האט געשריבן:
גראדע געדענק איך עפעס א כלל, אז וועם די נאז הענגט אראפ איז דאס א סימן צו יראת שמים וכדומה, כ'מיין אז ר' משה ארי' פריינד זצ"ל האט געהאט אזא נאז.
אויב אזוי איז דזשארזש בוש דער ערשטער א גרויסער יר"ש
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
יעצט געזען דעם אשכול דאס ערשטע מאל. קודם כל, היינטיגע צייט איז ליידער איבערגעזעצט אלעס וואס שטייט אין אונזערע קבלה ספרים אויך מערערע שפראכן און אויך אויף ענגליש.
צווייטנס, די אמאליגע גוים האבן אלע עוסק געווען אין די זאכן פונקט ווי אין כשפים, קאנעקטן מיט כוחות שמימיים, קאנעקטן מיט'ן נפשיות פון מענטשן וכו' וכו'. הענד ריעדינג / פאלם ריעדינג, אדער פאלמיסטרי איז זייער פאפולער ביי אלע שטערן זעערס און אסטראלאגן.
דריטנס, מזכרוני א מעשה פון א איד דא אין אמעריקע וואס איז געגאנגען צו א טיבעטער מאנק (אפשר גאר דעם דאלאי לאמא אליין) וואס האט גוט געקענט די חכמה אז זאל אים דאס אויסלערנען, האט יענער שמייכלדיג געפרעגט, וואס איז דיר דאס אינטערסאנט? ביי א גוי איז די האנט די זעלבע פון זיין געבוירן ביז זיין שטארבן, אבער א איד קומט צו מיר אריין און איך באקוק זיין האנט, ער שטעלט זיך צו די וואנט, דאוונט מנחה און די האנט איז גלייך אן אנדערע האנט… (ישראל הם למעלה מהטבע).
פערטנס, האב איך געהערט פון ספינקא רבי'ן רבי הערשלע זי"ע, אז דער רבש"ע האט אריינגעלייגט אין די טבע הבריאה וויאזוי די וועלט גייט זיך פירן, און יעדער מענטש איז אויך א חלק פון די טבע, טבע איז גמטריא אלקים, מדת הדין, אבער א איד איז למעלה מהטבע, ואם כן ווילאנג א גזירה איז נישט בזה העולם קען זיך עס גרינגער טוישן אויף עפעס אנדערש. למשל אויב איז רח"ל באשערט פאר איינעם אוועקצוגיין פון דער וועלט אבער יענער פארלירט זיין פרנסה, עני חשוב כמת, האט ער מיט דעם יוצא געווען, און קען נאכדעם נאכאמאל מאכן פרנסה - ער איז שוין אפגעקומען. אדער ווי די גמרא זאגט אשה רעה חייו אינם חיים, טאנצט זי אים אין קאפ אריין פאר א וואך, און נאכדעם גייט אלעס ווייטער געהעריג ווי קיינמאל בעפאר. אבער אויב ווייסט מען שוין אויף די וועלט אין די טבע איז דער מענטש דארף נפטר ווערן, טוישט זיך דאס נישט אזוי גרינג. ער האט עס אריינגעלייגט אין די רש"י אויפ'ן פסוק תמים תהי', התהלך עמו בתמימות ותצפה לו, אז דו וועסט נישט קוקן און נישט וויסן נאר האפן וועסטו אנקומען סאך בעסער.
[quote="אזוי נארמאל"]רבי יעקב מאיר שליט"א זאגט יא עתידות, אבער נאר גוטע, און נאר ווען עס פעלט אויס...
איינער איז אמאל אריין צו הרה"צ ר' יעקב מאיר און זיך אפגערעדט אז ער איז געווען ביי א מקובל און יענער האט געזאגט אז אויף זיין הענט שטייט אז ער וועט האבן א שווער לעבן רח"ל, האט אים ר' יעקב מאיר בארואיגט אז ווען ער איז געווען יונג האט מען אים אויך געזאגט אז אויף זיין הענט שטייט אזוי אבער למעשה האט ער א גליקליכע און א פרייליכע לעבן!!! מבהיל!, א יוד מלא צרות מיט די ווייב און די קינדער, און ער האט א גליקליכע לעבן מיט אמונה און בטחון! (מזאגט אז די בחור איז ארויס מער דערשראקן ווי ער איז אריין......)
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!
1) די אלע ליינס אויף די הענט טוישן זיך כסדר? (אויב פלאנט איר צו ענטפערן יא, קען זיין איר זענט גערעכט אבער די אלע ליינס וואס איך קוק שוין נאך אויף מיין האנט די לעצטע זיבן יאר, האט זיך נישט גערירט קיין משהוא.) און אויב נישט, דאס הייסט אז דעם מענטשנ'ס כאראקטער, מזל און די אלע אנדערע זאכן אויף וואס עס דארף ווייזן, בלייבן אייביג די זעלבע? עס איז דאך קלאר אז נישט.
סאיז דאך דא די באוואוסטע מעשה פון משה רבינו מיטן מלך וואס סטוט זיך די גאנצע ויכוח צו סאיז אמת , עכ"פ דארט זעט מען אז סקען שטיין איין זאך, און דורך זיך אויסארבעטן קען למעשה זיין אינגאנצן אנדערע זאכן.
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!
נאכן ליינען דעם גאנצן אשכול נעם איך ארויס אז די פנים ווייזט בלויז נאטורן (לאפיקי עתידות), און די הענט ווייזט מער עתידות קען איינער קלארשטעלן צי איז טאקע אזוי?