אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בסייעתא דשמיא.

איך, מיך, זיך. איך וויל, איך שטרעב, איך גאַר, איך ציהל, איך גלוסט. אבער איך בין פאר'נאר'ט. ווייל עס איז קיין 'איך' נישטא!

איך בין א בנש"ק. אבער נישט סתם. נאר א בנש"ק פון א גרויסן הויף, וואו אלעס דרייט זיך ארום דעם טאטן, דער רבי. טויזענטער חסידים, יעדער וויל נאר זיין א גרעסערער חסיד, הערן נאָך א ווארט פון רבי'ן, זוכה זיין צו הארת פנים. עס איז דער חסיד מיט זיין רבי. זיין אידענטיטעט. אלץ איז מיט א גרויסער רעש. ס'זענען דא פילע צענדליגע פיליאלעס ארום די וועלט. ס'איז ווארשיינלעך די גרעסטע חסידות פון דער גאנצער וועלט. אבער א חסידות מיטן גאנצן פלאקער! א פלאץ וואו מ'רירט זיך נישט אנעם רבי'ן!

און איך? איך האב אויך עפעס מקום. איך בין דאך דעם רבי'נס א קינד. נישט סתם א בנש"ק, נאר בה"א הידועה. בכלל נישט זיכער אז ס'זענען דא נאך אזעלכע מיוחסים ווי מיר. וואו איך קום וואו איך גיי קוקן אלע מיר אן. אלע רוקן זיך פאר מיר. אלעס דרייט זיך איבער פאר מיר. ס'הייסט, דעם רבי'נס א קינד!

און איך גיי טאקע מיט אלע מלבושים ווי עס פאסט פאר א בנש"ק. ביי אונז גייט מען מיט ווייסע זאקן אינדערוואכן. אפילו נאר די רבי'שע קינדער. איך גיי מיט סאמעט אויף די ארבל און א זיידענע בעקיטשע. און כאטש עס וועט אויסקוקן אינטערעסאנט פארן היינטיגן דור, גיי איך אפילו מיט א שטעקן פון ריין זילבער פון אויבן, אזוי ווי די רבי'שע קינדער פלעגן גיין אין דער אלטער היים.

ווען איך וועל אריינקומען אין א געווענליכן טאג אין בית המדרש אדער אין א שטיבל צו דאווענען א תפילה, וועט דער שטיבל אויטאמאטיש שטיל ווערן, יעדער וועט זיך רוקן אין א זייט, און מיט די גרעסטע עהרנפאָרכט ווארטן ביז איך קום אן צו מיין מקום קבוע ביים מזרח. יעדער וועט ווארטן אויף מיר ביים דאווענען. און מיט די גרעסטע שמחה, צו קענען אפגעבן כבוד דעם רבי'נס א קינד.

מ'קען זאגן אז איך בין ביים שפיץ פון כבוד און גלאררייכער לעבן. אבער אינעווייניג אין מיר בין איך ליידיג און הויל. איך בין נישט נהנה פון די גאנצע זאך. מיין הארץ איז צעבראכן אויף פיצלעך. איך ווייס דאך יא אז קיינער דא מיינט נישט מיר. די גאנצע עהרע איז דאך נאר מיין טאטן צו פארדאנקען. מ'רעדט צו מיר, און מ'מיינט אים. איך עקזיסטיר באמת נישט. מיין אייגנקייט איז פארשאטנט.

זאת נחמתני בעניי. איין זאך טרייסט מיר און האלט מיר ביים חיות. און דאס איז דער פאקט אז אנדערש ווי עס קען זיך דאכטן, אז א גרויסע רבי וואס האט אזויפיל דאגות אויפן קאפ, אזויפיל טרדות, וועט אין א געוויסע זין פארגעסן פון זיין אייגענע משפחה, איז אבער מיין טאטע נישט אזוי. איך האב מיט מיין טאטע א גאר אפענע און נאנטע קשר. ער רעדט פון מיר און צו מיר כסדר. ער זארגט פאר מיר. ער ווייסט וואס מיך שטערט, ער פארשטייט מיין אינערליכע זעהל, און ער האט עפעס א מין שפראך צו מיר! זיינע ווערטער רעדן אריין ממש צו די טיפסטענישן פון מיין הארץ! ווען איך פיל זיך געקלאפט, גיי איך אריין צו אים, און איך פיל ווי ער איז מיט מיר אינגאנצן. ער הערט מיר אויס, און ער טרייסט מיר. ער זאגט מיר זיינע ווארעמע רייד, מיט אזויפיל זארגפעליגקייט און פאטערליכע ליבשאפט, אז א שטיין קען צוגיין!

איך געדענק ווען איך האב זיך געמוטשעט מיט קינדער, קיינער האט מיר נישט פארשטאנען. אזוי גייט עס אלעמאל, ביי זאכן וואס זענען פובליק זאכן, וועלן זיין מער מענטשן וואס וועלן זיך זארגן. טאקע אלץ דעם כבוד פונעם טאטן. אבער ווען עס קומט צו פריוואטע זאכן, וועלן דירעקט זיין ווייניגער מענטשן וואס וועלן זיך אינטערעסירן. קיינער טראכט נישט אז אונטער דעם ברייטן רבי'שן הוט איז דא א געווענליך מענטשליך הארץ. אבער מיין טאטע זארגט יא. און ער האט פערזענליך פאר מיר גע'שתדל'ט. זאל עס זיין ביי דאקטורים, זאל עס זיין ביי עסקנים, זאל עס זיין געלט זאכן. איך האב אליין נישט געגלייבט אז מיין טאטע קען אזוינס טוען. א מענטש וואס האט 'אזויפיל' דאגות אויף זיין קאפ, ער קען זיין פארנומען מיט פרטי פרטים מיך צו העלפן! און נאך מיט אזא ליבליכקייט! מיט אזא אהבה און הארץ! שרייבנדיג די שורות ווערן מיינע הרגשים אזוי צעשפילט, אז ס'קומען טרערן פון זיך אליין. אט דאס מיינט א גרויסער מענטש! ווי גרויס ער זאל נישט זיין, וועט ער בלייבן דער פשוטער ליבליכער טאטע!

ויהי היום, דער טאטע האט געהאלטן אז פאר מיר וועט זיין בעסער אז איך זאל זיך אריבערציען צום נייעם ישוב וואס ער האט געבויעט. איך זאל דארט אנפירן דאס רבנות אינעם שטעטל. איך זאל אנפירן דאס חסידות. אין אמת'ן ווייס איך פארוואס ער האט עס געטוהן. משום מה האט ער געפילט אז דער פאקט אז איך בין אונטערן טאטנס פארטוך, און איך טראג נישט קיין אייגענע אחריות, מאכט מיר א געוויסע לויזקייט. וואס גארנישט איז מיך נישט מחייב. ער האט געהאלטן אז ווען איך וועל דארפן טראגן אן אייגענע אחריות פון א קהילה, וועט עס משפיע זיין אויף מיר לטוב. און אין איינוועגס וועט דאס זיין א שטארקע חיזוק פאר די קהילה דארט.

האמת ניתן להיאמר. איך האב זייער נישט גוט אויפגענומען דעם ציווי. כ'האב עס אייגענטליך זייער זייער שווער אויפגענומען! איך האב עס ממש נישט געקענט פארדייען! די מערסטע האט מיר געבאדערט אז איך גיי דארפן זיין ווייט פונעם טאטן. איך וועל פארפאסן זיינע ליבליכע גלעטן. זיינע ווארעמהארציגע רייד. זיינע גוטמוטיגע אויגן. און איך וועל אויך דארפן אנפאנגען צו ארבעטן שווער. און שווער מיט אלע פירושים. גיי נעם א פרישע קהילה, האלב זאכן זענען נאכנישט מסודר. מ'דארף אויפארבעטן די שטעטל ממש פון סקרעטש. ס'איז נישט גרינג. אבער א ברירה האב איך געהאט? אז דער טאטע הייסט דארף מען פאלגן.

איך בין אנגעקומען דארט. און איך מוז מודה זיין, אז עס איז געווען אסאך אסאך שווערער ווי גערעכנט. און איינע פון די עיקר סיבות פארדעם איז דער פאקט אז די איבעריגע שכנים און איינוואוינער אין דעם שטעטל רעכענען זיך נישט דוקא צווישן דעם טאטנ'ס פארעהרער. זיי זענען אפשר נישט דוקא אנטקעגן בגלוי. אבער דאס קאלטקייט זייערע פילט זיך אין אלע ביינער. פארשטייט זיך אז זיי באנעמען זיך קאלט צו אלע מיינע באמיהונגען. ס'גייט זיי פשוט נישט אן. און איך פיל ביי מיר אז איך בין היבש ללעג ולקלס אינעם שטאט. איך קום זיך אריין מיט מיינע רבי'שע קליידער, און מיטן גאנצן רבי'שן טראכט. מיט די רבי'שע התנהגות און תנועות. און איך פיל ווי דער גאנצער שטאט לאכט פון מיר. 'אט דא גייט דער קליינער רבי'לע', דמיונ'ט זיך מיר ווי יעדער איינער טראכט. און איך? וואס זאל איך טוען? זאל איך זיך טוישן און אנפאנגען צו פירן א פשוטע לעבן? דאס איז דאך נישט מיר! ס'איז נישט 'איך'! ספעציעל אז איך בין געוואוינט אז דער 'איך' איז דאך נאר דער 'בנש"ק' אין מיר. דאס רבי'שקייט אין מיר. איז וויאזוי קען איך דאס אויפגעבן! ס'איז דאך מיין נשמה! מיין זעהל! איך קען נישט! ס'איז נישט מעגליך! אבער עס איז מיר דאך שווער! דאס גאנצע לעבן גייט מיר קאפויער! וואס טוה איך דא?

און דו דארפסט נעמען נאך א זאך אין חשבון. די קהילה דא איז קליין. מיט ווייניג מעגליכקייטן. און אז איך דארף עפעס, מוז איך צוקומען צו די טובות פון די מענטשן פונעם שטאט. און דאס ביטול וואס שרייט ארויס ווען איך ווענדט זיך צו זיי איז בוקע רקיעים! און דאס איז שוין ווען זיי געבן מיר נאך מיין פארלאנג! געווענדליך איגנארירן זיי מיר פשוט. זיי פייפן מיר אן. און זיי האלטן מיר נישט ביים נאכגעבן. זאל עס זיין בגשמיות. זאכן וואס מ'דארף ערלעדיגן פארן קהילה. פרנסה מעגליכקייטן. און געזונט פראבלעמען, א שטייגער ווי נוצן זייערע ארגאניזאציעס פאר עניני רפואה. זאל עס זיין ברוחניות, א שטייגער ווי העלפן מיט די בתי חינוך, מיט עירובין, מיט שחיטה און מוהלים, אלעס גייט צו מיט אזא גלייכגילטיגקייט, און אומוויליגקייט צו העלפן.

עס איז געקומען צו אזא מצב, אז איך האב געפילט אז איך טראג עס מער נישט אריבער! איך קען נישט מער! איך האב נישט מיין טאטע נעבן מיר! מיין גאנצער כבוד צו וואס איך בין געווען געוואוינט איז פשוט ווי פארשווינדן! קיינער געט מיר נישט אפ קיין כבוד. איך דריי זיך ארום ווי א נאַר אויפן מארק. און יעדער לאכט פון מיר.

אמאל אמאל, שיינע שבתים און ימים טובים, ווען איך קום צום טאטן, וועקט זיך אין מיר אויף דער געפיל פון די אלטע גוטע צייטן! עס איז צוריק דא דער אויפגראהמטקייט. דער אויפגעלייגטקייט. עס איז אבער פארט נישט בשלימות, וויסנדיג אז אט שיידן מיר זיך ווידער. און אויך צוליב נאך א סיבה, צעביסלעך וואקסט אויף א יונגע דור, זיי געדענקן שוין נישט וויאזוי איך האב אויסגעזעהן ווען איך האב נאך געוואינט ביים טאטן. זיי קענען מיר אלץ דער זון פונעם שטעטל וואס קומט פון צייט צו צייט. בכלל נישט דער מצב וואס עס איז געווען ווען איך בין געווען ביים טאטן אינדערהיים.

איך טראכט אלץ צו מיר. ווען איינער זאל מיר ווען זאגן אז איך זאל זיך אויסקלויבן איין בקשה וואס ער קען מיך ערפילן, וואס וואלט עס דאס געווען. איך בין זיכער אז עס איז איין זאך! אז איך, וואס מיין גאנצע אידענטיטעט איז דאס רבי'סטעווע פון מיין טאטן, זאל צוריק באקומען מיין אמאליגע שטאנד, און דאס וועט נאר געשעהן דורך דעם וואס מיין טאטנ'ס רביסטעווע זאל אנהייבן שיינען אין מיין געגנט. זאלן די אלע מענטשן פון מיין געגנט עררייכן דאס רעספעקט פאר מיין טאטע. זאלן זיי האבן יראת הכבוד פאר אים. און זאלן אלע אנערקענען צוריק, אז איך בין דאס דער באליבטער זוהן ביים טאטן, און מיר אפגעבן דעם כבוד פונקט ווי אמאל. און דעמאלטס וועלן שוין אלע איבעריגע זאכן פאלן אין פלאץ. יעדער וועט שוין גרייט זיין צו העלפן און צולייגן א פלייצע. און אלע שוועריקייטן וועלן אויטאמאטיש אוועקפאלן, און עס וועט צוריק אויפשיינען דער אמאליגער זון.

--

מיר זענען פוסט און הויל. מיר קענען דען עפעס? ווילאנג מיר זענען א חלק פון מלכות שמים, געבן אונז אלע אָפּ כבוד. די גאנצע וועלט באַשאַף פרובירט אונז צופרידן צושטעלן. און מיר געניסן אויך פון זיין ליבשאפט און אהבה. הבן יקיר לי אפרים. אבער אז מיר זענען זיך פארגאנגען אין אן אנדער פלאץ, וואו מענטשן אנערקענען נישט אזוי זיין מלוכה, גייט אונז אויטאמאטיש אלעס שווער. קיינער מאכט זיך פון אונז נישט וויסנדיג. יעדער לאכט אונז אויס. ועינינו ראות וכלות. און ווען מיר דארפן אמאל עפעס הילף, קענען מיר רעדן צום וואנט. קיינער דא וויל אונז נישט העלפן.

אמאל אמאל, שבת ויום טוב, ווען מיר זענען זוכה צו אביסל קרבת אלוקים, דערמאנען מיר זיך אין די גוטע אלטע טעג. אבער עס איז פארט נישט ווי אמאל.

ווען איך טראכט צו מיר, אויב וואלט איינער געזאגט אז איך זאל זיך קלויבן איין בקשה, וואס וואלט עס געווען?

איך בין זיכער אז ס'וואלט געווען. 'מלוך על כל העולם כולו בכבודך'. אז דיין רבי'סטעווע זאל קומען צו מיר אין שטעטל. 'והנשא על כל הארץ ביקרך'. 'וידע כל פעול כי אתה פעלתו', יעדער זאל זעהן אז דיין מלכות איז די אמת'ע און מערסט חשוב. 'ויאמר כל אשר נשמה באפו, ד' אלוקי ישראל מלך', אז מיין טאטע איז דער קעניג!
דער פארגעסענער בנש''ק - ממוצע.pdf
(68.32 KiB) געווארן דאונלאודעד 152 מאל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9227
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

האב שכל און גיב א שמייכעל!
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1845
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

מוראדיג! מוראדיג!
כ'האב נישט קיין ווערטער, דער 'מלוך' דאס יאר וועט האבן א גאר אנדערע באדייט ביי מיר!!
דער זכות זאל דיך ביישטיין!
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שטארק שטארק!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

גאר שטארק!!
זאל שוין טאקע זיין דעם מלוך!!
און נאכאמאל זייער טיעף און גיט!!
קלמן נחום
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2009 8:59 am

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן נחום »

הערליך שיין און זייער טיף, א דאנק
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

הערליך שיין!


pdf בייגעלייגט
דער פארגעסענער בנש''ק - ממוצע.pdf
(68.32 KiB) געווארן דאונלאודעד 118 מאל
אוועטאר
חיים שתקן
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 8:08 am

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שתקן »

שטארק ביז גאר.
חיים איז מיין נאמען, א שתקן בין איך.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2574
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

Wow Wow!!! דאס איז עפעס נישט נארמאל גוט
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm


#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

הערליך הערליך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

הערליכע רעיון אראפגעלייגט מיט מטעמים
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6617
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

זייער שטארק! ש'כח.

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אוי וייייאאאאאאמממממרר כל אשר נשמה באאאאפו, דעעעעער ממוצא האט געמאאאאאאכט א ממממממששששששלללללל.

שכוח שכוח שכוח
תהלים
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2022 6:35 pm

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהלים »

מיניטשער וועלט האט געשריבן:
Wow Wow!!! דאס איז עפעס נישט נארמאל גוט
שלמה חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2022 3:04 pm

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה חיים »

שטארק
Truth without facts are just ideas ]
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

הערליך! טענקס!
אוועטאר
מרה דאבוה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:47 am

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרה דאבוה »

!
שטארק
!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

הערליך הערליך ממוצע!
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

געוואלדיג! הערליכע משל ונמשל.

זייער גוט ארויסגעברענגט! דער ארטיקל איז כבודו במקומו מונח.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ווי נאר ממוצע קען, הממממממממממממממממלך!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הערליך הערליך!
גאר שטארק!
ש'כח ממוצע
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

בערך האט געשריבן:
גאר שטארק!!
זאל שוין טאקע זיין דעם מלוך!!
און נאכאמאל זייער טיעף און גיט!!
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

הערליך הערליך!
גאר שטארק!
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

טעמפל שירה האט געשריבן:
מוראדיג! מוראדיג!
כ'האב נישט קיין ווערטער, דער 'מלוך' דאס יאר וועט האבן א גאר אנדערע באדייט ביי מיר!!
דער זכות זאל דיך ביישטיין!
גא״מ
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע:Lee - Penn

Re: אני הקטן, דער פארגעסענער בנש"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

ס'האטזיך ביי מיר אנגעהויבן וועבן דעם רבי יענע חסידות, אבער קומענדיג צום פאנטשליין אז ס'איז גאר מיר, אונז כלל ישראל! מיט'ן גרויסן ליבען פאטער הקב"ה איי דאס בענקעניש הייבט אן שפילן און פלאקערן מיט א בענקענדיגע ארויסקוק אויפן יום שכלו ארוך.

שכויח! מעסיוו פוינט, געשריבן וואו א פרא.
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”